כ"ף מר-חשון
כ"ף מר-חשון
כ' מר-חשון איז דער יום ההולדת פון דעם רבי מהורש"ב - רבי שלום דובער נ"ע - וועלכער איז אין דעם טאג געבוירן געווארן אין יאר תרכ"א.
איינע פון די המשכים - מאמרים פון דעם רבי'ן הרש"ב איז דער המשך פון מאמרים וואס ער האט געזאגט אין יאר תרס"ו. אין דעם ספר רעדט זיך די מעלה פון יגיעה אין תורה - הארעווען אין תורה.
עס זיינען פאראן תלמידים וואס גייען ארום און טראכטן, ווי געפינט מען אן עצה מ'זאל האבן חשק צום לערנען. זאל מען וויסן אז דער עיקר איז יגיעה אין תורה. מען דארף זיין צופרידן אז מען האט ניט קיין חשק צום לערנען, נאר מען לערנט מיט יגיעה און קבלת עול.
עס איז באוואוסט די מעשה מיט'ן צמח צדק. איינער איז געקומען צום צמח צדק קלאגן זיך אז ער האט ניט קיין חשק צום לערנען. האט עם דער צמח צדק געענטפערט: איז דאך גוט, וואס זאל איך טאן אז איך האב יא א חשק?
לערנען תורה דארף זיין דוקא ביגיעה. אז איינער זוכט חשק, גיט ער דאך אוועק א געוואלדיגע געלעגענהייט. אז ער האט "זוכה געווען" און האט ניט קיין חשק און וויל טאקע שטארק ניט, און גאר שטארק ניט, איז אז ער וועט לערנען מיט קבלת עול און יגיעה, וועט ער צוקומען צו די העכסטע מדריגה.
יעדער סאלדאט פון צבאות השם דארף זיך פארשטעלן אז עס איז ווי מען אונטערזוכט עם צי ער איז ראוי אויף ווערן אנגענומען אין צבא, ארמיי. אין א גשמיות'דיקע ארמיי איז דער עיקר נוגע צי ער איז א געזונטער מענטש, און מ'טראכט ניט צי ער האט חשק צי ניט. אויב ער איז א געזונטער מענטש נעמט מען עם באלד אן, און מ'פרעגט עם ניט צי ער האט חשק. מען הייסט עם ניט גיין אהיים, און קומען צוריק ווען ער באקומט חשק, נאר מען נעמט עם באלד אן.
אזוי איז אויך אין ארמיי פון השם. ס'איז ניט נוגע צי מען האט חשק צי ניט. מ'דארף לערנען מיט קבלת עול. המעשה הוא העיקר.
)לקו"ש חט"ו ע(503 '