תורה לפרשת ויצא
תורה לפרשת ויצא
תוכן הדרוש
[א] לשון הפסוק. / די עיקר עבודה איז אז די הארץ זאל ברענען צום באשעפער. / די טעם פארוואס צדיקים זענען זוכה צו א גרויסע מדריגה פון אהבה. / צדיקים באהעפטן זיך מיט די מידת האהבה און ווערן פאראייניגט מיט איר.
[ב] א עצה פאר פשוטע יודען זיי זאלן אויך קענען צוקומען צו די מדריגה אין אהבה. / נאך א עצה כדי זוכה זיין צו די מדריגה אין אהבה. / די חילוק פון צדיקים און פשוטע מענטשן.
[ג] זיך צו שטארקען מיט די אהבה צו השי״ת. / אפילו ווען מען איז נישט זוכה צו די אהבה, ווערט עס גערעכנט ביים באשעפער אזוי ווי ער האט באמת די מדריגה.
[ד] דער באשעפער איז משפיע די מדריגה פון אהבה צו די צדיקי הדור. / צוויי עצות זוכה זיין צו אהבת השי״ת אפילו מען איז נישט גרייט דערצו.
[א] לשון הפסוק
וְלָבָן הָלַךְ לִגְזֹז אֶת צֹאנוֹ וַתִּגְנֹב רָחֵל אֶת הַתְּרָפִים אֲשֶׁר לְאָבִיהָ. און לבן איז געגאנגען אפשערן זיינע שאף (ממילא איז ער נישט גלייך געוואויר געווארן אז יעקב איז אנטלאפן) און דעמאלסט בשעת׳ן אנטלויפן האט רחל גע׳גנב׳עט די כשוף כלים (תרפים) וואס האט געהערט צו איר טאטן.
דֶּרֶךְ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם
וְנִרְאֶה לוֹמַר שֶׁהַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה מְרַמְּזָה לָנוּ בְּכָאן דֶּרֶךְ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ און ס׳זעהט אונז אויס צו זאגען אז די תורה הקדושה איז אונז מרמז אין די פסוק א דרך אין עבודת השם.ו
די עיקר עבודה איז אז די הארץ זאל ברענען צום באשעפער
וּמִקּוֹדֶם נְבָאֵר מַה שֶּׁיֵּשׁ לְרַמֵּז בַּפָּסוּק און קודם לאמיר ערקלערן וואס מען קען מרמז זיין אין די פסוקים (שמות כב, טו-טז) ׳וְכִי יְפַתֶּה אִישׁ בְּתוּלָה אֲשֶׁר לֹא אֹרָשָׂה וְכוּ׳ מָהֹר יִמְהָרֶנָּה לּוֹ לְאִשָּׁה, וְאִם מָאֵן יְמָאֵן אָבִיהָ לְתִתָּהּ לוֹ כֶּסֶף יִשְׁקֹל כְּמֹהַר הַבְּתוּלֹת׳.
דְּהִנֵּה עִיקַּר הָעַבְדוּת הִיא הִזְדַּכְּכוּת הַנֶּפֶשׁ די עיקר עבודה פון א מענטש איז צו אויסלייטערן זיין נפש, הַיְינוּ לְזַכֵּךְ אוֹתוֹ מִכָּל מִינֵי גַּשְׁמִיּוּת דאס מיינט עס אויסצולייטערן זיין נפש פון אלע גשמיות, שֶׁלֹּא לֶאֱהֹב וּלְהִשְׁתּוֹקֵק לְשׁוּם דָּבָר מֵעוֹלָם הַזֶּה הַגַּשְׁמִי ער זאל נישט גלוסטען און ליב האבען קיין שום זאך פון די וועלט, רַק שֶׁתָּמִיד יִהְיֶה בּוֹעֵר בְּלִבּוֹ אַהֲבַת הַבּוֹרֵא בָּרוּךְ הוּא נאר שטענדיג זאל ברענען אין זיין הארץ די ליבשאפט צום באשעפער, לִכְסוֹף וּלְהִשְׁתּוֹקֵק תָּמִיד אֵלָיו יִתְבָּרַךְ צו גלוסטען און צו זיך בענקען שטענדיג צו דעם באשעפער, בִּכְלוֹת הַנֶּפֶשׁ בְּאַהֲבָה עַזָּה וּתְשׁוּקָה גְדוֹלָה עַד מְאֹד אז זיין זעהל זאל אויסגיין צום באשעפער מיט א שטארקע ליבשאפט און גרויסע בענקעניש.
