Skip to content

דיינע מצוות דערגרייכן פיל העכער ווי דו מיינסט!

וְּשָרָה שֹמַעַת פֶּּתַח הָאֹהֶּל וְּהוּא אַחֲרָיו (יח, יא)

און שרה האט געהערט [ווי די מלאכים רעדן צו אברהם], ביים עפענונג

פונעם געצעלט, און דער עפענונג איז געווען אונטער אברהם

הרה"ק רבי זאב וואלף פון זיטאמיר זי"ע ערקלערט, אז דער פסוק קומט אונז דא לערנען א וויכטיגער יסוד. אז קיין שום זאך פון די תורה הקדושה איז נישט פשוט אזויווי עס זעט אויס אין אונזערע פליישיגע אויגן, נאר אלעס איז מרמז אויף גאר הויכע און גרויסע זאכן בעולמות העליונים, וועלכע זענען למעלה מהשגתינו.

ווייל ווען א מענטש טוט סיי וועלכע מצוה, למשל ער טוט אן ציצית אדער תפילין, ענדיגט זיך נישט די זאך ביי די פשוט'ע פעולת המצוה וואס ער האט געטוהן, נאר עס גייט ווייטער און ווייטער עד אין שיעור וחקר. די זעלבע זאך איז אויך בנוגע די אלע סיפורי מעשיות וואס ס'שטייט אין די תורה, דארפן מיר וויסן אז דאס איז נישט סתם אזוי גלאט און פשוט ווי עס זעט אונז אויס, נאר עס גייט טיפער און טיפער למעלה מהשגתינו.

ווען א מענטש לעבט מיט אט דעם יסוד, איז זיין גאנצע עבודת ה' און זיין גאנצע אידישקייט אויף א העכערע פארנעם, מיט חיות א דביקות צו השי"ת, וויבאלד ער שפירט און ער איז מרגיש די געוואלדיגע טיפקייט און העכערקייט וואס איז דא אין יעדע מצוה און אין יעדע עבודה. אנדערש איז אבער, ווען א מענטש מיינט אז אלעס איז נאר פשוט אזוי ווי עס זעט זיך פאר די פליישיגע אויגן און מער נישט, דאן איז זיין גאנצע עבודת ה' טרוקן און אן קיין פנימיות און דביקות.

דאס איז דער חילוק צווישן די צוויי נעמען 'שרי' מיט 'שרה,' וואס זענען מרמז אויף אט די צוויי סארטן מענטשן' :שרי' מיט א יו"ד (וואס דער אות יו"ד איז מרמז אויף חכמה) איז מרמז אויף די העכערע מענטשן, וואס ווייסן און גלייבן אז אין יעדע זאך פון די תורה הקדושה ליגט באהאלטן א געוואלדיגע פנימיות'דיגע חכמה וואס גייט למעלה למעלה עד אין חקר. און 'שרה' מיט א ה"א (וואס דער אות ה"א איז מרמז אויף די 'ה' מוצאות הפה' [-די פינף ערטער פון וואו דער מענטש רעדט]) איז מרמז אויף די פראסטע מענטשן, וואס זיי קוקן נאר אויף די חיצוניות פון די תורה הקדושה (אזוי ווי די 'ה' מוצאות הפה' זענען א חיצוניות'דיגע זאך), און זיי כאפן בכלל נישט אז עס איז באהאלטן דא א פנימיות'דיגע און טיפע חכמה.

דאס זאגט אונז דער פסוק: 'ושרה שומעת פתח האהל,' אז די פראסטע מענטשן וואס ווערן אנגערופן מיטן נאמען 'שרה' (ווייל זיי קוקן נאר אויפן חיצוניות פון די תורה ומצוות, ווי אויבנדערמאנט), דאס איז גורם אז ש'ומעת פ'תח ה'אהל, וואס איז ראשי תיבות 'שפה', דאס מיינט, אז זייער גאנצע עבודת ה' בתורה ובתפלה איז ליידער נאר 'מן השפה ולחוץ,' אן קיין שום פנימיות און דביקות צו השי"ת. און זיי ווייסן נעבעך נישט דעם אמת אז 'והוא אחריו' (דאס ווארט 'והוא' איז מרמז אויף באהאלטענע זאכן), דהיינו אז עס איז דא אסאך פנימיות'דיגע און באהאלטענע זאכן אין די תורה הקדושה, וואס מען קען דאס נישט משיג זיין נאר דורך אסאך הארעווען און זיך מוטשענען אין עבודת ה,' וואס דעמאלט דערלייכט דער אויבערשטער די אויגן אז מען איז זוכה משיג צו זיין מער און מער פנימיות, אשרי הזוכה לזה.

אור המאיר פ' וירא (קטעים מדרוש ארוך): וזהו ב' בחינות שר"ה שר"י, כלומר, יש שני גווני בני אדם, פחותי הערך שאינם חרדים על דברו יתברך, אינם מסתכלים על פנימיות הדברים הנפעלים בעולם, ליתן לב לאיזה כוון ברא ככה פועל החכם בעולמו, הכל בשביל קילוסו ורוממותו, להשיג עליון מהתחתון, אינם נותנים את לבם ונפשם לזה כלל, ואפילו בחינת תורתם ותפלתם גם כן על דרך זה, אין תבונה בהם להשיג ולדעת, היות כל עצמה של התורה רושם אלהות, להשיג על ידי סיפורי מעשיות הכתובים בה, המה רק אורות עליונים בהירים ונפלאים, אכן לגודל פחותי ערכם וחסרון ידיעתם, אינם מסתכלים כי אם על הפשוט, ולא על הפנימיות, ואנשים כאלה מכונים בשם שר"ה, כלומר מסתכלים על ה' מוצאות הפה, ואשר עיני שכל להם לשמוע ולהסתכל על פנימיות הדברים, הן דיבור איש לרעהו, או בדבורי תורה ותפלה, לבבם זה להם לראות משם חכמה הגנוזה כמבואר, אנשים אלו אפשר לכנותם בשם שר"י, כלומר מסתכלים אל פנימיות הדברים, היינו חכמה המכונה באות יו"ד כנודע, ועל ידי התלבשות מדריגות התחתונים, יכולים המשכילים להשיג רוממות אלהותו יתברך. ועתה נחזור לביאור, ויאמר שוב אשוב וכו' ושרה שומעת פתח האהל, בכאן באה התורה להוכיח על פניהם של פחותי הערך, שאין להם התפשטות הדעת, ותבונה אין בהם, לדאג לבם בקרבם אשר מעשיהם זר ובהמה המה להם, כיון שאין להם לב שומע, ועינים להם ולא יראו פנימיות דברים הנפעלים בעולם, וגם תורתם ותפלתם תועבה, בתערובות מחשבות זרות, - כא -

PDF Preview