לאז נישט נאך! זיי ווייטער מתפלל צו השי"ת!!
וַיֵּּלֶּך ה' כַּאֲשֶּר כִּּלָּה לְּדַבֵּּר אֶּל אַבְּרָהָם וְּאַבְּרָהָם שָב לִּמְּקֹמו (יח לג)
און דער אויבערשטער איז אוועקגעגאנגען, ווען ער האט געענדיגט
רעדן צו אברהם, און אברהם איז צוריק געגאנגען צו זיין ארט
דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע שטעלט זיך, אז לכאורה זענען די ווערטער 'ואברהם שב למקומו' גענצליך איבריג, ווייל עס איז דאך זעלבסט פארשטענדליך אז אברהם אבינו איז נישט געבליבן שטיין אויף יענעם פלאץ אויף אייביג?
נאר דער פסוק איז מרמז מיט דעם, אז כאטש וואס אברהם אבינו האט געזען אז דער אויבערשטער איז שוין אוועקגעגאנגען פון אים, און ער האט למעשה גארנישט גע'פועל'ט מיט זיינע תפלות צו ראטעווען סדום, דאך איז אברהם צוריק געגאנגען צו זיין ארט, ווייטער צו מתפלל זיין אויף אידישע קינדער לדורות עולם.
ווייל כאשט וואס אברהם אבינו האט געזען אז זיינע תפלות האבן נישט אויפגעטון, איז ער בכלל נישט אפגעשוואכט געווארן פון די ענין פון תפלה, נאר 'ואברהם שב למקומו,' דהיינו ער איז צוריקגעגאנגען צו די זעלבע פלאץ ווי ער איז געווען בפאר ער האט מתפלל געווען אויף סדום, וואס דעמאלטס איז ער געווען גאר שטארק אין דעם ענין פון תפלה (והראיה אז ער האט מתפלל געווען אויף סדום), פונקט אזוי שטארק איז ער געווען נאכדעם וואס זיינע תפלות זענען נישט אנגענומען געווארן, און ער האט ווייטער עוסק געווען אין תפלה פונקט ווי פריער.
אזוי דארף יעדער איד זיך פירן שטענדיג, אז כאטש וואס ער זעט אז זיינע תפלות האבן גארנישט געהאלפן, דאך זאל ער זיך ח"ו נישט מייאש זיין פון ווייטער מתפלל זיין און מעורר זיין רחמים שמים. אזויווי חז"ל זאגן (ברכות לב):, אז ווען א מענטש זעט אז ער איז מתפלל און ער ווערט נישט געהאלפן, זאל ער ווייטער מתפלל זיין, ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים כז יד) 'קוה אל ה' חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה" .
תפארת שלמה פ' וירא: א"י וילך ה' וגו' ואברהם שב למקומו. ר"ל אע"פ שהלך הקב"ה ממנו ולא הועיל בתפלתו כלום על סדום. אעפ"כ אברהם שב למקומו להתפלל על בנ"י. ואברהם עודנו עומד בתפלה על עמו בנ"י. וכן נכון לכל איש ישראל אע"פ שרואה שאין תפלתו מועלת אע"פ כן אל ימנע מן הרחמים להעתיר אל ה' תמיד. - כה -