Skip to content

דו ביסט נישט אליינס! יעדער וועט דיר שטיין צו הילף!

יֻקַּח נָא מְּעַט מַיִּם וְּרַחֲצו רַגְּלֵּיכֶּם וְּהִּש עֲנו תַּחַת הָעֵּץ (יח, ד) [אברהם אבינו האט געזאגט פאר די געסט:] עס זאל

גענומען ווערן אביסל וואסער, און איר זאלט זיך וואשן

אייערע פיס, און איר זאלט זיך אנלאנען אונטערן בוים

דער הייליגער בית אברהם מסלאנים זי"ע איז מרמז, אז דער פסוק קומט אונז דא לערנען, אז ווען א מענטש וויל זיך נעמען צו עבודת ה,' ער וויל אוועקווארפן זיינע שלעכטע דרכים און זיך אויפפירן כרצון ה,' דארף ער זיך קודם אנשטרענגען מיט 'זיינע' כוחות לויט וויפיל ער קען, און טון אלע פעולות וואס זאלן אים ברענגען אים דערצו, און דערנאך קען ער זיין זיכער אז השי"ת וועט אים זיכער העלפן ווייטער, אז ער זאל טאקע אנקומען צו זיין געוואונטשענער ציל.

דאס זאגט דער פסוק: 'יקח נא,' דאס ווארט 'נא' איז מרמז אויף תפלה ובקשה, אז דער מענטש זאל מתפלל זיין. 'מעט' איז מרמז אויף ענוה, ער זאל אויסרייסן פון זיך די מדה פון גאוה. 'מים' איז מרמז אויף די תורה, דהיינו ער זאל עוסק זיין בתורה כראוי. 'ורחצו רגליכם' ער זאל מלחמה האלטן מיט זיינע שלעכטע געוואוינהייטן (לשון 'רגילות)' און רצונות, און ער זאל זיך גענצליך משעבד זיין צום רצון ה.' און דערנאך 'והשענו תחת העץ,' קען ער זיך פארלאזן און זיין פארזיכערט אז השי"ת וועט אים זיכער העלפן ווייטער.

ווייל ווען א איד וויל זיך דערנענטערן צו השי"ת, שטייט ער בכלל נישט אליינס, נאר אלע קומען אים צו הילף, סיי השי"ת, סיי די צדיקים פון דער וועלט, און אויך די צדיקים פון יענע וועלט .

בית אברהם פ' וירא: יוקח נא מעט מים וגו,' נא, מרומז על תפלה ובקשה, מעט, מרומז על הכנעה ושפלות, מים מרומז לתורה, אין מים אלא תורה, ורחצו רגליכם, היינו הטבעיות וההרגלים שלו, היינו שיכניע את דעתו ורצונו ויבטלם לרצון ה,' וילחם נגד הדברים שנעשו אצלו בטבעיות ורגילות, ויעסוק בתורה ותפלה, ואחר כל זה והשענו תחת העץ, יסמוך ויבטח בה' שיעזור ויושיע לו. השי"ת בא לעזר לכל הרוצים להתקרב אליו, צדיקים מעלמא הדין עוזרים, צדיקים מעולם העליון עוזרים. - יט -

PDF Preview