Skip to content

יעדער איינער איז זוכה צו זען די שכינה הקדושה!!

וַיֵּּרָא אֵּלָיו ה' בְּּאֵּלֹנֵּי מַמְּרֵּא וְּהוּא יֹשֵּב פֶּּתַח הָאֹהֶּל כְּּחֹם הַיּוֹם: וַיִּּשָּא עֵּינָיו וַיַּרְּא וְּהִּנֵּּה שְּלֹשָה אֲנָשִּים נִּצָּבִּים עָלָיו (יח, א-ב)

און דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו, אין 'אילוני ממרא',

און ער איז געזעצן ביים טיר פון געצעלט, ווען די זון האט געברענט. און ער

האט אויפגעהויבן זיינע אויגן און געזען, ווי דריי מענטשן שטייען נעבן אים

דער זוהר הקדוש דרש'נט דעם פסוק אויף די צייט וואס א מענטש גייט אוועק פון די וועלט: רבי יהודה האט געזאגט, אז בשעת די פטירה פון א מענטש, איז דער גרויסער יום הדין, וואס דעמאלטס טיילט זיך די נשמה אפ פונעם גוף, און א מענטש גייט נישט אוועק פון די וועלט בעפאר ער זעט די שכינה, אזויווי דער פסוק זאגט (שמות לג כ) 'כי לא יראני האדם וחי' (השי"ת זאגט: א מענטש קען מיר נישט זען און בלייבן לעבן), לערנט מען ארויס, אז בעפאר א מענטש ווערט נפטר זעט ער יא די שכינה הקדושה, דאס זאגט דא די פסוק 'וירא ה' אליו באלוני ממרא' – דער אויבערשטער באווייזט זיך צו יעדן מענטש, 'כחום היום,' דאס גייט ארויף אויף דעם טאג פונעם גרויסן ברענענדיגן יום הדין, וואס מען איז דן די מענטש בשעת ער גייט אוועק פון די וועלט.

'וישא עיניו וירא והנה שלשה אנשים נצבים עליו', דאס גייט ארויף אויף די דריי מלאכים וואס קומען צוזאמען מיט די שכינה הקדושה, וואס זיי קוקן איבער אלע מעשים וואס דער מענטש האט געטון זיין גאנצע לעבן, און דער מענטש איז אויף אלעם מודה מיט זיין מויל. און ווען די נשמה זעהט אז מען איז דן די גוף אויף אלע מעשים וואס ער האט געטון, פאנגט די נשמה אן ארויסצוגיין פונעם גוף ביז זי קומט - יג - אן צום האלז, דאס איז פשט אין פסוק 'והוא יושב פתח האהל.' און דארט שטייט די נשמה און איז זיך מתוודה אויף אלעם וואס דער גוף האט געטון מיט איר אויף די דאזיגע וועלט.

אין די מאמענטן פריידט זיך די נשמה פונעם צדיק אויף אלע גוטע מעשים וואס ער האט אריינגעכאפט אויף די וועלט, און ער פריידט זיך אז ער קען שוין צוריק געבן זיין פקדון בשלימות פאר השי"ת. אזויווי רבי יצחק האט געזאגט: די נשמה פון א צדיק גלוסט און בענקט שטענדיג, ווען וועט זי שוין קענען אוועקגיין פון דער נארישער וועלט, און הנאה האבן פון זיין שכר בעולם הבא .

זוה"ק פ' וירא, מדרש הנעלם (צ"ח ע"ב) עם פי' מתוק מדבש: דבר אחר, וירא אליו ה' באלוני ממרא, רבנן פתחי לפרש פרשה זו בהאי קרא ואמרו שפסוק זה רומז בשעת פטירתו של אדם, דתניא אמר רבי יהודה, בשעת פטירתו של אדם, הוא יום הדין הגדול, שהנשמה מתפרדת מן הגוף, ולא נפטר אדם מן העולם עד שרואה את השכינה, הדא הוא דכתיב כי לא יראני האדם וחי כמ"ש לקמן (ויחי דף רכו ע"א), פי' שלא שלא יראני האדם וישאר בחיים, אבל רואה הוא בחייו ומת מיד, ובאין עם השכינה שלשה מלאכי השרת לקבל נשמתו של צדיק, הדא הוא דכתיב וירא אליו ה' וגו' פי' השכינה מתגלה אל האדם בשעת פטירתו, כחום היום, זה יום הדין הבוער כתנור להפריד הנשמה מן הגוף יום פטירתו של האדם הוא יום הדין שבו דנים אותו להפריד נשמתו מהגוף, אז וישא עיניו וירא והנה שלשה אנשים הם הג' מלאכים שבאים עם השכינה לקבל נשמתו אם הוא צדיק, והם המבקרים מעשיו מה שעשה כל ימי חייו, והוא מודה עליהם בפיו שכך עשה, וכיון שהנשמה רואה כך שדנים את הגוף על כל מה שעשה, יוצאת מן הגוף עד פתח בית הבליעה כמו שכתוב והוא יושב פתח האהל, פי' הנשמה יושבת בפתח בית הבליעה, ועומדת שם עד שמתודה כל מה שעשה הגוף עמה בעולם הזה ומסתלקת מן העולם. ואז בשעה שהנשמה יוצאת מהגוף נשמת הצדיק היא שמחה במעשיה שעשתה בעולם הזה, ושמחה על פקדונה שיכולה להחזיר פקדונה שהיא נשמתה בשלימות, דתאנא אמר רבי יצחק, נשמתו של צדיק מתאוה אימתי תצא מן העולם הזה שהוא הבל, כדי להתענג בעולם הבא. - יד -

PDF Preview