די פינטל פון אלע מצוות איז די השתוקקות צו מקיים זיין דעם רצון ה'!
וַיֹּאמֶּר יִּצְּחָק אֶּל אַבְּרָהָם אָבִּיו וַיֹּאמֶּר אָבִּי וַיֹּאמֶּר הִּנֶּּנִּּי בְּנִּי וַיֹּאמֶּר הִּנֵּּה הָאֵּש וְּהָעֵּצִּים וְּאַיֵּּה הַשֶּּה לְּעֹלָה וַיֹּאמֶּר אַבְּרָהָם אֱלֹהִּים יִּרְּאֶּה לּו הַשֶּּה לְּעֹלָה בְּּנִּי (כב, ז-ח)
און יצחק האט געזאגט צו זיין טאטן אברהם [אויפן וועג צו די עקידה]: "אט איז דאס
פייער און די העלצער, אבער וואו איז די שעפעלע פאר די עולה?" האט אברהם
געענטפערט: "דער אויבערשטער וועט שוין אויסוועלן פאר אים א שעפעלע, מיין זון"
דער הייליגער רבי רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע שטעלט זיך אויף דעם אות ה' פון "האש", לכאורה וואלט געדארפט שטיין "הנה אש" אן קיין ה', ווייל דער אות ה' ווייזט אלעמאל אויף א באקאנטער ענין, ווי מ'זאגט: "אט איז דער באקאנטער פייער", און מען דארף פארשטיין, פון וועלכער פייער רעדט מען דא?
ווי אויך דארף מען פארשטיין, פארוואס האט אברהם געדארפט נעמען העלצער פון זיין הויז און דאס שלעפן מיט זיך דריי טעג, זענען דען נישט געווען קיין העלצער במשך דעם גאנצן וועג? און פארוואס האט אויסגעפעלט צו צעשניידן די העלצער דא, ער וואלט דאך דאס געקענט טון אנקומענדיג דארט?
ווי אויך דארף מען פארשטיין דאס לשון "ואיה השה לעולה", דאס ווארט "השה" זעט אויס איבריג, עס וואלט געקענט שטיין בלויז "ואיה העולה"?
נאר ס'איז באקאנט, אז דער אויבערשטער האט אונז באפוילן אסאך הייליגע מצוות, און ס'איז א פשוט'ער יסוד, אז דער גרויסער, לעבעדיגער באשעפער דארף נישט צוקומען צו אונזערע מצוות, נאר ער האט כביכול א געוואלדיגער נחת רוח פון דעם וואס מיר שטרענגען זיך אן מקיים צו זיין זיינע מצוות, און אויסצופירן זיין רצון.
דער עיקר רצון ה' איז, אז דער מענטש זאל האבן א פולשטענדיגער רצון צו טון דעם רצון ה' מיטן גאנצן הארץ. דעריבער, אויב א מענטש האט געוואלט טון א געוויסע מצוה פארן אויבערשטן מיט זיין גאנצע הארץ און מיט אן אמת'ער רצון, ווערט דאס פאררעכנט פארן אויבערשטן, כאילו ער האט באמת געטון די מצוה, וויבאלד זיין כוונה מיט זיין 'הארץ' איז געווען בשלימות, און פארקערט, אויב א מענטש טוט א מצוה אן קיין כוונה, קען דאס נישט ארויפגיין אויבן חס ושלום, ווייל דער עיקר איז, די כוונה פון דעם הארץ.
מיט דעם אלעם טאר זיך אבער דער מענטש נישט פטר'ן בלויז מיט דעם 'רצון' אליין, נאר ער מוז בפועל ממש אויספירן די מצוה, ווייל א מענטש קען קיינמאל נישט זיין הונדערט פראצענט זיכער, אז זיין כוונה איז טאקע מיט א שלימות'דיגן רצון ווי ס'דארף צו זיין, און אפילו אויב ס'דאכט זיך אים, אז ער האט א שלימות'דיגע כוונה, טאר ער זיך אליינס נישט גלייבן, ביז ער וועט למעשה אויספירן די מצוה, ווייל די נאטור פונעם גשמיות'דיגן גוף שטערט פון צו קענען טראכטן הייליגע מחשבות און האבן א פולשטענדיגער רצון.
אויב איינער האט באמת נישט געקענט אויספירן א געוויסע מצוה, ווערט דאס טאקע פאררעכנט פארן אויבערשטן, פונקט אזויווי ער וואלט דאס געטון (ברכות ו.), ווייל דער עיקר איז דאך דאס הארץ, און דער אויבערשטער ווייסט וואס טוט זיך אין דעם הארץ פונעם מענטש, ער ווייסט אז דער מענטש האט באמת געהאט א שלימות'דיגער רצון, דעריבער פאררעכנט ער דאס פאר אים כאילו ער האט דאס געטון בפועל, אנדערש ווי א מלך בשר ודם וואס קען נישט וויסן צי זיינע קנעכט ווילן אים באמת דינען, נאר אויב פירן זיי אויס זיינע באפעלן, אבער דער אויבערשטער ווייסט גענוי אלע מחשבות פון יעדן מענטש, דעריבער, אויב א מענטש האט נישט געקענט אויספירן א מצוה, פאררעכנט ער דאס, כאילו ער וואלט דאס געטון בפועל ממש.
