תוכן התורה - פרשת וירא
פֿאָרוואָרט
הרה“צ ר‘ אליעזר דוד פריעדמאן ברענגט אין זיין ספר (מפי ספרים וסופרים פר‘ קרח עמ‘ שלג‘ הערה ה‘) א אינטרעסאנטע מעשה פון הרב ר‘ ראובן מרגליות וואס איז געווען ביי הרה“ק מהרי“ד מבעלזא זצוק“ל שב“ק פר‘ קרח תרע“ג. דער בעלזער רב האט געפרעגט וואס איז פשט אז קרח ועדתו זענען אראפ לעבעדיגערהייט אין די ערד מיט אזא שרעקליכע טויט?
נאר פשט איז אז ווילאנג א מענטש איז נאך אויף די וועלט אפילו אינעם לעצטן מינוט קען מען נאך אלעס מתקן זיין, און דערפאר כדי צו געבן פאר קרח ועדתו די געלעגנהייט צו תשובה טאהן האט השי“ת זיי געמאכט גיין לעבעדיגערהייט אין דער ערד, און האט הרה“ק מבעלזא אויסגעפירט אז זיי האבן טאקע תשובה געטאהן און דערפאר טאקע שרייען זיי ’משה אמת ותורתו אמת‘.
פארציילט ר‘ ראובן מרגליות אז דער בעלזער רב האט געזאגט מיט אזא התעוררות ’יעדע יוד ווי אזוי ער זאל נישט זיין האט נאך א האפענונג תשובה צו טאהן אבער ווען ער שטארבט איז ער פארפאלן‘, און ווען דער בעלזער רב האט געזאגט די ווארט ’פארפאלן‘, האט ער צוזאמגעפאטשט זיינע צוויי הייליגע הענט אז די קלונג פון די פאטש ליגט אים נאך אין אויערן די גאנצע לעבן.
אין די קומענדיגע תורה גייט דער בת עין אונז ערקלערן די כח פון תשובה וואס א יעדער יוד האט זוכה געווען מיט די כח פון די תפלה פון אברהם אבינו אויף די מענטשן פון סדום. לכו ונשובה אל השם.
תוכן התורה
[א] לשון הפסוקים. / דריי דיוקים אין די לשון הפסוקים.
[ב] די רצון פונעם באשעפער אין תשובה. / השי“ת האט זיך אראפגעלאזט מעורר זיין צו תשובה. / די רחמים פון השי“ת אין די ענין פון תשובה.
[ג] די בקשה פון אברהם אבינו אויף תשובת יחיד. / פשט אין פסוק ’הַשֹּׁפֵט כָּל הָאָרֶץ לֹא יַעֲשֶׂה מִשְׁפָּט‘. / די ענטפער פון השי“ת.
[ד] פשט אין מדרש פליאה. / ’בְּשֶׁמֶן קָדְשִׁי מְשַׁחְתִּיו‘.
[א] לשון הפסוקים
הַמְכַסֶּה אֲנִי מֵאַבְרָהָם אֲשֶׁר אֲנִי עֹשֶׂה וְגוֹ', [און דער אייבישטער האט געזאגט] צו דען טוה איך באדעקן (פארהוילן) פון אברהם אלעס וואס איך טוה [אין סדום].
חָלִלָה לְּךָ... הֲשֹׁפֵט כָּל הָאָרֶץ וְגוֹ', פראסט [אין די אויגן פון מענטשן] איז פאר דיר צו טאהן אזוי ווי די זאך צו טויטן א צדיק מיט א רשע, וועט זיין די צדיק ווי א רשע? פראסט איז פאר דיר [אפילו פאר די נשמות פון יענע וועלט וואס קוקן צו די משפט – רש“י] צו דער וואס טוט משפט‘ן די גאנצע ערד וועט נישט טאהן קיין גערעכטיגקייט.
