Skip to content

הכנסת אורחים ברענגט א רפואה

וְּהוּא עֹמֵּד עֲלֵּיהֶּם תַּחַת הָעֵּץ וַיֹּאכֵּלו (יח, ח) און אברהם שטייט איבער די געסט אונטערן בוים, און זיי האבן געגעסן

הרה"צ רבי מנחם נחום רבינוביץ זצ"ל פון קנטקוזבה האט דערציילט: אין מיינע אינגע יארן בין איך געפארן צום גרויסן גאון רבי חיים בריסקער זצ"ל, צו נעמען פון אים א היתר הוראה און 'סמיכה', ווען איך בין אנגעקומען, האב איך באגעגנט דעם גאון ארומגענומען מיט רבנים און תלמידי חכמים. רבי חיים האט מיר אויפגענומען מיט ווארעמקייט און כבוד, ווען איך האב אים דערציילט פארוואס איך בין געקומען, צו באקומען 'סמיכה', האט ער מיר געפרעגט, צי איך האב שוין באקומען 'סמיכה' פון אנדערע רבנים, האב איך געענטפערט, אז איך האב שוין עטליכע בריוון פון 'סמיכה', האט מיר רבי חיים געבעטן, אז איך זאל אים ווייזן די בריוון, האב איך אים געגעבן א בריוו פון איינע פון די גרויסע רבנים.

רבי חיים האט דורכגעבליקט דעם בריוו, און ער געבט זיך א דרוק אויס 'גאנץ קאלט' [אז דער בריוו איז נישט גענוג ווארעם און הארציג], האב איך אים געזאגט: "ס'איז נישט קיין וואונדער, יענער איז דאך א מתנגד", האט מיר רבי חיים געפרעגט: "און וואס בין איך?", האב איך געענטפערט: "איר זענט א האלבער חסיד...", פרעגט רבי חיים: "פון וואנעט נעמסטו דאס?", "פונעם פסוק 'והוא עומד עליהם'" האב איך געענטפערט.

רבי חיים האט גלייך פארשטאנען מיין כוונה מיט דעם פסוק, אז איך בין מרמז אויף א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט מיט אים, און ער האט מיר געפרעגט: "דו קענסט די מעשה ריכטיג?", ווען איך האב געענטפערט אז יא, האט רבי חיים פארלאנגט אז איך זאל דאס דערציילן פאר אלע אנוועזנדע.

און איך האב אנגעהויבן דערציילן: דער שווער פון רבי יאשע בער בריסקער זצ"ל (דער טאטע פון רבי חיים) איז געווען א חסיד פון הרה"ק רבי משה מקאברין זי"ע. ווען רבי חיים איז געווען א קליין קינד איז ער געווארן קראנק אויף א שווערן אופן, ביז אלע דאקטוירים האבן אויפגעגעבן אויף אים. אין יענע צייט איז דער הייליגער קאברינער אנגעקומען אין שטאט, און ער האט אפגעשטאַט א באזוך אין שטוב פון דעם שווער פון רבי יאשע בער, תיכף ביים אריינקומען איז דער שווער צוגעלאפן צום צדיק: "רבי, א גרויסע צרה האט מיר באטראפן, מיין טייער אייניקל חיימ'קע ליגט אין בעט מיט א שרעקליכן קרענק!", האט אים דער קאברינער געזאגט: "לאמיר גיין מבקר חולה זיין דעם קראנקן".

זיי זענען אריין אינעם צימער פונעם קינד, און דער קאברינער האט אנגעהויבן זאגן: אין פרשת וירא, ווען די מלאכים זענען געקומען צו אברהם אבינו און ער האט זיי געגעבן צו עסן, שטייט אין פסוק "וְּהוּא עֹמֵּד עֲלֵּיהֶּם" – און ער שטייט איבער זיי, שטעלט זיך די פראגע, לכאורה וואלט געדארפט שטיין א לשון עבר "וְהוּא עָמַד עֲלֵיהֶם" – און ער איז געשטאנען איבער זיי? נאר די ספרים הקדושים ברענגען, אז יעדעס מאל וואס א איד נעמט אריין געסט ביי זיך אינדערהיים, קומט אברהם אבינו, און ער שטייט מיט זיי, דעריבער שטייט א לשון הווה, ווייל ער שטייט שטענדיג איבער די געסט.