דער סדר פון מענטשן איז, אז ווען ס'קומט זיי ארויף אין געדאנק צו טון א געוויסע מצוה, דאן הייבן זייער מחשבות אָן צו קאכן מיט א געוואלדיגע חשק, יעדער לויט זיין מדריגה, און א גרויסער צדיק וואס ס'קומט אים ארויף אין געדאנק צו מקיים זיין א מצוה, איז זיכער אז לויט זיין גרויסע צדקות וועקט זיך אויף אין אים א געוואלדיגער חשק און גלוסטעניש, מיט א ברען און התלהבות, און עס פלאקערט אין אים א הייליג פייער צו אויספירן די מצוה מיט די גרעסטע שלימות. אבער דער סדר איז, אז שפעטער, ווען עס גייט אדורך אביסל צייט, און עס געדויערט אביסל ביז מען קען מקיים זיין די מצוה, פאלט מען אראפ פון די געוואלדיגע השתוקקות וואס מען האט געהאט אין אנהויב.
דאס האט אויך פאסירט מיט אברהם אבינו, ווען דער אויבערשטער האט אים געזאגט, אז ער זאל מקריב זיין זיין זון פאר אן עולה, האט זיין הארץ אנגעהויבן ברענען און פלאקערן ווי א פלאם פייער, אבער ער האט מורא געהאט, אז ער וועט אראפפאלן פון זיין גרויסע השתוקקות, במשך דעם לאנגן וועג פון דריי טעג, דעריבער האט ער תיכף גענומען העלצער און דאס גלייך צעשפאלטן כדי ער זאל תיכף טון עפעס א מעשה מיט די גרויסע, ברענענדיגע השתוקקות.
דאס איז די כוונה פון דעם פסוק: "וַיֹּאמֶּר יִּצְּחָק אֶּל אַבְּרָהָם אָבִּיו" – יצחק האט געפרעגט זיין טאטן אברהם: "הִּנֵּּה הָאֵּש" – איך זע, אז דו האסט געהאט דעם באקאנטן פייער, דער פייער וואס פלאקערט אין די הערצער פון די צדיקים צו מקיים זיין די מצוות, און א ראיה דערצו, אז דיין הארץ האט געברענט צום אויבערשטן: "וְּהָעֵּצִּים" – אז דו האסט תיכף צעשפאלטן די העלצער, כדי צו טון גלייך עפעס א פעולה וואס ווייזט אז דו ביסט גרייט צו מקריב זיין אן עולה, און פאלגן דעם אויבערשטן, אויב אזוי: "וְּאַיֵּּה הַשֶּּה לְּעֹלָה" – וואו איז די 'שעפעלע' פאר די עולה? לכאורה איז דאך גענוג א שעפעלע, און דו דארפסט מיר נישט שחט'ן בפועל, ווייל דער אויבערשטער זעט דאך שוין דיין גרויסער חשק און ברען, און דאס איז דאך דער עיקר?! "וַיֹּאמֶּר אַבְּרָהָם" – האט אים אברהם געענטפערט: "אֱלֹהִּים יִּרְּאֶּה לּו הַשֶּּה לְּעֹלָה בְּּנִּי" – נאכדעם וואס דו וועסט זיין אן עולה, און איך וועל בפועל ממש אויספירן דעם רצון ה', דיר מקריב צו זיין, דאן וועט זיין גענוג א שעפעלע, ווייל נאר נאכן מקיים זיין די מצוה, וועט זיך ארויסווייזן מיט א קלארקייט, אז איך האב געהאט אמת'דיגע רצונות .
