ס'איז שפעט, די טרעפיק נעמט נישט קיין עק...
א וועלט פון אמונה. א לעבן פון בטחון
צומאל מאכט זיך א מעשה אויף וואס ס'איז ווערד אויסצודרוקן: אפילו אויב די גאנצע 'השגחה פרטית ליין' וואלט נאר געווארן אויפגעשטעלט פאר די איין מעשה – וואלט זיך אלעס האבן געלוינט. און פאלגנד איז איינע אזא מעשה:
"מיין ברודער, וואס איז מיר זייער נאנט צום הארץ, האט געזאלט חתונה מאכן זיין זון יענע נאכט, אין די שטאט אשדוד. כ'האב זיך ארויסגעלאזט פון ירושלים, ווען אויפאמאל איז מיר שווארץ געווארן פאר די אויגן: א געדיכטע טרעפיק האט זיך געצויגן ביז אריין אינעם האריזאנט – נאכן כאפן א בליק אויפן זייגער, האב איך דערזען אז די חופה גייט זיך אנהייבן אין א קארגע האלבע שעה ארום...
ווען אזא זאך וואלט פאסירט א יאר צוריק, פאר כ'האב אנגעהויבן אויסצוהערן די 'השגחה פרטית ליין', וויל איך אפילו נישט טראכטן וויאזוי כ'וואלט אויסגעזען... אבער געלויבט השי"ת אז ס'איז ערשט יעצט געשען, נאך א יאר פון אפט אויסהערן דעם ליינ'ס רייכע תוכן.
כ'בין געזעצן אין קאר און זיך אומגעקוקט אויף אלע קארס פאר מיר, ווען ביי מיר האבן זיי בלויז אויסגעזען ווי גוטע שלוחים פון הימל. ס'איז דורך א האלבע שעה, און נאך איינס - די טרעפיק רירט זיך נישט. דערביי האב איך איינגעזען אז די חופה האב איך שוין זיכער פארפאסט. מעגליך אפילו די סעודה. אבער ברוך ה' – מיין רואיגקייט האב איך נישט פארלוירן פאר קיין סעקונדע. איך בין געליבן אינגאנצן רואיג.
און געוויס, כ'בין אנגעקומען צו די חתונה קוים 10 אזייגער... איך האב נישט געטראכט קיין סאך. כ'האב זיך גלייך אנגעשלאסן אינעם רינג און אנגעהויבן טאנצן מיטן גאנצן ברען, זייענדיג איבערגעפילט מיט שמחה אויף דעם וואס כ'האב זוכה געווען איינצובאקן אזא אמונה פשוטה אין מיר; נעמליך, אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, און ס'איז נישטא גארנישט אויסער אים!
איך זאג שטענדיג פאר מענטשן: ס'איז דא א לעבן פארדעם – און ס'איז דא א לעבן נאכדעם. און מיינט נישט אז די פאקטן אויפן שטח טוישן זיך. צומאל בלייבט די זעלבע טרעפיק ווי בעפאר, מ'קומט אן די זעלבע שפעט ווי זיך געראטן, און די מציאות בלייבט פונקט די זעלבע מציאות. נאר וואס? די 'בליק' אויף די מציאות – דאס איז די הויפט לעבנס-געשיכטע.
יעדער פארשטייט אז ווען א מענטש שפירט א קלאפ אויפן רוקן, ער דרייט זיך אויס און ער זעט אז ס'איז זיין טאטן – איז דאס גאר אן אנדערע געפיל ווי ווען ער הייבט אריין א זעץ אויפן רוקן, און ביים זיך אויסדרייען דערזעט ער זיין פיינט. די זעלבע קלאפ. די זעלבע זעץ. אבער גאר אן אנדערע מציאות.
שבת שלום ומבורך, פינחס שאפער