אויפנעמען יעדן מענטש מיט כבוד
וַיֹּאמַר אֲדֹנָי אִּם נָא מָצָאתִּי חֵּן בְּּעֵּינֶּיך אַל נָא תַעֲבֹר מֵּעַל עַבְּדֶּּך (יח, ג)
און אברהם האט געזאגט פאר די געסט: "מיינע
הערן! ביטע גיי נישט אוועק פון דיין קנעכט"
דער ספר תוצאות חיים ברענגט ארויס א מוסר השכל וואס מען זעט פון דא, אז טראץ וואס אברהם אבינו האט געמיינט אז זיי זענען אראבער'ס, מיט דעם אלעם האט ער זיי אנגערופן 'מיינע הערן' מיט כבוד און שעצונג, דאס ווייזט אז יעדער מענטש איז מחוייב צו מכבד זיין אן אנדערן מענטש, אפילו אויב ער קען אים נישט, און מ'דארף אויפנעמען יעדן מענטש מיט ווארעמקייט און פריינטשאפט, ווייל נאר אזוי קען די וועלט אנגיין .
תוצאות חיים (להגאון רבי חיים באסקוויץ, נדפס שנת תקכ"ד): ויאמר אדני אם נא מצאתי חן בעיניך אל נא תעבור מעל עבדך הנה קרא אותם אברהם אדני אעפ"י שבתחילה כערבים נדמו לו היה מדבר אליהם דרך כבוד בלשון אדנות. תוכחת מוסר שמחוייב האדם לכבד זולתו אעפ"י שאינו מכירו ויקבל כל אדם בסבר פנים יפות כי זהו מקיום וישוב העולם.