וירא )ב(
פרשת וירא פאנגט זיך אן מיט צוויי מצוות פון גמילות חסדים. אין ערשטן פסוק שטייט "וירא אליו ה."' רש"י זאגט אז עס איז געווען יום שלישי למילתו און דער אויבערשטער איז עם געקומען מבקר חולה זיין.
אין צווייטן פסוק שטייט "וישא עיניו וירא והנה שלשה אנשים נצבים עליו וירא וירץ לקראתם," אז אברהם איז געלאפן טאן די מצוה פון הכנסת אורחים.
דארף מען פארשטיין:
וואס איז די שייכות פון די צוויי פסוקים איינעם צום צווייטן? איז עס דען צוליב דעם וואס דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו עם, האט אברהם מקיים געווען מצות הכנסת אורחים?
דער ענטפער איז:
אברהם אבינו איז געווען זייער גרויס אין מדת החסד. ער האט געהאלפן יעדן מענטש. זיין שטוב איז געווען אפען פאר אלעמען צו עסן און טרינקען אן געלט. נאכ'ן עסן האט אברהם געלערנט די אורחים אז זיי דארפן בענטשן און דאנקען ג-ט פאר זייער עסן. אזוי האט זיי אברהם געהאלפן ברוחניות, אז זיי זאלן וויסן אז עס איז פאראן א ג-ט אויף דער וועלט.
אברהם אבינו האט ניט נאר געהאלפן אן אורח ווען ער איז געקומען צו עם בעטן עסן. נאר אברהם האט געזוכט אורחים, און האט געהאט צער ווען ער האט ניט געפונען קיין אורחים.
די מדריגה פון חסד, צו וועלן העלפן אפילו ווען עס איז ניט פאראן איינער וואס דארף הילף, האט אברהם באקומען ווען דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו עם. דערפאר שטייט פריער אז דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם, און דערנאך האט אברהם געהאט צער פון דעם וואס ער האט ניט קיין אורחים.
דער אויבערשטער האט געזעהן דעם צער פון אברהם, האט ער עם געשיקט מלאכים. אברהם אבינו, באקומענדיק פון הימל די התעוררות אויף נאך א גרעסערע מדריגה פון חסד, האט עס גלייך אויסגענוצט, און "וירץ לקראתם," ער איז געלאפן אנטקעגן די מלאכים העלפן זיי.
די הוראה פאר אונז איז: בשעת איינער ווערט נתעורר פלוצלונג אויף ווערען בעסער, דארף ער וויסן אז די התעוררות קומט פון הימעל. כדי אז די התעוררות זאל ניט ח"ו בטל ווערען, מוז ער גלייך טאן א מצוה בפועל, אזוי ווי אברהם האט געטאן.
)לקו"ש ח"ה ע(329 '