Skip to content
מבאר רבותינו

ליכט צינדען לכבוד שב"ק (ד)

  • Vayeira
  • 5787
  • Yiddish
View printout

פרק א

ט) דער חיוב צו צינדן לעכט ערב שבת איז סיי אויף מענער און סיי אויף פרויען.

אבער די פרויען זענען מער געווארנט אין דעם, צוליב דורך דעם זענען זיי מתקן די זינד פון חוה. אדער ווייל זיי געפינען זיך אין שטוב, און זיי באשעפטיגן זיך מיט די הויז באדערפענישן.

אפברענען די לעכט (א)

א) מען פירט זיך אפצוברענען די לעכט פארן עס אנצינדן, כדי די פייער זאל זיך גוט אנכאפן שפעטער ווען מען צינד די לעכט.

ב) מען זאל קיינמאל נישט אויסלעשן לעכט מיט די לופט פונעם מויל, נאר דורך שאקלען מיט די הענט אדער דורך א אנדערע וועג.

יב) אין שולחן ערוך (או"ח סי' רס"ג סעיף ב') ווערט געברענגט, סיי מענער און סיי פרויען זענען מחויב צו מאכן זיכער אז ביי זיי אין שטוב זאל זיין אנגעצינדן לעכט שבת, און אפילו ער האט נישט וואס צו עסן זאל ער גיין קלאפן אויף די טירן, מיט די געלט קויפן אויל, און אנצינדן לעכט.

יג) אין טור (סימן רס"ג) ווערט געברענגט, פרויען זענען מער געווארנט אין אנצינדן די לעכט, ווי עס ווערט געברענגט אין מדרש, ווייל זי האט אויסגעלאשן די לעכט פון די וועלט, אז זי האט גורם געווען אז אדם הראשון זאל שטארבן ביים חטא עץ הדעת. און אזוי ווערט געברענגט אין מדרש תנחומא (פרשת נח אות א') אז די פרויען זענען באפוילן געווארן אויף די מצוה, ווי מיר געפינען אז אדם הראשון איז געווען דער ערשטער מענטש וואס איז באשאפן געווארן אויף דער וועלט, איז געקומען חוה און האט פארגאסן זיין בלוט, ווייל ער האט איר צוגעהערט און ער איז געשטארבן, ווי השי"ת האט אים געזאגט כי עפר אתה ואל עפר תשוב, האט השי"ת געזאגט אז זי זאל צינדן לעכט, ווייל אדם איז דאך געווען די לעכט פון די וועלט, ווי עס שטייט (משלי כ' כ"ז) נר ה' נשמת אדם, און אויב חוה איז געקומען און האט עס פארלאשן, זאגט השי"ת אז עס זאל איר געגעבן ווערן די מצוה פון לעכט, אז עס זאל פארצייעט ווערן אויף די לעכט וואס זי האט פארלאשן. דערפאר זענען פרויען באפוילן געווארן צו צינדן לעכט אין שבת. דער ב"ח (שם אות ב') שרייבט אויף דעם, אז דער פשט איז, אז אויב דער מאן וויל נישט לאזן זיין פרוי צינדן און מאכן א ברכה, נאר ער וויל עס אליין אנצינדן און מאכן א ברכה צוליב מצוה בו יותר מבשלוחו (קידושין מ"א ע"א), קען דער מאן דאס נישט טון און אוועקשטופן די פרוי פון די מצוה, וויבאלד פרויען זענען מער געווארנט אויף דעם, זאל זי אנצינדן און זי זאל מאכן א ברכה, און נישט דער מאן. אין ספר עולת שבת (סימן רס"ג סעיף א') ווערט געברענגט, אפילו מיר געפינען ביי אלע מצוות מצוה בו יותר מבשלוחו, אבער ביי די לעכט פון שבת איז אנדערש, און עס איז יא אויף די פרוי. אין ספר אשל אברהם (בוטשאטש, תניינא) ווערט געברענגט, אז דערפאר איז נר שבת קודש א מצוה אויף פרויען, און אויך אלע אנדערע הכנות צום שבת ווערט געטון דורך זיי, איז צוליב זיי זענען א שליח פון דעם מאן. אבער אנצוצינדן איז דא אין דעם אויך א סור מרע, אז זי זאל נישט פארשפעטיגן דורך דעם די ענין פון שמור וזכור און שלום בית. איז דא די מצוה אויף איר אליין מער ווי מצות חלה, דערפאר זאל זי כאטש אנצינדן אביסל פון די לעכט, און נאכדעם קען מען שוין מאכן א שליח.

