פיר געלאדענטע הצלה-לייט
רבי יעקב יהודה פריינד שליט"א פון ניו יארק דערציילט: א קרוב מיינ'ס, א געטרייער וואלונטיר אין די 'הצלה', האט מיר דערציילט א מורא'דיגע פאסירונג וואס ער האט אליינס מיטגעלעבט.
ער דערציילט: איינמאל האב איך באקומען א קאל פון די מאנסי געגנט, וואו עס געפינט זיך צוויי בתי החיים איינס נעבן צווייטן – א אידישע און א להבדיל נישט-אידישע. אבער וויבאלד די בתי החיים ווערן נישט געהעריג פארצייכנט מיט אדרעסן, האב איך נישט געקענט פונקטליך וויסן וואו אהין איך דארף לויפן. איין זאך האב איך אבער פארשטאנען; אז אויב מ'רופט מיר פון יענע געגנט, מיינט עס אז מ'דארף מיר דארט יעצט וויכטיג האבן. און כאטש מחיה מתים א נפטר קען איך נישט, האב איך פארט געהאפט אז מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועל איך קענען ראטעווען א מלווה אדער א באזוכער...
ווען כ'בין אנגעקומען צום בית החיים, האב איך אנגעטראפן א טויט-שטילקייט. ס'איז דארט נישט קיין שום לוי', נישט קיין באזוכער, גארנישט. נאכן מאכן א קורצע חשבון, האב איך פארשטאנען אז די קאל איז ווארשיינליך געקומען פון דעם דערנעבנדן בית החיים. איך בין שנעל אהינגעלאפן. צום גרויס באדויער, האט איך דארט אנגעטראפן א רייע וואו רעפארמער אידן ווערן באערדיגט.
און געוויס איז דארט געווען דאס וואס איך האב געזוכט: מ'האט דארט געהאלטן אינמיטן א לוי' פון א רעפארמער איד, מ'האט אים שוין געהאט צוגעברענגט צו לייגן אין זיין חלקה, ווען אויפאמאל האט זיין פרוי אוועקגע'חלש'ט. די אנוועזנדע האבן געהאט גערופן 'הצלה' אין איילעניש, וואס צוליב דעם בין איך דארט געווען. דאן האב איך געזען אז דריי הצלה וואלונטירן האבן שוין געהאט עספיעט אהינצוקומען פאר מיר, אזוי אז מיר זענען געווען פיר חברים אינאיינעם.
איך האב געגעבן א קוק אום אויף די קליינע גרופע וואס האט באגלייט דעם נפטר, און ערשט דעמאלטס האב איך געכאפט פארוואס די השגחה עליונה האט אונז דא צוגעפירט – פיר פון דעם נפטר'ס זין האבן געהאט אנגעטון כזית-קאפלעך אויפן קאפ, אויס רעספעקט פון די מעמד. דערצו איז דארט געשטאנען אן ארבעטער פון בית החיים, אויך א איד. אין צוגאב איז געווען אנוועזנד נאך א איד, וועמענ'ס אויפגאבע איז געווען אנצופירן די לוי' 'צערעמאניע'. און ווען מ'האט צוגערעכנט נאך פיר הצלה-לייט, זענען מיר געווען פונקט צען אידן: א מנין...! איך האב אויסגערופן איבערראשט: "מיר זענען א מנין! מיר קענען זאגן קדיש!"
איינער פון די זין איז געווארן שטארק איבערגענומען פון מיינע ווערטער. ער האט אנגעמערקט: "מיר האבן שוין געהאט אנגערופן די גוי'אישע הצלה צוואנציג מינוט צוריק און זיי זענען נאכנישט אנגעקומען, אבער איר זענט גלייך אנגעקומען!"
און פונקט דעמאלטס – זענען די גוי'אישע פערעמעדיקס ענדליך אנגעקומען...
זיי זענען שנעל צוגאלאפן צו העלפן די אלמנה, בשעת מיר, די פארזאמלטע אידן, האבן זיך געאיילט צו מקבר זיין דעם נפטר, אים צו טון א חסד של אמת און זאגן קדיש. ווארשיינליך האט דער ראפערמער איד געהאט עפעס א זכות, א דאנק וואס דער רבונו של עולם האט אונז ספעציעל אהינגעשיקט פונקט אין די ריכטיגע מינוט, בלויז צו מזכה זיין זיין נשמה מיט א קדיש און מנין ביים לוי'!
אזוי ארום האט אפילו אזא פארבלאנזשעטע נשמה באקומען די לעצטע כבוד וואס איז זיך איר געקומען.