די סומע מאכט נישט אויס...

השגחה פרטית | October 31, 2026

אבטח בך

מאמר חיזוק ממשפיעי קו השגחה פרטית

הרה”צ ר’ בעריש שנעעבאלג שליט”א

אפטמאל מאכט זיך ווען מ'האלט מיט ווי א מענטש פאלט אריין אין חובות, א דאנק וואס ער הייבט אן דרייען שווערע געלטער וואס באלאנגען ניטאמאל צו אים, און ווען מ'פרובירט צו דערגיין די שורש פון זיין פראבלעם, מ'וויל געוואר ווערן וואס האט אים געברענגט צו אזא מצב, זעט מען אז די סיבה דערצו איז ווייל ער איז פשוט אנגעצויגן און אומרואיג.

ווען א איד, א ריכטיגער מאמין, טרעפט זיך אין א שווערע פינאנציעלע סיטואציע – בלייבט ער פולקאם רואיג און צופרידן, ווייל ער ווייסט אז דער באשעפער האט אים אריינגעלייגט אין דעם מצב, בלויז מיטן ציל אז ער זאל אריינלייגן כח צו זיך ספראווען דערמיט אויף א ריכטיגע אופן. ער ווייסט אז אייגנטליך פעלט נישט אויס צו געבן עצות פארן רבונו של עולם וויאזוי אים ארויסצוהעלפן, ווייל פאקטיש איז די גאנצע שוועריגקייט געקומען פון אויבן און ס'ווערט געפירט מיט א פונקטליכע פלאן.

ווידעראום ווען א מענטש דרייט זיך ארום אנגעצויגן, איז טייטש אז ער זעט דעם נסיון ווי גלייך א ריזיגע באלאן וואס הערט נישט אויף צו וואקסן. אבער לאמיר רעדן אפן: ווען דער מענטש וואלט יעצט וויכטיג געדארפט האבן קנאפע פינף דאלער, וואלט ער זיך דאך שוין אן עצה געגעבן; וואס איז שוין פינף דאלער, ס'איז נישט קיין גרויסע מעשה... ער וואלט געהויבן די אויגן און געבעטן דעם באשעפער אים צו העלפן, און ער וואלט שוין ערגעצוואו געטראפן דאס ביסל געלט. ווייל, וואס איז שוין פינף דאלער?

אבער ווען מ'קוקט מיט א ניכטערע בליק, מיט ברילן פון 'אמונה און בטחון', כאפט מען: איז דען דא א חילוק צווישן אביסל געלט אדער אסאך, קליין אדער גרויס? ווילאנג ער דארף נאר פינף דאלער, איז ער נאכנישט אנגעצויגן. ווען הייבט זיך אלעס אן צו פארפלאנטערן? ווען דער מענטש דארף פינף טויזנט דאלער. דאס איז שוין א גרויסע סומע געלט וואס קען אינגאנצן צעווארפן זיין רואיגקייט. אבער דערביי האט דער מענטש פארגעסן איין זאך: די גרויסע, אויפגעבלאזענע באלאן עקזיסטירט נאר אין זיין אייגן קאפ! ווייל ביים אויבערשטן איז דאך נישטא קיין שום אונטערשיד צווישן פינף אדער פינף טויזנט דאלער – פארן טאטן אין הימל איז גארנישט שווער!

די מינוט א מענטש חזר'ט זיך איין די נקודה, וועט ער ווערן אן קיין שיעור מער רואיג. קיין שום חוב וועט אים מער נישט באדראען, ער וועט עס קענען אננעמען מיט א רואיגקייט, עס זען גארנישט אנדערש ווי א חוב פון געציילטע דאלער.

דערצו איז דא נאך א נקודה וואס איז ווערד אויפצומערקן: ווען א מענטש איז פארפאניקט צוליב א געוויסע חוב, ער לעבט נישט מיט קיין רואיגקייט און אמונה פשוטה אז דער אויבערשטער קען אים גרינגערהייט שענקען א פולשטענדיגע ישועה, אנטלויפט ער פונעם פראבלעם – אנשטאט עס צו לעזן. אנשטאט פארמאכן די אויגן פאר א מינוט, זיך מדבק זיין צום רבונו של עולם און זיך פארטין אין א ריינע אמונה, געדענקען און זיך איינ'חזר'ן אז אויך די נסיון קומט פון אויבן מיט א ספעציעל השגחה פרטית, פאלט ער אין היסטעריע, ער הייבט אן ארומצולויפן אין יעדן ריכטונג און דרייט געלטער וויפיל ס'גייט.

אבער אין אמת'ן אריין האט דער מענטש א היבש מער פשוט'ע עצה: ער זאל זיך שטעלן א קליינע צעטל אויף זיין טיש אדער אויף סיי וועלכע אפט-געזעענע פלאץ, אויף וואס ס'זאל שטיין געשריבן מיט קידוש-לבנה אותיות: "פאר יעדע נסיון וואס דער בורא געבט מיר - שטייט שוין גרייט די לעזונג דערצו. ס'ווארט נאר אויף אויף מיר!" אט די דערמאנונג וועט זיכער ברענגען א מורא'דיגע רואיגקייט און אונז געבן די כוחות דורכצומאכן סיי וועלכע נסיון, אריינגערעכנט אזעלכע וואס זענען פארבונדן מיט פינאנציעלע פראבלעמען אדער חובות.

PDF Preview