Skip to content

מיר האבן א הבטחה, אז אלעמאל וועלן בלייבן ערליכע אידן וואס וועלן נישט פארכאפט ווערן אין ציונות!

וַיֵּּרָא אֵּלָיו ה' בְּּאֵּלֹנֵּי מַמְּרֵּא וְּהוּא יֹשֵּב פֶּּתַח הָאֹהֶּל כְּּחֹם הַיּוֹם (יח, א)

און דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו, אין 'אילוני ממרא',

און ער איז געזעצן ביים טיר פון געצעלט, ווען די זון האט געברענט

רש"י ברענגט, אז ווען אברהם אבינו האט געזען די שכינה, האט ער זיך געוואלט אויפשטעלן, האט אים דער אויבערשטער געזאגט: "בלייב זיצן, און דאס וועט זיין א סימן פאר דיינע אייניקלעך, אז איך וועל שטיין ביי יעדן דין תורה, און די דיינים וועלן זיצן". אין מדרש (בראשית רבה מח, ז) ווערט דאס געברענגט אויף אן אנדערן ענין, אז דער אויבערשטער האט געזאגט, אז דאס וועט זיין א סימן, אז ווען אידן וועלן אריינקומען אין בית הכנסת און בית המדרש צו ליינען קריאת שמע, וועלן זיי זיצן און איך וועל שטיין. און אין מדרש תנחומא (וירא, ד) שטייט א דריטע גירסא, אז ווען די קליינע קינדער וועלן לערנען, וועלן זיי זיצן און איך וועלן שטיין.

מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע ערקלערט: דער זוהר חדש זאגט (תיקונים, קמא:), אז ביי דעם געלעגנהייט, ווען דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם, האט ער אים געוויזן וואס עס וועט פאסירן אין אלע דורות ביז דעם לעצטן דור.

לויט דעם קען מען ערקלערן, אז ווען אברהם אבינו האט געזען דער נידריגער מצב פון די שפעטערע דורות, האט ער געוואלט 'זיך אויפשטעלן', וואס דאס איז מרמז, אז ער האט געוואלט דאווענען [ווי די גמרא זאגט (ברכות ו:), אז דאס ווארט 'עמידה' [שטיין] ווייזט אויף דעם ענין פון תפילה], ער האט געוואלט מתפלל זיין אזעלכע תפילות וואס וועלן ברענגען די גאולה געצוואונגענערהייט. אבער דאס איז פארבאטן צו טון, ווייל דער אויבערשטער האט באשוואוירן כלל ישראל, נישט צו נעמען די גאולה פאר די צייט (כתובות קי:), און אין דעם איז אויך אריינגערעכנט, אז מען טאר נישט מתפלל זיין אזעלכע תפילות וואס וועלן ברענגען די גאולה געצוואונגענערהייט (זע ויואל משה מאמר א, כט). דעריבער האט דער אויבערשטער געזאגט פאר אברהם: "בלייב זיצן", דאס מיינט, אז ער זאל נישט מתפלל זיין אזעלכע תפילות.

דער אויבערשטער האט ממשיך געווען: אויב וועסטו זיך זארגן, וויאזוי איז מעגליך אז אידן וועלן קענען אויסהאלטן אין די לעצטע דורות, אזעלכע ביטערע נסיונות, און וויאזוי וועלן נאך איבערבלייבן ערליכע אידן וואס וועלן זיך האלטן ביי די ריינע אמונה, און אויסווארטן אויף די ישועה פונעם אויבערשטן? דעריבער האט אים דער אויבערשטער געזאגט: "איך וועל שטיין און זיי וועלן זיצן", דאס מיינט, אז ער האט אים מבטיח געווען, אז ער וועט אפהיטן כלל ישראל מיט א ספעציעלע שמירה, אז עס זאלן אלעמאל איבערבלייבן ערליכע אידן וואס וועלן נישט פארכאפט ווערן אין דעם שטראם פון מינות וכפירה, און זיי וועלן נישט זיין קיין חלק פון די שרעקליכע כפירה, צו נעמען חלילה א גאולה פאר די צייט, נאר זיי וועלן ווארטן אויף די ישועה פון השי"ת.

לויט דעם קען מען פארשטיין דעם מדרש (בראשית רבה מח, א), אז דער אויבערשטער האט פארמערט אן ענוה פאר אברהם, מיט דעם וואס ער איז געשטאנען און אברהם איז געזיצן. די כוונה דערפון איז, אז אברהם אבינו האט משיג געווען, אז ס'איז נישטא קיין אנדערער וועג וויאזוי צו ברענגען די גאולה, נאר דורך 'ענוה' און שפלות, און צוליב דעם האט ער משפיע געווען די מידה פון ענוה און שפלות פאר די לעצטע דורות, אז זיי זאלן גיין מיט די וועגן פון ענוה, נישט צו זוכן קיין אייגענע רעגירונג, און קיין אייגענע מלוכה, און נישט טון חלילה קיין שום גשמיות'דיגע פעולות צוצוהעלפן צו די גאולה, ווייל דאס דערווייטערט נאכמער די גאולה, נאר זיך פארלאזן אויפן אויבערשטן אליין, און ווארטן אויף זיין ישועה.

