וירא )ג(
די היינטיגע סדרה דערציילט וועגן דעם ערשטן אידן וואס איז געווען אויף דער וועלט. ער איז געווען אן איין און איינציגער. די גאנצע וועלט איז געווען קעגן עם, ביז מען האט איינגעזעהן אז דער אויבערשטער איז מיט עם און ער שטיצט עם אין אלץ וואס ער טוט.
און אין דער צייט, דערציילט די סדרה" ,ויטע אשל בבאר שבע." אברהם אבינו האט געפלאנצט אן אשל" ;ויקרא בשם ה' א-ל עולם." ער האט מפרסם געווען געטליכקייט און אמונה.
דארף מען פארשטיין:
וואס לערנען מיר אפ פון דעם וואס אברהם אבינו האט געפלאנצט אן אשל? די תורה באשרייבט דאך די גרויסקייט פון אברהם אבינו, זייענדיק אן איינציגער איד האט ער אומעטום פארשפרייט אמונה בה' אחד. איז וואס גיט צו, דער דערציילונג פון זיין פלאנצן אן אשל?
אין פשטות איז דער טייטש פון "אשל" - א גרויס פארצווייגטער בוים. זייענדיק אין א מדבר'דיקן לאנד (ארץ פלשתים) וואו די היץ פון דער זון ברענט, האט ער דארט געפלאנצט א בוים כדי צו באשיצן זיך פון דער זון.
אין גמרא שטייט אז "אשל" מיינט ניט אן איינציגן בוים, נאר אברהם האט געפלאנצט א גאנצן גארטן מיט פרוכט בוימער. דער צוועק פון א גארטן איז געווען אז די פארבייגייער - אורחים זאלן געניסן פון די פרוכטן. נאך א דיעה: אז "אשל" מיינט "פונדק" - "אכסניא." אברהם האט די אורחים געגעבן ניט בלויז פרוכטן נאר עסן און טרינקן, פלייש מיט וויין כו' און א געלעגער. עס שטייט אין מדרש אז אברהם האט אפילו איינגעארדענט ביי זיך אין הויז א סנהדרין בכדי צו ענטפערן אויף די שאלות וואס האבן געקענט אויפקומען ביי די אורחים.
די תורה דערציילט אונז דא דעם אופן פון אברהם אבינו'ס הכנסת אורחים: ער האט זיך ניט באגנוגענט מיט געבן די אורחים ברויט און וואסער און זאלץ, וואס זיי זיינען דאך גענוג צו אנזעטיקן. אברהם אבינו האט זיך ניט באגנוגענט מיט געבן דעם מינימום. ער האט אויך געגעבן פארגעניגן זאכן: פרוכט, וויין, כל מיני מגדים, א געלעגער, און אפילו א סנהדרין צו ענטפערן זייערע שאלות. ער האט דאס אלץ זיי געגעבן כאטש זיי זיינען געווען פאר עם אינגאנצן פרעמדע מענטשן.
פון דעם דארף זיך יעדער איד אפלערנען: ביי יעדער איד איז איינגעפלאנצט אין הארצן די מדה פון צדקה און גמילות חסדים. דארף ער וויסן אז די מדה, וואס ער האט בירושה פון אברהם אבינו, איז ניט בלויז אויף צו געבן א צווייטן דאס סאמע נויטיקע, נאר אויך צו געבן עם דברי תענוג; און ניט נאר אין מאטעריעלען זין נאר אויך צו לייזן יענעמס נפש'דיקע פראבלעמען.
)לקו"ש ח"ג ע(769 '