עולם המחשבה וע"כ נפקדו בראש השנה ר"ל שאז נתגלה עולם המחשבה כאמור וזהו וה' פקד את שרה פקד מלשון פקדון וגניזה שהטמין אותה בעולם המחשבה ששם אין קטרוג ומשם נמשך עליה הרחמים והחסד וע"כ ויעש ה' לשרה כאשר דבר ותהר ותלד כו' וק"ל. - לד - נועם אלימלך: או יאמר פירוש הפסוקים בדרך אחר. דלכאורה יש לדקדק בפסוק "ויאמר יצחק כו' הנה האש והעצים," למה אמר בה' הידיעה, היה לו לומר 'הנה אש ועצים' כו.' אך נראה דהנה עוד יש להבין, למה היה לו לאברהם ליקח עצים מביתו לשאת המשא זאת דרך שלשת ימים, וכי לא היה עצים בכל הדרך הזה? גם אם תאמר שהיה חושש פן ואולי לא יהיה מצוי עצים בכל הדרך, עכ"פ למה היה לו לבקע את העצים כאן, היה לו לבקע במקום שהעלהו לעולה? גם למה אמר יצחק "ואיה השה לעולה," היה לו לומר סתם 'ואיה עולה?' אך הענין הוא, דהנה הבורא ב"ה וב"ש יתעלה אשר קדשנו במצוותיו וציונו לקיים מצוותיו, אין צורך לו יתברך עשיית מצוותיו, רק שזה ריח ניחוח לפניו יתברך שאמר ונעשה רצונו, שעיקר רצון הבורא יתברך הוא שיהיה לאדם רצון מלא ושלם לעשות רצונו יתברך, ונמצא 'אחר כוונת הלב הן הן הדברים,' אם כיוון לבו לעשות איזה מצוה לשמו יתברך ברצון מלא - לז - ושלם, חשוב לפניו יתברך מיד כאילו כבר עשאה מאחר שכוונתו שלימה, ואעפ"כ ההכרחי לאדם לעשות ולגמור המצוה במעשה, כי זה בלתי אפשרי לאדם שיעמוד על כוונתו בבירור שיהא בכוונה שלימה ברצון מלא, גם אם ידמה לו לאדם שכוונתו כוונה שלימה לעשות המצוה לשמו יתברך, לא יאמין לעצמו עד שיגמור המצוה, כי כן טבע חומר גוף האדם למנעו מלחשוב מחשבות ברצון מלא ושלם. ובאמת אמרו חז"ל "חשב לעשות מצוה ונאנס ולא עשאה מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה," והטעם הוא כדברינו הנ"ל, שעיקר הוא כוונת הלב, והבורא ב"ה הבוחן לבבות וחוקר כליות יודע מחשבות זה האדם שהיה כוונתו לשמו ברצון שלם, לכן חושב לו כאילו עשאה. בשלמא מלך בשר ודם הרוצה לבחון את עבדיו ומצוה להם איזה עבודה לעשות אם יעשה בשלימות, לא יבחון את לבבם אם כוונתם שלימה לעבדו באמת וברצון, רק אחר שיעשו ויקיימו את מצות עבודתו אשר צוה עליהם, יראה לפי המעשה אשר עשו ויבחון קצת כוונתם, אבל הבורא יתעלה, החופש כל חדרי בטן ובוחן כליות ולב, יודע תוכן כוונתו, אם היא שלימה אזי חשוב לפניו יתברך כאילו עשאה, וכן להיפך, אם יעשה אדם מצוה במעשה ולא יכוין לבו לעשות בדחילו ורחימו, לא פרחת לעילא. והנה מדרך בני אדם כשיעלה על מחשבתם לעשות איזה מצוה, אזי תחילת המחשבה הוא בחשק גדול כל אחד לפי מדריגתו, והצדיק גמור אשר יעלה מחשבתו ורצונו לעשות מצוה, הוא ג"כ לפי גודל צדקתו כן גודל חשקו והשתוקקותו בחמימות, והתלהבות אש ה' תבער בו לעשות המצוה בתוכן השלימות. וזה היה כוונת אברהם אבינו ע"ה כאשר אמר לו השי"ת "קח את בנך כו' והעלהו לעולה," היה מתחיל לבו לבעור כגחלת אש ושלהבת, אך אחר המשכה ועכבה שיתמהמה האדם לעשות המצוה ולגומרה במעשה, נופל האדם מתשוקתו הגדולה שהיה לו מתחילה בעלותו על מחשבתו, ומזה היה מתירא אברהם שיפול מתשוקתו הגדולה הזאת הבוער בלבו בהתמהמה בדרך שלשה ימים, לכן מיד "ויבקע עצי עולה," כדי שיהיה המעשה מיד ג"כ בשלהבת הגדול הזה, וזהו ג"כ שאמר לו יצחק "הנה האש" בה"א הידיעה, כלומר מאחר שראיתי שהיה לך האש הגדול הזה הידוע כדרך הצדיקים, והראיה שאש ה' בער בך, דהנה "והעצים," דאני ראיתי בבקיעת העצים שבקעת מיד לכוונה זאת שתעשה מעשה מיד כאילו נכון לפניך להעלות עולה מיד, וזהו 'והעצים' בה"א הידיעה, "ואיה השה לעולה," ר"ל למה לך לקחת אותי לעולה, די היה בשה, "ויאמר לו אברהם אלהים יראה לו השה לעולה בני," ר"ל אז יראה השה, כאשר תעשה גם אתה מעשה רב שתהיה לעולה. - לח -