דריי דיוקים אין די לשון הפסוקים
וְיֵשׁ לְדַקְדֵּק מַה שֶּׁאָמַר הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ ’הַמְכַסֶּה‘, און מען דארף פארשטיין וואס דער באשעפער האט געמיינט צו זאגן ’צו וועל איך באהאלטן פון אברהם וואס איך גיי טאהן‘, הֲלֹא מִלְּתָא דַּעֲבִידָא לְגִלּוּי הוּא, דאס איבערדרייען פון סדום איז דאך א זאך וואס גייט זיין אנפלעקט צו יעדן, איז עס נישט אז דער באשעפער באהאלט עפעס פון אברהם – איז וואס מיינט דער באשעפער צו זאגן אז ער באהאלט עפעס פון אברהם.
וְעוֹד קָשֶׁה, און נאך איז שווער אין די לשון הפסוק, שֶׁבִּתְחִלַּת דִּבּוּרוֹ שֶׁל אַבְרָהָם עִם ה' הִתְחִיל בִּדְבָרִים קָשִׁים לֵאמֹר ’חָלִלָה לְּךָ‘ וְגוֹ', אז אין די אנפאנג וואס אברהם אבינו האט גערעדט מיטן באשעפער האט אברהם אבינו אנגעהויבן מיט שווערע רייד און געזאגט צום באשעפער כביכול און געטענה‘ט כאילו כביכול טוט נישט קיין גערעכטיגקייט, ווי די פסוק זאגט ’פראסט איז פאר דיר צו דער וואס טוט משפט‘ן די גאנצע ערד וועט נישט טאהן קיין גערעכטיגקייט‘.
וְעוֹד קָשֶׁה כֵּיצַד דָּן אַבְרָהָם אָבִינוּ ע“ה אֶת הַבּוֹרֵא בָּרוּךְ הוּא לַעֲשׂוֹת דָּבָר כָּזֶה לְהָמִית צַדִּיק עִם רָשָׁע, נאך איז שווער צו פארשטיין ווי אזוי האט אברהם אבינו געטראכט אז דער באשעפער וועט טאהן אזא זאך און וועט טויטן א צדיק צוזאמען מיט א רשע.
[ב] די רצון פונעם באשעפער אין תשובה
וּלְהָבִין זֶה, און צו פארשטיין דאס, הִנֵּה עִקַּר הַיְדִיעָה שֶׁרָצָה הַבּוֹרֵא בָּרוּךְ הוּא לְהוֹדִיעַ לְאַבְרָהָם אוֹהֲבוֹ לֹא אֲבֵידַת וַהֲפִיכַת סְדוֹם, די עיקר וואס דער באשעפער האט געוואלט צו וויסן טאהן אברהם אבינו איז נישט געווען דאס אז ער גייט מאכן פארלירן און איבערדרייען סדום, אֶלָּא רָצָה לְהוֹדִיעוֹ גֹּדֶל חַסְדּוֹ יִתְבָּרַךְ בְּעִנְיַן הַתְּשׁוּבָה, נאר דער באשעפער האט אים געוואלט צו וויסן טאהן די גרויסע חסד אין די ענין פון תשובה.
וְכָךְ אָמַר לוֹ הַבּוֹרֵא בָּרוּךְ הוּא, ’זַעֲקַת סְדוֹם וַעֲמֹרָה‘ וְגוֹ', און אזוי האט אים דער באשעפער געזאגט, ’די געשריי פון די מענטשן וואס ווערן געפייניגט פון סדום ועמורה איז גרויס געווארן‘, און ווי די פסוק זאגט ווייטער, רְצוֹנוֹ לוֹמַר יָדוּעַ לְךָ שֶׁאַנְשֵׁי סְדוֹם רָעִים וְחַטָּאִים מְאֹד, דער באשעפער האט אים געמיינט צו זאגן דו ווייסט דאך אז די מענטשן פון סדום זענען זייער שלעכט און זינדיג, וְאַף עַל פִּי כֵן אֵין אֲנִי חָפֵץ בְּמִיתָתָן, כִּי אִם בְּשׁוּבָם מִדַּרְכֵיהֶם וְחָיוּ, און פון דאס וועגן דאך וויל איך נישט זייער טויט, נאר אז זיי זאלן זיך צוריקקערן פון זייערע וועגן און בלייבן לעבן.