חז"ל זאגן (בבא בתרא מז:), אז אברהם אבינו האט געהאט א בריליאנט וואס איז געהאנגען אויף זיין האלז, און יעדער חולה וואס האט דאס געזען איז געווארן אויסגעהיילט. דו ביסט דאך יעצט מקיים מיט מיר די מצוה פון 'הכנסת אורחים' – האט דער קאברינער אויסגעפירט – קומט אויס, אז אברהם אבינו איז יעצט דא מיט אונז, און דער חולה קוקט אויף זיין בריליאנט, דעריבער בין איך זיכער, אז מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט דאס קינד אויסגעהיילט ווערן. איבריג צו זאגן, אז דעם צדיק'ס ווערטער זענען מקויים געווארן.

רבי חיים האט אויסגעהערט די מעשה מיט א קענטיגע אינטערעסע, און ער האט אויסגעפירט: "דאס איז ריכטיג, כ'האב אויך געהערט די מעשה פון מיין טאטן זצ"ל" .

מחשבת נחום ששמע מאביו): שמעתי מאאמו"ר אשר בעת בואו אל הגאון הגדול המפורסם רבי חיים מבריסק כדי לקבל ממנו היתר הוראה וסמיכה פגש את רבי חיים יושב בביתו מוקף עם כמה רבנים וצורבים ואחרי שהגר"ח שקבל את פניו ברוב הוקרה וחיבה סיפר לו על מטרת בואו לקבל סמיכה שאלו הגר"ח האם יש לו כבר כתב סמיכה השיב לו כי כבר קיבל כמה כתבי סמיכה ביקשו רבי חיים שיראה לו אותם מסר לו אבי כתב סמיכה מאחד מגדולי הרבנים העביר רבי חיים עיניו על הכתב ויפטר בלשונו 'קר' אמר לו אבי מה הפלא הלא רב זה מתנגד הנהו, שאלו רבי חיים ומה אני, השיב לו כבוד תורתו הוא חצי חסיד מנין לך זאת שאלו שוב רבי חיים אמר לו מן הפסוק והוא עומד עליהם רבי חיים הבין מיד את הרמז לסיפור הדברים שקרו עמו וקשורים לפסוק זה שאל את אבי האם ידוע לך הסיפור לנכון ויאמר אבי הן ובכן אמר לו רבי חיים ספר נא זאת לפני כל הנוכחים כאן. ויחל אבי לספר סיפור הדברים כהויתן חותנו של הגאון רבי - נב - (חלק 'שמועות וסיפורים', בערך רבי משה מקאברין; נרשם ע"י בנו רבי נח ז"ל כפי יוסף דב אביו של הגר"ח היה ממקורבי הרה"ק רבי משה מקוברין, בהיות רבי חיים ילד קטן נפל לחולי וכל הרופאים התיאשו ממנו באותו זמן נזדמן הרה"ק מקוברין לעיר ויבא לבקר בבית הותנו של הגרי"ד מיד עם הכנסו לבית פנה בעל הבית אליו באמרו רבי צרה גדולה יש לי בתוך ביתי נכדי היקר חיימקה חולה אנוש אמר לו הרה"ק מקוברין בא ונבקר את החולה בחדרו נכנסו שניהם לחדר והרה"ק מקוברין פתח ואמר בפרשת וירא כשהמלאכים באו אל אברהם אבינו והוא נתן להם לאכול נאמר והוא עומד עליהם לשון הווה ולכאורה היה צריך לכתוב והוא עמד עליהם לשון עבר אלא שמבואר בספרים הקדושים שבכל פעם שיהודי מכניס אורחים בא אברהם אבינו ע"ה ועומד אתם אז על כן נאמר לשון הווה ובאברהם אבינו מצינו בגמ' (ב"ב טז) שאמרו מרגלית טובה היתה תלויה בצוארו וכל חולה הרואה אותה מתרפא ואם כן היות ואתה מקיים עמי כעת הכנסת אורחים אם כן הרי נמצא כאן אתנו עתה אברהם אבינו והחולה מסתכל במרגלית שלו ובטוח אני שהילד יתרפא בעזרת השם יתברך וכך היה. רבי חיים אשר שמע בהתענינות מרובה את הסיפור הפטיר ואמר נכון גם אנכי שמעתי כן סיפור הדברים מאבי זצ"ל.

PDF Preview