ברכות השחר
חז"ל האבן באשטימט מען זאל זאגן די פרק "איזהו מקומן" און די ברייתא דר' ישמעאל, כדי צו לערנען יעדן טאג חומש (פרשת התמיד), משניות און גמרא. מען דארף עס לערנען פון פריער און פארשטיין וואס מען זאגט, כדי עס זאל ווערן גערעכנט לימוד התורה. דער של"ה שרייבט אז מען זאל עס זאגן מיט די ניגון וואס מ'לערנען משניות.
אויב מ'ענדיגט ברוך שאמר צוזאמען מיט די חזן זאל מען נישט ענטפערן אמן, אבער ביי ישתבח זאל מען יא ענטפערן אמן אין א פאל וואס מען ענדיגט צוזאמען מיט די חזן. ( באה"ט סימן נא סק"ב)
דער "מגיד" האט אנגעזאגט פארן בית יוסף צו זיין געווארענט צו קומען אין ביהמ"ד אין צייט, און דאווענען על הסדר. ( באה"ט סימן נב סק"א)
אויב מען איז געקומען שפעט מחמת אונס איז דא א סדר אויף וואס מען זאל אויסלאזן כדי צו קענען דאווענען שמו"ע בציבור:
1. מ'זאל מקפיד זיין צו זאגן על נטילת ידים, אלוקי נשמה, און ברכת התורה, (אויב מ'האט נישט געזאגט אלוקי נשמה און ברכת התורה פארן דאווענען איז א מחלוקת הפוסקים אויב מ'זאל עס זאגן נאכן דאווענען). ( משנ"ב סימן נב סק"ב וסק"ט)
א הלכה פארן שבת טיש
מען טאר נישט אויסרעדן פון ברוך שאמר ביז שמו"ע, אויך "ברוך הוא וברוך שמו" מעג מען נישט זאגן, אבער אמן און קדיש קדושה וברכו, און אזוי אויך מודים דרבנן מעג מען יא זאגן, אזוי אויך מעג מען מיטליינען די ערשטע פרשה פון קריא"ש מיט די ציבור. ( מחבר סימן נא סעיף ד ומשנ"ב סק"ח)
אינמיטן פסוקי דזמרה טאר מען נישט אויסרעדן אפילו לדבר מצוה, מען מעג אבער ליינען קריא"ש אויב מען זעהט אז די ציבור גייט ליינען נאכן זמן קריא"ש, אזוי אויך מעג מען זאגן ברכת התורה אינמיטן פסוקי דזמרה, אויב מען האט פארגעסן צו זאגן פריער. (רמ"א סימן נא סעיף ד' ומשנ"ב סק"י וסקי"א)
אויב מען האט נישט אינזין געהאט ביי די פסוק "פותח את ידיך" זאל מען עס איבערזאגן, און מען זאל ממשיך זיין ביז סוף פון די מזמור, אויב מען דערמאנט זיך נאך אנדערע מזמורים און מען האט נישט קיין צייט צוריק צו גיין זאל מען זאגן נאכן דאווענען פון פותח ביז סוף פון די מזמור.
2. קריא"ש מיט די ברכות מוז מען זאגן בכל אופן פאר שמו"ע. (מחבר סימן נב סעיף א ומשנ"ב סק"ו)
3. לכתחילה זאל מען זאגן הודו ביז והוא רחום, ברוך שאמר, מזמור לתודה, פון 'אשרי' ביז 'כל הנשמה', ויברך דוד (ביז לשם תפארתך), און ישתבח. אויב מען האט ווייניגער צייט זאל מען זאגן: ברוך שאמר, מזמור לתודה, פון 'אשרי' ביז 'כל הנשמה', ויברך דוד, און ישתבח. אויב מען האט ווייניגער צייט, זאל מען זאגן ברוך שאמר, אשרי, הללו את ה' מן השמים, הללו קל בקדשו, און ישתבח. אויב מען האט ווייניגער צייט, זאל מען אויסלאזן הללו את ה' מן השמים. אויב מען האט ווייניגער צייט, זאל מען זאגן ברוך שאמר, אשרי, און ישתבח. ( מחבר ורמ"א סימן נב סעיף א ובאה"ט סק"ב וסק"ג ומשנ"ב סק"ד סק"ו)
אין א פאל וואס מען האט מדלג געווען אויף א חלק פונעם דאווענען, דארף מען משלים זיין די ברכת השחר נאכן דאווענען (לכתחילה ביז סוף זמן תפלה אדער חצות, בדיעבד ביז ווען מ'גייט שלאפן ביינאכט). (רמ"א סימן נב סעיף א ומשנ"ב סק"י)
(מחבר סימן נ שעיף א ובאה"ט סק"ב) (מחבר סימן נא סעיף ז ומשנ"ב סקט"ז)