Skip to content

לערן דיך אפ פונעם יצר הרע וויאזוי צו דינען השי"ת!

ויֵּּרָא אֵּלָיו ה' בְּּאֵּלֹנֵּי מַמְּרֵּא (יח, א)

און דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו, אין 'אילוני ממרא'

דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע ערקלערט, אז דער פסוק קומט אונז מרמז זיין, אז מיר דארפן זיך אפלערנען פונעם יצר הרע וויאזוי צו דינען השי"ת. אזויווי מיר זעען אז דער יצר הרע טוט זיין אויפגאבע מיט א געוואלדיגע פלייסיגקייט, ער לאקערט כסדר אויף דעם מענטש מיט אלע סארטן חכמות און תחבולות אים אריינצוכאפן אין זיין נעץ, און ער לאזט נישט נאך זיין ארבעט אפילו אויף איין רגע, און אפילו דער מענטש האט זיך שוין טויזנט מאל מתגבר געווען אויף אים, איז ער זיך נישט מייאש, נאר ער פרובירט ווייטער אים צו מכשיל זיין, אלעס כדי צו מקיים זיין דעם ציווי ה' וואס האט אים אויף דעם באשאפן.

פון דעם דארפן מיר זיך אפלערנען ווי פלייסיג און ווי איבערגעגעבן מיר דארפן זיין צו מקיים זיין דאס וואס השי"ת האט אונז באפוילן, צו טון מצוות און אנטלויפן פון עבירות מיט אונזער גאנצער כח און מח, און נישט ווערן אפגעשוואכט דערפון אפילו אויף איין רגע. דאס זאגט אונז דוד המלך (תהלים קיט צח) 'מאויבי תכחמני מצוותיך', אז פון מיין גרעסטער שונא, דער יצר הרע, דארף איך זיך לערנען און קלוגן וויאזוי מקיים זיין די מצות, 'כי לעולם הוא לי', ווייל איך זע אז די מלחמה פונעם יצר הרע מיט מיר גייט אן אויף אייביג, ממילא דארף איך זיך אפלערנען פון אים נישט נאכצולאזן קיינמאל פון עבודת ה.'

קומט אויס, אז בשעת ווען דער יצר הרע קומט צו א מענטש און ער פרובירט אים מיט אלע תחבולות איינצורעדן צו טון א עבירה, דארף ער פון דעם אליינס נעמען א לימוד און א חיזוק אים נישט צו פאלגן, ווייל ער זעט דאך יעצט ווי פלייסיג און איבערגעגעבן דער יצר הרע איז צו זיין אויפגאבע (צו צורעדן צו עבירות), דארף ער זיך ארויסלערנען דערפון צו זיין פונקט אזוי פלייסיג און איבערגעגעבן צו זיין אויפגאבע (שמירת התורה ומצות).

דאס זאגט אונז דא דער פסוק: 'וירא אליו ה' באלוני ממרא' '(אלוני' איז א לשון פון שטארקייט, און 'ממרא' איז א לשון פון ווידערשפעניגן), דאס מיינט צו זאגן, אז בשעת דער יצר הרע קומט 'באלוני ממרא,' און ער פרובירט מיט זיין גאנצע שטארקייט איינצורעדן דעם מענטש צו ווידערשפעניגן אין השי"ת, אפילו דעמאלטס דארף זיין 'וירא אליו ה'' - אז פון דעם אליינס קען זיך דער מענטש ארויסלערנען ווי ווייט ער דארף זיך מדבק זיין אין השי"ת און נישט פאלגן דעם יצר הרע.

דאס איז מרומז אין די ראשי תיבות פון ו'ירא א'ליו י'י ב'אלוני מ'מרא, וואס איז 'מאויב', דאס ווייזט אז דער 'וירא אליו ה'' לערנט מען זיך ארויס דוקא 'מאויב' - פון אונזער גרעסטער פיינט, דער יצר הרע, ווייל פון זיין מלחמה לערנען מיר זיך ארויס וויאזוי זיך צו מדבק זיין און השי"ת .

זרע קודש פ' וירא: וירא אליו ה' באלוני ממרא כו.' וזהו שנאמר וירא אליו ה' באלוני ממרא, פירוש שאפילו כשהיצר הרע מתחזק עליו להפילו בהמראה ומרד להמרות ולמרוד נגדו ית"ש, גם שם וירא אליו ה' שידבק עצמו בה' כנ"ל, שיבין מזריזות היצר הרע איך לדבק בה' ולהזדרז בעבודתו ית"ש, וזהו מרומז בר"ת של ו'ירא א'ליו י"י ב'אלוני מ'מרא הוא מאוי"ב, כנ"ל שזהו שוירא אליו ה' הוא מאויב על דרך מאויבי תחכמני מצותיך, שממלחמת היצר האויב, לומד איך לדבק בו ית"ש. - ח -

PDF Preview