Skip to content

צעברעך דיין נאטור פארן אויבערשטן וועסטו זוכה זיין צו ישועות למעלה מדרך הטבע!

וַיֵּּרָא אֵּלָיו ה' בְּּאֵּלֹנֵּי מַמְּרֵּא וְּהוּא יֹשֵּב פֶּּתַח הָאֹהֶּל כְּּחֹם הַיּוֹם (יח, א)

און דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו, אין 'אילוני ממרא',

און ער איז געזעצן ביים טיר פון געצעלט, ווען די זון האט געברענט

רש"י ברענגט, אז ווען אברהם אבינו האט געזען די שכינה, האט ער זיך געוואלט אויפשטעלן, האט אים דער אויבערשטער געזאגט: "בלייב זיצן, און דאס וועט זיין א סימן פאר דיינע אייניקלעך, אז איך וועל שטיין ביי יעדן דין תורה, און די דיינים וועלן זיצן".

דער הייליגער בית אהרן זי"ע ערקלערט, אז די כוונה פון דעם סימן איז, אז פונקט ווי אברהם איז געווען העכער פון די טבע, אזויווי חז"ל זאגן (שבת קנו.) אויפן פסוק (בראשית טו, ה): "ויוצא אותו החוצה", אז דער אויבערשטער האט ארויסגענומען אברהם פון דער גשמיות'דיגער טבע. אט דער ענין וועט זיין א סימן פאר זיינע אייניקלעך, אז דער אויבערשטער וועט זיך אויך פירן מיט אלע אידן למעלה מדרך הטבע.

אזויווי עס ווערט געברענגט אין דעם ספר פונעם תולדות זי"ע, אז אויב א איד פירט זיך מיט אויבערשטן בדרך הטבע, דאן פירט זיך דער אויבערשטער אויך מיט אים בדרך הטבע, אבער א איד וואס פירט זיך מיטן אויבערשטן שלא בדרך הטבע, ער צעברעכט זיין טבע פארן אויבערשטן, דאן מאכט דער אויבערשטער מיט אים ניסים שלא כדרך הטבע, און ער הייבט אים אויף העכער פון די טבע.

ווייל יעדער איד וואס וויל זוכה זיין צו עפעס א רוחניות'דיגער ענין מיט אן אמת, מוז ער ארויסגיין פון דעם 'דרך הטבע', ווייל ער דארף זיך דערווייטערן פון אלע תאוות און אלע גשמיות'דיגע גלוסטענישן וואס קומען פון די טבע פון דער וועלט, און כדי צו דעגרייכן צו עפעס אידישקייט דארף א מענטש צעברעכן זיין טבע וואס ציעט צו גשמיות .

בית אהרן: א"ל הקב"ה שב ואני אעמוד ואתה סימן לבניך. היינו שאתנהג עמם למעלה מסדר העולם. וכדאי' על פסוק ויוצא אותו החוצה ויאמר הבט נא השמימה. כי הגביהו למעלה מכיפת הרקיע ויצא חוץ לטבע ולמעלה מן הטבע כדאיתא בספר של הרב מפולנאה. שאיש הישראלי שמתנהג עם הקב"ה בדרך הטבע הקב"ה מתנהג עמו ג"כ בדרך הטבע. ומי שמתנהג עם הקב"ה שלא בדרך הטבע הקב"ה עושה עמו נסים ג"כ שלא בדרך הטבע ומגביהו למעלה מן הטבע. וכידוע מאברהם מה שהי'. ויאמר לו כה יהי' זרעך. היינו שזרעך יהי' ג"כ כך כשאיש ישראל רוצה להגיע מעט לדבר י"י באמת הוא מוכרח לצאת מדרך הטבע. ראשונה צריך לראות לצאת ולהתרחק מכל התאוות ומכל התשוקות מן הטבע של זה העולם. כי הטבע מוטבע בחומר. והבן היטיב.

PDF Preview