יד) אין רמב"ם (הלכות שבת פרק ה' הלכה ג') ווערט געברענגט, אז פרויען זענען מער באפוילן אויף דעם ווי מענער, ווייל זיי געפונען זיך אין שטוב און זיי באשעפטיגן זיך מיט די שטוב ארבעט. אזוי ווערט אויך געברענגט אין רש"י (מס' שבת דף ל"ב ע"א בד"ה הראנו) אז פרויען זענען באפוילן אויף דעם ווייל די שטוב באדערפענישן איז אנגעהאנגען אין די פרוי. אין ספר שם משמואל (מאטערסדארף, שבראש ספר חתן סופר סדר עבודת היום דף קנ"א) ווערט געברענגט, מצות הדלקת נר שבת איז מער ביי א פרוי ווי א מאן צוליב שלום בית, און די פשט און די פארבינדונג צווישן די לעכט מיט שלום בית איז, אזוי ווי א גאנצע וואך באקלאגט זיך די פרוי אויף איר גורל אז זי איז אונטערטעניגט פארן מאן, ווי עס שטייט אין פסוק והוא ימשל בך, געפעלט איר נישט די זכותים וואס ער האט מער ווי איר, און באמת איז דאס די חכמה פון השי"ת אז עס זאל אזוי זיין, ווייל אויב נישט וואלט די פרוי געוועלטיגט אויף אים, וואלט ער געקומען דורכדעם צו פארשידענע שטרויכלונגען. און מיר געפונען אז דורך איר איז געווארן מיתה אויף די וועלט, און זי האט פארלאשן די לעכט פון די וועלט. און פאר דעם תיקון צינדט די פרוי לעכט פאר שבת, און צוליב וואס אין די צייט וואס מען צינדט די לעכט געדענקט זי די זינד פון חוה, און זי נעמט אן די דין פון השי"ת צו זיין אונטערטעניגט אונטערן מאן, דורך דעם קומט מען צו שלום בית.

טו) אין רמ"א (סי' רס"ד סעיף ט') ווערט געברענגט, אז מען פירט זיך אנצוצינדן די קנויט און עס אויסלעשן אז עס זאל זיך זיין גוט אפגעברענט, און די פייער זאל זיך גוט אנכאפן אין דעם שפעטער. אין משנה ברורה (שם ס"ק כ"ח) ווערט געברענגט, און דאס זאל דער מאן קודם טון, און דאס איז א תועלת אז די פרוי זאל זיך נישט אויפהאלטן און פארזוימען ווען זי צינדט דאס אן ווען עס קומט די צייט פון לעכט צינדען. אין ספר קרבן נתנאל (על הרא"ש, מס' ביצה פרק א' בדברי הרא"ש סעיף א' ס"ק פ') ווערט געברענגט א טעם אפצוברענען די לעכט פאר'ן אנצינדן. וויל דער רא"ש זאגט אז די צוויי טאג פון ראש השנה טאר מען נישט אנצינדן א לעכט יום טוב ביינאכט. זאגט ער אז דערפאר איז דער טעם אז פרויען ברענען יעדן ערב שבת אפ די קנויט פאר'ן אנצינדן, צוליב די חשש פון די וואס אסר'ן אז ווען עס געפאלט יום טוב נאךשבת.און ביי ראשהשנה דארף מען אויך אנקומען צו דעם מנהג כדי ער זאל קענען מטלטל זיין און אנצינדן נאכדעם יום טוב שני. און נאכדעם האט ער דאס געטראפן אין מרדכי בשם הר"ם מרוטנבורג.

טז) אין ספר יש נוחלין (אזהרות מן הסכנה, וכן בכל בו סימן קי"ח) ווערט געברענגט, אמרו רבותינו אז פיר זאכן אויב איינער טוט עס איז דמו בראשו, און איינס פון דעם איז אויב מען לעשט אויס א לעכט מיט די מויל. אין ספר בן איש חי (הלכות שנה שניה, פרשת פנחס אות י"ח) ווערט געברענגט, עס ווערט געברענגט אין שער רוח הקודש לרבינו האריז"ל אז מען זאל נישט אויסלעשן קיין לעכט מיט'ן מויל. אין ספר תוספות רמ"ח (לבעל ילקוט אברהם זצ"ל, אות ל"א) ווערט געברענגט. אז ער האט געהערט אין זיינע קינדער יארן, און אזוי האט ער אויך געזען פון אנשי מעשה, אז זיי פירן זיך נישט אויסצולעשן א לעכט אדער א לאמפ פון פייער מיט די מויל, נאר דורך די הענט אדער אן אנדערע וועג. און ער האט געהערט א טעם אויף דעם, ווייל אויב לעשט מען אויס מיט די מויל, זאגט מען ארויס א הייליגן שם מיט'ן מויל. און ער האט ביז היינט נישט פארשטאנען וועלכע שם דאס איז, און ער האט געפרעגט די וואס פירן זיך אזוי, און קיינער האט נישט געוואוסט. נאר מען האט אים געזאגט אז עס איז דא א קבלה פון זייערע עלטערן. און שפעטער איז אים בייגעפאלן אז זיי זענען גערעכט מיט זייערע ווערטער און מנהג, ווייל דורכ'ן אויסלעשן מיט'ן מויל גייט ארויס דער הייליגער שם פא"י, וואס דאס איז די ראשי תיבות פ'ותח א'ת י'דך (תהלים קמ"ה ט"ז), און דאס איז בגימטריא צ"א, ווי ביידע הייליגע שמות הוי"ה און אדנ"י, דערפאר איז נישט ריכטיג אזוי צו טון. אין זמירות עטרת יהושע (סעיף כ"א) ווערט געברענגט אז כ"ק הגאב"ד רבי משה ארי' פריינד זצ"ל האט אויסגעלאשן די לעכט מיט א הוט, אדער מיט זיין הענט, אבער נישט מיט'ן מויל.