די טעם פארוואס צדיקים זענען זוכה צו א גרויסע מדריגה פון אהבה
וְזֶה הוּא בְּחִינַת צַדִּיקֵי הַדּוֹר און דאס איז די בחינה פון צדיקי הדור, שֶׁזּוֹכִים לָבֹא לִבְחִינַת הָאַהֲבָה הָעַזָּה וואס זיי זענען זוכה צו צוקומען צו די שטארקע אהבה, מֵחֲמַת מַעֲשֵׂי הַמִּצְוֹת שֶׁתָּמִיד עוֹסְקִים בָּהֶם בְּלִי בִּיטּוּל אֲפִילּוּ רֶגַע אַחַת לְבַטָּלָה חַס וְשָׁלוֹם וואס זיי זענען שטענדיג באשעפטיגט מיט די מעשי המצוות אן צו מבטל זיין אפילו איין רגע פאר גארנישט חס ושלום, וּמֵחֲמַת זֶה הַבּוֹרֵא עוֹלָמִים בָּרוּךְ הוּא מַשְׁפִּיעַ לָהֶם בְּחַסְדּוֹ הַטּוֹב אוֹר הָאַהֲבָה הָעַזָּה און וועגן דעם איז דער באשעפער מיט זיין גוטע חסד זיי משפיע די ליכטיגקייט פון די אהבה.
׳כִּי נֵר מִצְוָה וְתוֹרָה אוֹר׳
וְזֶהוּ ׳כִּי נֵר מִצְוָה וְתוֹרָה אוֹר׳ (משלי ו, כג) און דאס מיינט די פסוק ׳אז די מצוה איז צוגעגליכען ווי א ליכט - און תורה צו א ליכטיגקייט׳, הַיְינוּ עַל יְדֵי נֵר מִצְוָה שֶׁצַּדִּיקֵי הַדּוֹר עוֹסְקִים בָּהֶם דאס מיינט דורך די ׳נר מצוה׳ (די מעשי המצוות) וואס די צדיקים זענען באשעפטיגט מיט זיי, זֹוכִים לְ׳תוֹרָה אוֹר׳ הָאַהֲבָה עַזָּה הַנַּ״ל זענען זיי זוכה צו די אוֹר פון די תורה וואס דאס מיינט די ליכטיגקייט פון די שטארקע אהבה ווי אויבענדערמאנט.
צדיקים באהעפטן זיך מיט די מידת האהבה און ווערן פאראייניגט מיט איר
וְאָז הַתּוֹרָה אוֹר אַהֲבָה עַזָּה הַנַּ״ל און דעמאלסט איז די תורה וואס דאס איז די ליכטיגקייט פון די שטארקע אהבה, הוּא בִּבְחִינַת מְאוֹרָשָׂה לְצַדִּיקֵי הַדּוֹר איז אזוי ווי חתונה געהאט און באהאפטען מיט די צדיקי הדור, בִּבְחִינַת אַחְדוּת א בחינה פון איינס מיט זיי, מֵחֲמַת מַעֲשֵׂיהֶם הַטּוֹבִים מְאֹד וועגן זייערע גוטע מעשים.
כְּמוֹ שֶׁדָּרְשׁוּ רַבּוֹתֵינוּ זַ״ל (ברכות נז.) עַל פָּסוּק (דברים לג, ד) ׳תּוֹרָה צִוָּה לָנוּ מֹשֶׁה מוֹרָשָׁה׳ אַל תִּקְרֵי מוֹרָשָׁה אֶלָּא מְאוֹרָשָׂהז אזוי ווי חז״ל האבען גע׳דרשנט אויף די פסוק ׳די תורה וואס משה האט אונז געגעבן איז א ארבטייל׳ זאגען אונז חז״ל לייען נישט ווי אין פסוק שטייט ׳מורשה׳ (אז ס׳איז א ירושה) – נאר ׳מאורשה׳ וואס מיינט אז די יודען האבן חתונה געהאט מיט די תורה.
[ב] א עצה פאר פשוטע יודען זיי זאלן אויך קענען צוקומען צו די מדריגה אין אהבה
אֲבָל זֶה הַבְּחִינָה אֵינוֹ נִשְׁפַּע בִּתְחִלָּה רַק בִּשְׁבִיל צַדִּיקֵי הַדּוֹר אבער די בחינה פון אהבה ווערט נישט נשפע נאר פאר די צדיקי הדור.
בִּזְכוּת צַדִּיקֵי הַדּוֹר
אַךְ אַחַר כָּךְ כְּשֶׁנִּשְׁפַּע לָהֶם זֶה הַבְּחִינָה אוֹר הָאַהֲבָה אבער נאכדעם וואס די צדיקים זענען זוכה צו די בחינה פון די ליכטיגקייט פון די אהבה, מֵחֲמַת הִזְדַּכְּכוּת הַחָמְרִיּוּת בְּמַעֲשֵׂה הַמִּצְוֹת וואס זיי זענען זוכה דערצו צוליב זייער אויסארבעטן זייער חומריות און גוף מיט די עבודה פון מקיים זיין די מצוות, אָז יָכוֹל לָבֹא לָזֶה הַבְּחִינָה אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵינוֹ בְּהִזְדַּכְּכוּת כָּל כָּךְ דעמאלסט קען מען אויך צוקומען צו די מדריגה אין אהבה אפילו ווער ס׳איז נישט אזוי אויסגעארבעט, וְזוֹכִים לָזֶה בִּזְכוּת צַדִּיקֵי הַדּוֹר און זיי זענען זוכה צו דעם אין די זכות פון זיך מדבק זיין צו די צדיקי הדור.