דעריבער ווערט דא געברענגט אין די מדרשים די עניינים פון ליינען קריאת שמע, און פון די תורה פון די תינוקות של בית רבן, ווייל דאס איז דער איינציגסטער וועג פאר כלל ישראל אין דעם לעצטן דור, זיך צו שטארקן מיט תפילות און בקשות, צו בעטן דעם אויבערשטן, אז ער זאל אונז אויסלייזן בקרוב, און ווי אויך אין דעם זכות פון די קליינע קינדער, די ריינע תורה פון די תינוקות של בית רבן, אין זייער זכות וועט דער אויבערשטער אפהיטן כלל ישראל, אז מיר זאלן זיך קענען פירן אויף די וועגן פון אברהם אבינו מיט ענוה און שפלות, און אין דעם זכות וועלן מיר בקרוב אויסגעלייזט ווערן במהרה בימינו אמן .

דברי יואל (עמ' שפ): עוד אפ"ל בקש לעמוד וכו' עפי"מ שאמרז"ל (ברכות ו' ע"ב) אין עמידה אלא תפילה שנא' ויעמוד פנחס ויפלל, דכשראה אאע"ה לפניו גודל שפלות דורות האחרונים רצה להתפלל תפלות כאלו המכריחין למהר בחי' הגאולה, כמו שמצינו בתפלת ר' חייא ובניו - ה - (ב"מ פ"ה ע"ב), אמנם גם זהו בכלל השבועה שלא ידחקו את הקץ וכפירש"י (כתובות ק"י) שלא ירבו בתחנונים על כך יותר מדאי, ובארתי שר"ל תפלות כאלו המכריחין בחי' הגאולה כגון ר' חייא ובניו, (עיין ויואל משה מאמר א' סימן כ"ט), וז"פ בקש לעמוד היינו להתפלל על דורות האחרונים ולעשות בתפלתו הכרח על הגאולה, א"ל הקב"ה שב שלא תתפלל תפלות כאלו, שגם זה נכלל בשבועה של דחיקת הקץ, ואם תאמר איך יוכלו ישראל לעמוד בגודל הנסיונות הללו ואיך ישארו עוד שארית מישראל שיהיו דבוקים בהקב"ה וממתינים על ישועת ית"ש, א"ל הקב"ה ואני אעמוד, ר"ל שהבטיח אותו הקב"ה שישמור את עמו ישראל בהשגחה מיוחדת וישארו בישראל שארית אשר לא יכרעו לבעל ולא יתפסו לזרם המינות וכפירה, וימנעו מליקח חלק בדחיקת הקץ שהיא נגד רצונו ית"ש, אלא יקיימו והי' לכם למשמרת נטרונא וימתינו על ישועת השי"ת... ובזה יובן דברי המדרש, מה ענוה הרבה הקב"ה לאברהם שהי' יושב והשכינה עומדת, ר"ל דבהתגלות הזה הראה לו הקב"ה עד סוף כל הדורות כמבואר לעיל בדברי הזוהר חדש, וראה את דור האחרון הזה, והשיג שאין דרך אחר לזכות לגאולה רק ע"י ענוה ושפלות רוח, וע"כ הרבה ענותנותו, ופעל בזה להשפיע מדת הענוה לדורות האחרונים, שילכו גם המה בדרך הענוה שלא לבקש שררה ושולטנות, כמ"ש והשארתי בישראל עם עני ודל וחסו בשם ה,' ולא לעשות פעולות גשמיות בידים לסייע אל הגאולה ח"ו, דזה מרחק עוד קץ הגאולה ח"ו, רק לחסות בשם ה,' וא"ש דברי המדרשים הנ"ל (בקושיא א)' מה שהסמיכו את הפסוק אלקים נצב בעדת קל לפרשה זו וירא אליו ה' וגו,' שזה הפסוק וכל המזמור מדבר מדור האחרון עיקבתא דמשיחא, ועל אותו הזמן הראה לו הקב"ה לאאע"ה סימן זה שהוא יושב והקב"ה עומד כנ"ל, וכמו"כ לפי"ד המדרש הנ"ל שרומז על מה שישראל נכנסין לבתי כנסיות ולבתי מדרשות וכו' אפ"ל הכוונה שרמז הקב"ה לאאע"ה שזה יהי' הדרך היחידי לישראל בדור האחרון להרבות בתפלה ותחנונים לפניו ית"ש שנזכה במהרה לישועה שלימה, ולא ח"ו לעשות איזה פעולה אנושית ה' ישמרנו, ולפי"ד המדרש תנחומא ירמוז על תינוקת של בית רבן, ר"ל שזכותם יגרום להביא את הגאולה, במה שהן יושבין וקורין ובזכות הבל פיהן שאין בו חטא, יעמוד הקב"ה לימיננו לשמור שארית פליטת עמו ישראל, ונזכה להיות דבוק בו ית"ש בדרך התוה"ק ולהיות בענוה ובשפלות רוח, בדרך שהכין אאע"ה בשביל דורות הבאים, ובזכות זה נזכה במהרה לראות בישועת כל ישראל ושמחתן ובהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן. - ו -

PDF Preview