בסוד ישרים ועדה

השגחה פרטית | October 31, 2026

בריוון צו די מערכת

צו די חשוב'ע רעדאקציע פון 'השגחה פרטית', שלום וברכה איך וויל מיטטיילן א פערזענליכע מעשה וואס כ'האב אליינס בייגעוואוינט, ווי מ'קען אזוי קלאר זען די אפענע השגחה העליונה.

איך וואוין אין בית שמש. עטליכע יאר צוריק בין איך געפארן קיין מירון אויף ל"ג בעומר, און זייענדיג ביים ציון פונעם תנא האלקי רבי שמעון האב איך מתפלל געווען פאר זיך און פאר מיין גאנצע משפחה. דערנאך, ווען כ'האב שוין געהאט אראפגעגאנגען דעם גאנצן בארג, האב איך זיך פלוצלינג דערמאנט אז דעם קומענדיגן חודש אדר גייט מיין זון ווערן אכצן יאר אלט; אן עלטער ווי מ'וועט שוין דארפן אנהייבן הערן שידוכים פאר אים. כ'האב נישט געקענט פארשטיין: וויאזוי האב איך פארגעסן צו בעטן אויף אזא וויכטיגע זאך?! אבער צוריקגיין צום ציון האב איך שוין נישט געקענט, וויבאלד ס'שטייט אין די פוסקים אז מ'זאל זיך נישט צוריקקערן צו א ציון. כ'האב פארשטאנען אז די געשעעניש איז זיכער געווארן ספעציעל צוגעפירט פון הימל, און כ'האב געהאפט אז איך וועל נאך ערגעץ ווען האבן די זכיה צו נאכאמאל זיין אין מירון פאר די צייט פון שידוכים. די פראבלעם איז נאר אז בית שמש איז גארנישט אזוי נאנט צו מירון, אזוי אז ס'האט זיך מיר נישט געמאכט קיין געלעגנהייט אהינצופארן פאר א לאנגע תקופה. די זומער איז פארביי, די ווינטער האט זיך אנגעהויבן און קיין מירון בין איך נאכנישט אנגעקומען. אינמיטן די ימי השובבי"ם, האב איך באשלאסן אז יעצט איז די צייט. ס'איז געווען דאנערשטאג נאכט ווען כ'האב זיך ארויסגעלאזט קיין מירון. דאסמאל, ווען כ'בין געשטאנען ביים ציון הקדוש, האב איך נישט פארגעסן מיין זון... כ'האב דארט איינגעריסן פאר זיין שידוך און פאר אלעס וואס ס'פעלט אויס דערוועגן. פרייטאג צופרי ווען כ'בין אהיימגעפארן קיין בית שמש, האב איך געהאט א רואיג הארץ, שפירנדיג אז יעצט זענען מיר גרייט צו צוגיין צו שידוכים. מיט אסאך סייעתא דשמיא, איז מיין זון געווארן א חתן יענע חודש שבט - הארט פאר ער איז געווארן אכצן יאר... די חתונה איז באשטימט געווארן אויף דעם קומענדיגן חודש טבת.

אין יענע צייט האב איך נישט באטראכט די דאטומען, אבער א צייט שפעטער האב איך עס נאכגעקוקט און אויפגעכאפט: דער טאג ווען כ'בין געפארן מתפלל זיין פאר מיין זונ'ס שידוך, איז געווען פונקט א יאר שפעטער זיין לעצטע 'שבע ברכות'! דערביי האב איך געזען דעם קלארן יד ה', ווי דער באשעפער האט אונז געגעבן די זכות צו קענען מתפלל זיין פאר אים, און אונז דערצו באגלייט דעם גאנצן יאר ביז נאך די לעצטע טאג פון די חתונה.

זאלן מיר אלע זוכה זיין צו אן א שיעור נחת און שמחה, גוטע שידוכים, און קינדער און אייניקלעך וואס זענען עוסק בתורה ובמצוות.

אהרן נחמן, בית שמש

PDF Preview