וְעוֹד שֶׁאֲנִי בְּעַצְמִי אֲעוֹרֵר לִבָּם לִתְשׁוּבָה, און דאס נאך אויך זאגט ווייטער דער באשעפער: אז איך כביכול דער באשעפער וועט אליין דערוועקן זייער הארץ צו תשובה.
השי“ת האט זיך אראפגעלאזט מעורר זיין צו תשובה
וְזֶה שֶׁאָמַר הַכָּתוּב ’אֵרְדָה נָּא וְאֶרְאֶה‘, און דאס איז וואס די פסוק זאגט אז דער באשעפער האט געזאגט ’איך וועל אראפנידערן און איך וועל זעהן‘, רְצוֹנוֹ לוֹמַר אֵרְדָה מִדַּרְגָּא לְדַרְגָּא (כִּדְאִיתָא בַּזֹּהַר ח“א קה:), און ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש מיינט די ווארט ’אֵרְדָה‘ צו זאגן איך וועל אראפגיין פון איין מדריגה צו א קלענערע מדריגה, וַאֲעוֹרֵר לִבָּם לִתְשׁוּבָה, און איך וועל דערוועקן זייער הארץ צו תשובה.
די רחמים פון השי“ת אין די ענין פון תשובה
וְאַחַר כָּךְ ’אֶרְאֶה הַכְּצַעֲקָתָהּ הַבָּאָה אֵלַי עָשׂוּ‘, און דערנאך וועל איך זעהן צו זיי האבן תשובה געטאהן לויט זייער געשריי, רְצוֹנוֹ לוֹמַר אִם עָשׂוּ תְּשׁוּבָה כְּפִי הַצְּעָקָה שֶׁל חֵטְא הַבָּאָה אֵלַי, דאס מיינט צו זאגן אויב זיי האבן תשובה געטאהן לויט די געשריי פון די זינד וואס זיי האבן געטאהן, הַיְינוּ שֶׁעָשׂוּ תְּשׁוּבָה גְּדוֹלָה וּמְעֻלָּה כְּפִי פְּגָם הַחֵטְא, דאס מיינט אז זיי האבן געטאהן א גרויסע און גוטע תשובה לויט די פגם פון די זינד וואס זיי האבן געטאהן, אָז ’כָּלָה‘, דעמאלסט וועל איך טאהן ’כָּלָה‘ – אויסמעקן, רְצוֹנוֹ לוֹמַר אֶמְחוֹק וַאֲכַלֶּה אֶת עֲוֹנָם לְגַמְרֵי, דאס מיינט וועל איך אויסמעקן און אפווישן זייערע זינד אינגאנצן.
’וְאִם לֹא‘ – ’אֵדָעָה‘
’וְאִם לֹא‘ יַעֲשׂוּ כָּל כָּךְ תְּשׁוּבָה טוֹבָה, און די פסוק זאגט ווייטער ’וְאִם לֹא‘ – אויב זיי וועלן נישט טאהן אזא גוטע תשובה, ’אֵדָעָה‘, זאגט די פסוק ווייטער ’אֵדָעָה‘ וועל איך וויסן וואס צו טאהן, רְצוֹנוֹ לוֹמַר לִמְחוֹל כְּפִי הַתְּשׁוּבָה, הַיְינוּ בִּמְעַט יִסּוּרִים, דאס מיינט צו זאגן וועל איך מוחל זיין לויט זייער תשובה, דאס מיינט מיט אביסעלע יסורים.
