צוליב א ספר האט זי נישט געהאט קיין מנוחה
רבי שמואל זאנוויל דאווידאוויטש שליט"א פון בית שמש דערציילט: מיין שוויגער ע"ה, מרת שיינדל טרוילא בת ר' מנחם הכהן ע"ה, איז נפטר געווארן פאריאר חודש שבט. זי האט געהאט א זייער געטרייע שכנה שתחי', מיט וועמען זי האט זיך געהאלטן מורא'דיג נאנט. די שכנה פלעגט אסאך קומען זיך דורכצורעדן מיט מיין שוויגער און זי האט זיך שטארק פארלאזן אויף איר מיינונג, און מיין שוויגער, זייענדיג א קלוגע פרוי מיט אסאך לעבנס-ערפארונג, האט גערן מיטגעטיילט אירע קענטעניסן מיט איר. דערצו פלעגט איר די שכנה אסאך קומען העלפן און איז איר געשטאנען צוהילף אין פארשידענע זאכן. אזוי האבן זיי געלעבט בשכנות פאר לאנגע, געשמאקע יארן.
דעם פארגאנגענעם חודש אלול, נאך אינמיטן יאר פון מיין שוויגער'ס פטירה, האט די שכנה געהאט א חלום. מיין שוויגער ע"ה איז איר געקומען אין חלום, און כאטש זי האט איר נישט געקענט זען אינגאנצן קלאר, האט די שכנה געוואוסט מיט א זיכערקייט אז ס'איז איר. מיין שוויגער האט איר דעמאלטס געזאגט אז ביי איינע פון אירע טעכטער געפינט זיך א געוויסע ספר וואס באלאנגט פאר די שכנה, און זי וויל אז די טאכטער זאל עס ווי אמשנעלסטנס צוריקגעבן פאר די אייגנטומער.
גלייך אינדערפרי האט די שכנה אנגערופן די טאכטער ביי וועמען ס'איז געלעגן דעם ספר, זי האט איר דערציילט דעם חלום און פארשטייט זיך אז מ'האט גלייך ערלעדיגט אז דער ספר זאל צוריקקומען צו איר.
אייגנטליך איז די געשיכטע אונטער יענער ספר געווען, אז די שכנה האט עס איינמאל געגעבן פאר די טאכטער און געזאגט: "נעם עס, ליין, און האב הנאה". דערביי איז די טאכטער נישט געווען זיכער אויב די שכנה שענקט עס איר אוועק אלס מתנה, אדער טוט זי עס איר נאר פארבארגן. ענדע האט די טאכטער געמאכט א חשבון, אז צוליב זייער נאנטשאפט לייגט זיך אויפן שכל אז זי קען עס האלטן פאר שטענדיג. אבער אין אמת'ן אריין האט עס איר די שכנה נאר געגעבן פאר צייטווייליג, אויף בארג, אזוי אז דער ספר האט נישט געלאזט מיין שוויגער רוען אין עולם האמת, ווילאנג ס'איז נישט געווארן צוריקגעגעבן...