אפילו א צדיקת דארף אונזער קדיש!
מן החלונות
הרה"ח רבי ישראל ג. שליט"א דערציילט:
אפאר צענדליגער יאר צוריק איז מיין מאמע געווען אין לופטפעלד, אין ארץ ישראל, ווען אויפאמאל האט זי באמערקט ווי אן אויסלענדישע מיידל, אנגעטון צניעות'דיג און איידל, דרייט זיך ארום אן קיין ציל אינעם טערמינאל. ס'האט אויסגעזען ווי זי זוכט עפעס. מיין מאמע, וועלנדיג העלפן דאס קינד, איז צוגעגאנגען צו איר און געפרעגט: "דארפסט אפשר הילף?"
די מיידל איז געווארן איבערראשט פון די פראגע. "יא!" האט זי געענטפערט. "אייגנטליך דארף איך זייער וויכטיג הילף; כ'האב נישט קיין אהנונג וואס צו טון יעצט. כ'ווייס נישט וואס מיין קומענדיגע שריט זאל זיין..."
דערביי האט די מיידל דערציילט פאר מיין מאמע אז זי הייסט 'באדיה', זי איז נארוואס אנטלאפן פון סיריע און זי האט נישט קיין שום קרובים אדער באקאנטע דא אין ארץ ישראל. דערצו האט זי אנגעגעבן אז זי האט נישט די מינדעסטע השגה וויאזוי זיך צו מסדר זיין אין דעם נייעם לאנד. און אויב דאס איז נישט גענוג, האט זי צוגעלייגט אז צום באדויער ליידט זי אויף די ביטערע מחלה, ה"י.
זעענדיג א אידיש קינד אין אזא פארלעגנהייט, האט זיך מיין מאמע שתחי' גלייך אריינגעלייגט איר צו העלפן מיט וואס נאר מעגליך: זי האט איר אריינגענומען צו זיך אינדערהיים, איר צוגעשטעלט אלעס וואס זי האט געדארפט און געזען דערצו אז זי זאל זיך קענען גוט איינגלידערן אין איר נייע וואוינונג.
אויך אנבאלאנגט איר קראנקייט איז מיין מאמע געווען די מלאך המושיע: זי האט איר באגלייט דורכאויס איר מיטגעמאכטע רייזע, זי איז מיטגעגאנגען מיט איר צו דאקטוירים, געשטאנען ביי איר בעט אין שפיטאל און געטון וואס אומער איר צו העלפן.
צוזאמען מיט מיין מאמענ'ס איבערגעגעבנקייט, האט זיך אויך ארויסגעוויזן די אויסערגעווענליכע געטריישאפט פון א חשוב'ער
חברים איבער דעם חלום, צולייגנדיג אז ס'איז שוין גאנצע ניין און דרייסיג יאר זייט איר פטירה און זי איז אים נאך קיינמאל נישט געקומען אין חלום. הערנדיג זיינע ווערטער, האבן אים זיינע חברים געראטן אז ווי ס'זעט אויס דארף ער זאגן א קדיש פאר איר עילוי נשמה.
ר' שמואל האט עס אנגענומען ערנסטערהייט, און יענער טאג האט ער געזאגט קדיש לעילוי נשמת "באדיה בת רבי אליהו".
נאכן זאגן קדיש, איז ר' שמואל צוגעגאנגען צום בית המדרש וואו ער האט יארן פריער געהאט אויפגעשטעלט א הנצחה פאר די מיידל. ער איז געווען נייגעריג צו וויסן ווען ס'געפאלט איר יארצייט. ווי שאקירט איז ער געווארן, ביים אנטדעקן אז איר יארצייט איז אויסגעפאלן פונקט יענער טאג!
ר' שמואל האט נאך געדענקט אז אונזער משפחה איז די איינציגסטע אין די וועלט וואס האלט די מיידל'ס יארצייט, דעריבער האט ער זיך פארבונדן מיט אונז און האט מיט גרויס התרגשות דערציילט די חלום וואס ער האט געהאט, ווי אויך די קדיש וואס ער האט געזאגט פאר איר.
ווי נאר מיין טאטע שליט"א האט געהערט ר' שמואל'ס וואונדערליכע סיפור, האט ער זיך מיטאמאל געגעבן א כאפ דעם קאפ און אויסגעשריגן: "אוי וויי!!! יעדעס יאר זאג איך א קדיש פאר איר עילוי נשמה, אדער מאך איך זיכער אז א צווייטער זאל עס זאגן. אבער פונקט דאס יאר, זייענדיג מורא'דיג פארנומען, האב איך אינגאנצן פארגעסן דערפון...!"
ס'איז איבריג צו צולייגן די מוסר השכל פון די מעשה, ווי וויכטיג ס'איז א קדיש וואס מ'זאגט פאר א נשמה און ווי שטארק ס'איז משפיע אין אלע עולמות העליונים, אזוי אויך ווי די מיידל, א צדיקת וואס האט אזויפיל מיטגעמאכט אין איר לעבן און האט זיכער זוכה געווען צו א הויכע מקום אין גן עדן, דארף נאך אלץ צוקומען צו אונזער קדיש.
זאל די התעוררות פון די מעשה זיין אן עילוי פאר די נשמה הטהורה פון באדיה בת רבי אליהו, ע"ה.