[ג] די בקשה פון אברהם אבינו אויף תשובת יחיד
וּמִזֶּה הַחֶסֶד שֶׁה' בְּעַצְמוֹ יְעוֹרֵר לֵב הַחוֹטְאִים לִתְשׁוּבָה, לֹא יָדַע אַבְרָהָם, און פון די חסד אז דער באשעפער אליין וועט דערוועקן די הארץ פון די זינדיגע צו תשובה טאהן, פונדעם האט אברהם אבינו נישט געוויסט.
וְכַאֲשֶׁר שָׁמַע אַבְרָהָם גֹּדֶל חַסְדּוֹ יִתְבָּרַךְ, און ווען אברהם אבינו האט געהערט די גרויסע חסד פונעם באשעפער, אָמַר אַבְרָהָם אִם גָּדוֹל כָּל כָּךְ בְּחִינַת הַחֶסֶד, האט אברהם אבינו געזאגט אויב די בחינה פון חסד פונעם באשעפער איז אזוי גרויס, אִם כֵּן אֲפִילּוּ אִם לֹא יַעֲשׂוּ כֻּלָּם תְּשׁוּבָה, רַק עֲשָׂרָה לְכָל עִיר, איז אויב אזוי דעמאלסט אפילו אז נישט אלע אין די שטאדט וועלן תשובה טאהן, נאר כאטש צען מענטשן אין יעדע שטאדט, הַיְינוּ יְחִידִים, וואס דאס מיינט איינצעלנע מענטשן, תְּשׁוּבַת יָחִיד יִהְיֶה גַּם כֵּן תְּשׁוּבָה מְקֻבֶּלֶת, און אזא תשובה וואס הייסט ’תשובת יחיד‘ זאל אויך זיין א אנגענומענע תשובה.
פשט אין פסוק ’הֲשֹׁפֵט כָּל הָאָרֶץ לֹא יַעֲשֶׂה מִשְׁפָּט‘
וְכָךְ אָמַר ’חָלִילָה לְּךָ הֲשֹׁפֵט כָּל הָאָרֶץ לֹא יַעֲשֶׂה מִשְׁפָּט‘, און אזוי האט אברהם אבינו געזאגט ’פראסט איז פאר דיר דער וואס טוט משפט‘ן די גאנצע ערד וועט נישט טאהן קיין מִשְׁפָּט – גערעכטיגקייט‘, רְצוֹנוֹ לוֹמַר מִשְׁפָּט אִיהוּ רַחֲמֵי (זח“ג צא.), די תורה זאגט די ווארט ’מִשְׁפָּט‘ וואס מיינט רחמים.
הַשֹּׁפֵט כָּל הָאָרֶץ
פֵּירוּשׁ כְּשֶׁאַתָּה מְרַחֵם עַל הָאָרֶץ לָרֶדֶת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה לְעוֹרֵר לִבָּם לִתְשׁוּבָה, און טייטש פון דעם איז אז ווען דו דערבארעמסט זיך אויף די מענטשן פון די ערד אראפצוקומען פון א הויכע מדריגה צו די קליינע מדריגה און צו דערוועקן זייערע הערצער צו תשובה, אִם כֵּן רָאוּי לְךָ עוֹד יוֹתֵר לְרַחֵם שֶׁאֲפִילּוּ לֹא יַעֲשׂוּ תְּשׁוּבָה כִּי אִם עֲשָׂרָה לְכָל עִיר שֶׁתִּהְיֶה מְקֻבֶּלֶת, איז אויב אזוי איז דאך פאסיג פארן באשעפער נאכמער צו רחמנות האבן אויף זיי אז אפילו נאר צען מענטשן אין א שטאדט וועלן טאהן תשובה זאל עס אויך זיין אנגענומען.
וְגַם כְּשֶׁיַּעֲשׂוּ כַּמָּה יְחִידִים תְּשׁוּבַת יָחִיד שֶׁתִּהְיֶה גַּם כֵּן מְקֻבֶּלֶת, און אויך ווען אפאר איינצעלנע מענטשן וועלן טוען א ’תשובת יחיד‘ (אליין תשובה טאהן) דארף עס אויך זיין אנגענומען.
