Skip to content

זיי צופרידן אפילו אויב יענער איז מצליח אין רוחניות מער פון דיר

וַיֵּּרָא אֵּלָיו ה' בְּּאֵּלֹנֵּי מַמְּרֵּא (יח, א) און דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו, אין 'אילוני ממרא'

רש"י ערקלערט די סיבה פארוואס דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם, דוקא אין דעם פלאץ פון 'ממרא', ווייל ממרא האט גע'עצה'ט פאר אברהם, אז ער זאל זיך מל'ען אזויווי דער אויבערשטער האט באפוילן, אנדערש ווי זיינע אנדערע חברים 'ענר' און 'אשכול' וואס האבן אים אפגערעדט פון דעם.

דער הייליגער שפת אמת זי"ע ערקלערט, אז די חברים פון אברהם האבן פארשטאנען, אז דורך די מילה וואס ער וועט זיך מל'ען, וועט ווערן א פעסטע בונד צווישן אים און דעם אויבערשטן, אז זיינע אייניקלעך וועלן זיין אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, דעריבער האבן זיי נישט מסכים געווען דערצו. אבער ממרא האט געגלייבט, אז אויב דער אויבערשטער האט אזוי געזאגט, דארף אזוי זיין, און ס'מוז זיין אז ער איז נישט ראוי צו זיין גלייך מיט אברהם, דעריבער האט ער מסכים געווען דערויף, כאטש וואס ער האט געוואוסט, אז דורכדעם וועט ער ווערט דערווייטערט, און נאר די אייניקלעך פון אברהם וועלן זיין די אויסדערוועלטע פון די בריאה.

צוליב דעם האט ממרא זוכה געווען, אז דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אין זיין פלאץ, וואס דורכדעם האט ער געהאט א שייכות צו די ליכטיגקייט פון די שכינה, דוקא דורכדעם וואס ער האט צוגעשטימט צו ווערן דערווייטערט.

דאס איז א לימוד פאר יעדן איד, אז קיין שום מענטש קען נישט טון קיין שום זאך אין אידישקייט, נאר אויב ער איז זיך מבטל צו גאנץ כלל ישראל, און ער דארף אפמאכן ביי זיך מיט א קלארקייט, אז אויב עס וועט ארויסקומען מער כבוד שמים דורך זיינע חברים, איז ער גרייט זיך צו אינגאנצן מבטל זיין, און אלעס אויפגעבן, דורכדעם וועט ער שטענדיג קענען טרעפן א פלאץ, און דאס אליין וועט אים ברענגען נענטער צום אויבערשטן .

שפת אמת (תרל"ד): באלוני ממרא שנתן לו עצה על המילה כו'. ולמה נכתב זה ומה שבח לממרא שהשיאו למול כי מה איכפת ליה אך ודאי הבינו כי על ידי המילה שנכרת ברית להיות מיוחד הוא וזרעו להשי"ת להיות נבדל מכל האומות, ולזאת לא הסכימו ענר אשכול אבל ממרא האמין כי כך צריך להיות ושאינו כדאי להתדמות אליו והסכים עמו אף שידע שיתרחק על ידי זה ועל ידי זה דוקא זכה להתקרב ונגלה בחלקו והיתה לו שייכות על ידי זה הריחוק - יא -

PDF Preview