Skip to content

דורך די פרשה פון לוט באקומען מיר אלע השפעות טובות!

וַיֹּאמֶּר אֵּלָיו הִּנֵּּה נָשָאתִּי פָנֶּיך גַּם לַדָּבָר הַזֶּּה לְּבִּלְּתִּּי הׇפְּכִּּי אֶּת הָעִּיר אֲשֶּר דִּּבַּרְּת (יט, כא)

[לוט האט געבעטן פון די מלאכים, אז די שטאט 'צוער' זאל געראטעוועט

ווערן] און דער מלאך האט געזאגט פאר לוט: "איך האב אנגענומען דיין בקשה

אויך אויף דעם ענין, נישט איבערצודרייען די שטאט וואס דו האסט געבעטן"

מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע פרעגט, אז לכאורה איז דאס ממש נישט צום פארשטיין, מיר געפינען דאך פריער אין די סדרה, אז אברהם אבינו האט מתפלל געווען צום אויבערשטן באריכות אז די שטעט זאלן געראטעוועט ווערן, און למעשה האבן זיינע תפילות נישט גע'פועל'ט צו ראטעווען אפילו איין שטאט, וויאזוי קען זיין אז דער גרויסער צדיק אברהם אבינו האט גארנישט געקענט אויס'פועל'ן מיט זיינע תפלות, און ווידעראום לוט וואס איז געווען א פראסטער מענטש און א רשע, האט יא געקענט גרינגערהייט, מיט אפאר ווערטער, אויס'פועל'ן צו ראטעווען דער שטאט צוער?!

נאר מ'קען דאס פארשטיין לויט די ווערטער פונעם הייליגן אגרא דכלה זי"ע (פ' לך מדרש תנחומא), אז ווען אידן זענען נישט ערליך, און ס'קומט זיך זיי נישט קיין השפעות טובות און חסדים, דאן מאכט דער אויבערשטער א 'קל וחומר' פון די גויים, וואס די גויים האבן אלעס גוטס אויף דער וועלט, כאטש זיי האבן נישט קיין שום זכות דערצו, אויב אזוי איז דאך זיכער אז די הייליגע אידן דארפן באקומען אלע השפעות טובות, אפילו זיי האבן נישט קיין זכותים, און דורכדעם איז דער אויבערשטער משפיע אויף כלל ישראל רחמים וחסדים.

לויט דעם קען מען זאגן, אז דאס איז טאקע געווען די סיבה פארוואס השי"ת האט דא 'נושא פנים' געווען פאר לוט, און געראטעוועט צוער דוקא דורך זיין בקשה, און נישט דורך אברהם אבינו. ווייל דורכדעם וועט ארויסקומען א גרויסע טובה פאר אידן במשך אלע דורות, ווייל מען וועט האבן א 'קל וחומר,' אויב פאר אזא מענטש ווי לוט האט השי"ת נושא פנים געווען, דארף ער דאך זיכער נושא פנים זיין פאר די אידישע קינדער. [מיר געפינען טאקע אין מדרש פ' נשא (במדבר רבה יא, ז) אז די ברכה פון 'ישא ה' פניו אליך' קומט זיך אונז מכח א קל וחומר פון לוט.]

קומט אויס אז דוקא דורך די 'נשיאות פנים' פאר לוט ווערט נשפע 'נשיאות פנים' פאר אידן עד סוף כל הדורות, אויב אבער דער אויבערשטער וואלט 'נושא פנים' געווען פאר אברהם אבינו, וואלט בכלל נישט געווען קיין קל וחומר. דערפאר האט דער אויבערשטער צוגעפירט אז די תפילות פון אברהם אבינו זענען נישט אנגענומען געווארן, כדי עס זאל ארויסקומען פון דעם א טובה פאר אידן עד סוף כל הדורות.

PDF Preview