פרשת וירא
וירא (א)
אין אנהויב פון אונזער פרשה שטייט "וירא אליו ה"' אז דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם. זאגט רש"י "לבקר את החולה," אז עס איז געווען "יום שלישי למילתו," דעם דריטן טאג נאך זיין ברית מילה. דעמאלסט איז די גרעסטע סכנה, איז דערפאר, דער אויבערשטער געקומען עם מבקר חולה זיין.
דארף מען פארשטיין:
פארוואס שטייט "וירא אליו," און ניט "וירא אל אברהם?"
דער ענטפער איז:
אויב עס וואלט געשטאנען "וירא אל אברהם," וואלט מען געמיינט אז דאס וואס דער אויבערשטער איז געקומען מבקר חולה זיין אברהם'ן, איז דאס מצד מעלתו של אברהם אבינו, און עס איז ניט קיין ראי' פון דעם אז מען דארף מבקר חולה זיין סתם א אידן. דערפאר שטייט דא ניט דער ווארט "אברהם," אז מען זאל וויסן אז עס איז א מצוה צו מבקר חולה זיין יעדער אידן.
עס שטייט "אחרי ה' אלקיכם תלכו," מען זאל נאכגיין די וועגן פון דעם אויבערשטן. וויבאלד מען געפינט אז דער אויבערשטער האט מבקר חולה געווען אברהם'ן, לערנט מען אפ פון דעם אז מען דארף מבקר חולה זיין יעדער אידן.
ביקור חולים איז איינע פון די ענינים פון גמילות חסדים אין וועלכע צבאות השם זיינען זיך עוסק.
)לקו"ש ח"ה ע(320 '