וְזֶה שֶׁאָמַר ’חָלִלָה‘, כִּי הוּא הָיָה סָבוּר שֶׁמֵּחֲמַת שֶׁעִקַּר הַתְּשׁוּבָה הִיא בְּהִתְעוֹרְרוּת עֶלְיוֹן, ווייל אברהם אבינו האט געמיינט אז וויבאלד די עיקר תשובה קומט דאך נאר דורך א התעוררות פונעם באשעפער, וְאִם לֹא יַעֲשׂוּ כֻּלָּם תְּשׁוּבָה עַל יְדֵי הִתְעוֹרְרוּת עֶלְיוֹן, לָכֵן לֹא יְקַבֵּל גַּם כֵּן תְּשׁוּבַת הַיָּחִיד, און אויב נישט אלע מענטשן וועלן זיך אנכאפן אין די התעוררות פון הימל און טאהן תשובה, דעמאלסט וועט שוין דער באשעפער אויך נישט אננעמען די תשובה פון א יחיד (איינצעלנעם מענטש).
וְעַל זֶה הִתְפַּלֵּל ’הַשֹּׁפֵט כָּל הָאָרֶץ‘, און פארדעם האט אברהם אבינו געדאוונט אז דער באשעפער וואס ער טוט רחמים מיט אלע מענטשן פון די גאנצע וועלט, רְצוֹנוֹ לוֹמַר כְּפִי גֹּדֶל הַחֶסֶד וְהָרַחֲמִים תִּתְגַּדַּל נָא חַסְדְּךָ גַּם לָזֶה, דאס מיינט צו זאגן לויט דיין גרויסע חסד און רחמים זאל זיך גרויסן דיין חסד אויך אויף דעם, לְקַבֵּל אֲפִילּוּ תְּשׁוּבַת הַיָּחִיד שֶׁיִּהְיֶה עַל יְדֵי הִתְעוֹרְרוּת, אנצונעמען אפילו א תשובה פון א איינצעלנעם מענטש וואס וועט זיין דורך א התעוררות.
די ענטפער פון השי“ת
וְהֵשִׁיב לוֹ הַבּוֹרֵא בָּרוּךְ הוּא כִּדְבָרְךָ כֵּן הוּא, און דער אייבישטער האט אים געענטפערט אז אזוי ווי דיינע ווערטער וועט זיין, שֶׁאֲפִילּוּ יַעֲשׂוּ כַּמָּה יְחִידִים תְּשׁוּבָה תִּהְיֶה מְקֻבֶּלֶת לְפָנַי וְלֹא אַשְׁחִית, אז אפילו אפאר איינצעלנע מענטשן וועלן טאהן תשובה וועט עס אויך זיין אנגענומען פאר מיר און איך וועל נישט פארדארבן די שטאדט.
[ד] פשט אין מדרש פליאה
וּבָזֶה יְפֹרַשׁ מַה דְּאִיתָא בַּמִּדְרָשׁ (בר“ר מא, ד) עַל פָּסוּק (תהלים פט, כא) ’מָצָאתִי דָּוִד עַבְדִּי בְּשֶׁמֶן קָדְשִׁי מְשַׁחְתִּיו‘ וְגוֹ', און מיט דעם קען מען טייטשען וואס עס שטייט אין מדרש אויף די פסוק אין תהלים ’איך האב געטראפן מיין קנעכט דוד און מיט מיין הייליגע זאלב אויל האב איך אים געזאלבט‘, הֵיכָן מְצָאתִיו בִּסְדוֹם, זאגט די מדרש ’ווי האט דער באשעפער געטראפן דוד המלך – אין סדום‘.
