Skip to content

דבריהם הן הם זכרונם

בת עין - אידיש | November 10, 2026

אונז שטייען יעצט נאכאמאל ביים יארצייט פונעם הייליגן בת עין, ס’איז באקאנט וואס דער טאהשער רבי זצ”ל פלעגט כסדר זאגן אז ס’איז געווען צדיקים וואס האבן אריינגעלייגט זייערע כוחות אין זייערע קינדער, און ס’איז געווען צדיקים וואס האבן נישט זוכה געווען צו קינדער האבן זיי אריינגעלייגט זייער כח אין די ספר, און ער פלעגט כסדר זאגן אז דער בת עין האט אריינגעלייגט זיין גאנצע כח אין די ספר.

אין אונזער וועכנטליכע גליון פרובירן אונז בדרך כלל אויסצוקלויבן די גרינגערע תורות פון די וואכענדיגע פרשה כדי עס זאל זיין א דבר השווה לכל נפש, אבער היות אין די וואכענדיגע פרשה (פרשת ויצא) זענען אלע תורות פארבינדען מיט בחינות וואס מען דארף צו דעם האבן אסאך רגילות אינעם ספר, האבן מיר פרובירט נאכאמאל איבערצוארבעטן די תורה פון צוויי יאר צוריק אז מען זאל עס קענען בעסער פארשטיין.

בנוסף צו דעם האבן מיר נאכאמאל געדריקט די תורה פונעם הייליגן בת עין אין פרשת ויחי אויף די פסוק פון מ א� ש ר �ש מ נָה לחְמֹ ו (וואס איז שוין געדרוקט געווארן אין גליון כז), די תורה ווערט די לעצטע יארן געלערנט דורך טויזענטער יודן וואס אין זכות פון די אמונה און מקיים זיין (און נישט סתם געזאגט) וואס דער בת עין שרייבט אין די תורה האבן זיי זוכה געווען צו זעהן ישועות השם.

ש ו רמ ד’ אֶתָ�כ ל א ה בָיו

דאט איז די פלאץ נאכאמאל צו באדאנקען די צענדליגער נדבנים וואס האבן האבן מנדב געווען צום הוצאת הגליון יעדע וואך, יודן וואס האבן געגעבן גרעסערע נתינות וואס האט ערמעגליכט צו דרוקן די ספר פאר א צוגענגליכע פרייז, און יודן וואס העלפן פארשפרייטן די גליון און זענען מקושר צום בת עין בנפשם ובגופם וממונם, און יודן איבער די גאנצע וועלט וואס טוען כסדר עוסק זיין אין זיכוי הרבים מיט אלע ערליי פעולות אויף כמה וכמה אופנים פון מצוות ומעשים טובים וגמילות חסדים לע”נ דעם הייליגן בת עין, פאר די אלע קען מען זאגן וואס דער הייליגער ישמח משה זאגט אין תהלים אויף די פסוק ’שומר ה’ את כל אוהביו’ אז די ווארט ’את’ קומט געווענליך צו פארמערן נאך עפעס, די גמרא זאגט אז ’את’ מיינט א זאך וואס איז א טפל צום עיקר, און אויך אין די פסוק מיינט עס אז ווער ס’איז א טפל צום צדיק וועט זוכה זיין צו די שמירה. וזכותו יגן עלינו ועל כל ישראל. אמן

א מֵןֵ�כ ן י הִי רָצוֹן.

ווי אונז האבן שוין אמאל געשריבן איז די ווערטערָ’אמֵן � כן יהִי רָצוֹן’ וואס דער בת עין ענדיגט צו יעדע תורה איז בגימטריא זיין הייליגע נאמען ’אברהם דוב בער’ ווי אויך די נאמען פון די ספר ’בת עין’ וואס דער בת עין האט אריינגעלייגט זיין הייליגע נאמען און זיין ברכה אין זיין דברי תורה.

זאל דער אייבישטער העלפן אז עס זאל זיין זְכו�תֹ ו יגֵן ע לֵינ�ו מיט אלע פירושים און מען זאל זוכה זיין צו ממשיך אלע השפעות טובות פון די הייליגע טאג. אמֵן � כן יהִי רָצוֹן

PDF Preview