הֵיכָן מְצָאתִיו – בִּסְדוֹם
וּלְפִי דְּבָרֵינוּ מְפֹרָשׁ עַל זֶה הַדֶּרֶךְ, און לויט אונזערע ווערטער וועט זיין פשט אזוי, דְּהִנֵּה יָדוּעַ (ע“ז ד:) שֶׁדָּוִד לֹא הָיָה רָאוּי לְאוֹתָהּ מַעֲשֶׂה אֶלָּא לְהַעֲלוֹת לִתְשׁוּבָה וְכוּ', ווייל עס איז דאך באקאנט אז דוד המלך איז נישט געווען ראוי צו דורכפאלן מיט די זינד וואס ער איז דורכגעפאלן נאר ווייל דער אייבישטער האט געוואלט באווייזן אז אפילו א יחיד (איינצעלנער מענטש) פאלט דורך מיט א גרויסע זינד קען אויך תשובה טאהן.
וְזֶה נַעֲשָׂה עַל יְדֵי תְּפִלַּת אַבְרָהָם אָבִינוּ ע“ה שֶׁהִתְפַּלֵּל בִּסְדוֹם שֶׁתּוֹעִיל תְּשׁוּבַת יָחִיד, און דאס איז געשען דורך די תפלה פון אברהם אבינו וואס האט געדאוונט אין סדום אז עס זאל העלפן א ’תשובת יחיד‘ פון א איינצעלנעם מענטש.
’בְּשֶׁמֶן קָדְשִׁי מְשַׁחְתִּיו‘
וְזֶהוּ ’בְּשֶׁמֶן קָדְשִׁי מְשַׁחְתִּיו‘, און דאס איז פשט אין פסוק מיט מיין הייליגע שֶׁמֶן האב איך אים געזאלבט, רְצוֹנוֹ לוֹמַר שֶׁמֶן נִקְרָא אִתְעֲרוּתָא דִּלְעֵילָא, דאס מיינט צו זאגן אז ’שֶׁמֶן‘ וואס איז מרמז אויף א התעוררות פון אויבן – פון הימל (אִתְעֲרוּתָא דִּלְעֵילָא).
לְהַנְחִיל אֹהֲבַי יֵשׁ
כִּי שֶׁמֶן צָף עַל גַּבֵּי מַשְׁקֶה, ווייל אויל שווימט ארויף אויבן אויף די געטראנק, כְּמַאֲמַר הַכָּתוּב (משלי ח, כא) ’לְהַנְחִיל אֹהֲבַי יֵשׁ‘ וְגוֹ', אזוי ווי דער פסוק זאגט אז ’דער באשעפער וועט געבן און אנפילן פאר די וואס האבן אים ליב מיט יֵשׁ‘, יֵשׁ רָאשֵׁי תֵּבוֹת יַיִן שֶׁמֶן, וואס די ווארט ’יֵשׁ‘ איז די ראשי תיבות פון יַיִן שֶׁמֶן.
רְצוֹנוֹ לוֹמַר יַיִן בְּחִינַת אִתְעֲרוּתָא דִּלְתַתָּא, שֶׁנַּעֲשָׂה גַּם כֵּן עַל יְדֵי אִתְעֲרוּתָא דִּלְעֵילָא שֶׁהִיא רְמִיזָה בְּעָלְמָא, וואס דאס מיינט צו מרמז זיין ווייל יַיִן איז מרמז צו א התעוררות פון אונטן פון די וועלט, וואס דאס די דערוועקונג צו תשובה (די אִתְעֲרוּתָא דִּלְתַתָּא) געשעהט אויך נאר דורך דערוועקונג פון הימל (אִתְעֲרוּתָא דִּלְעֵילָא) וואס קומט ווי אזוי ווי א ווינק (א רמז) סתם אזוי, שֶׁמֶן הוּא אִתְעֲרוּתָא דִּלְעֵילָא לְגַמְרֵי, בְּחִינַת שֶׁמֶן קֹדֶשׁ, אבער שֶׁמֶן איז אינגאנצן א ’אִתְעֲרוּתָא דִּלְעֵילָא‘ א התעוררות פון אויבן אין הימל, א בחינה פון הימלישע הייליגע אויל.