נאך א עצה כדי זוכה זיין צו די מדריגה אין אהבה
וְעוֹד יֵשׁ תַּקָּנָה לָזֶה מִי שֶׁלֹּא נִזְדַּכֵּךְ כָּרָאוּי לָבֹא לִבְחִינַת זוּ אוֹר הָאַהֲבָה הַנַּ״ל ס׳איז דא נאך א עצה צו די וואס זענען נישט אליין צוגעקומען צו די אויבנדערמאנטע בחינה פון די שטארקע אהבה.
עַל יְדֵי תְּפִלָּה וּפִתּוּי
עַל יְדֵי תְּפִלָּה פִּתּוּי וּבַקָּשָׁה שֶׁיָּבֹא לְאוֹר הָאַהֲבָה דאס איז די עצה פון דאווענען און בעטן פון השי״ת ער זאל צוקומען צו די ליכטיגקייט פון די אהבה.
אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי
וּמֵחֲמַת גּוֹדֶל הָאַהֲבָה וְהַהִשְׁתּוֹקְקוּת שֶׁזֶּה הָאִישׁ מִשְׁתּוֹקֵק לָבֹא עַל כָּל פָּנִים לִבְחִינַת אוֹר הָאַהֲבָה און וועגן די גרויסע אהבה און גלוסטונג וואס דער מענטש גלוסט כאטש צו צוקומען צו די בחינה און ליכטיגקייט פון די אהבה, אָז אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לָזֶה מִצַּד מַעֲשָׂיו איז כאטש דער מענטש איז נישט ראוי צו צוקומען צו די מדריגה לויט זיינע מעשים צו די מדריגה, הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרוֹב רַחֲמָיו וּבְרוֹב חֲסָדָיו שֶׁבָּרָא אֶת הָעוֹלָם בְּגִין דְּיִתְקְרֵי רַחוּם בְּגִין דְּיִתְקְרֵי חַנּוּן (זח״ג רנז:) איז דער באשעפער וואס האט באשאפען די וועלט מיט זיין גרויס רחמנות און מיט זיינע פילע חסדים צוליב וואס ער זאל ווערן אנגערופען מיט די נאמען ׳רחום׳ און ׳חנון׳ח, מְרַחֵם עָלָיו וּמַשְׁפִּיעַ עָלָיו אוֹר הָאַהֲבָה עַזָּה הַנַּ״ל האט רחמנות אויף אים און איז אים משפיע אויף אים די ליכטיגקייט פון די שטארקע אהבה.
די חילוק פון צדיקים און פשוטע מענטשן
וְאַף עַל פִּי כֵן אבער כאטש דער מענטש איז זוכה צו די אהבה, אֵינוֹ אֶצְלוֹ בִּבְחִינַת מְאוֹרָשָׂה איז די בחינה פון אהבה נישט אזוי באהאפטען צו אים, לִהְיוֹת אֶצְלוֹ תָּמִיד בִּבְחִינַת אַחְדוּת אז די בחינה פון אהבה זאל זיין מיט אים באחדות ווי איינס, כְּמוֹ שֶׁהוּא אֵצֶל צַדִּיקֵי הַדּוֹר שֶׁהֵם תָּמִיד דְּבוּקִים בַּה׳ בְּאַחְדוּת אזוי ווי די בחינה פון אהבה איז ביי צדיקי הדור וואס זיי זענען שטענדיג באהאפטען אין השי״ת מיט אחדות.
[ג] זיך צו שטארקען מיט די אהבה צו השי״ת
וְזֶהוּ ׳וְכִי יְפַתֶּה אִישׁ׳ און דאס מיינט די פסוק ׳און ווען א מענטש וועט צורעדן׳, הַיְינוּ שֶׁיְּפַתֶּה אִישׁ וְיִתְפַּלֵּל לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לָבֹא לָזֶה הַבְּחִינָה דאס מיינט אז א מענטש וועט צורעדן און דאווענען צום באשעפער צוצוקומען צו די בחינה פון אהבת השי״ת, ׳אֲשֶׁר לֹא אֹרָשָׂה׳ אֶצְלוֹ מֵחֲמַת מַעֲשָׂיו וואס דער מענטש איז נישט באהאפטען צו די מדריגה פון אהבה צוליב וואס זיינע מעשים זענען נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, מִן הַסְּתָם יַעֲזוֹר לוֹ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרוֹב רַחֲמָיו וַחֲסָדָיו און די פסוק זאגט אונז אז מן הסתם וועט דער באשעפער רחמנות האבען אויף אים מיט זיין גרויסע רחמנות און אים געבן די מדריגה פון אהבה און ער וועט פילן א ברען און א ליבשאפט צום באשעפער.
עַל כֵּן הַתּוֹרָה מַזְהִיר וועגן דעם זאגט אים די תורה אן, ׳מָהֹר יִמְהָרֶנָּה לּוֹ לְאִשָּׁה׳ ער זאל זיך שטארקן מיט די עבודה פון אהבה און איר נעמען פאר א ווייב, הַיְינוּ שֶׁיִּרְאֶה לְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בְּזֶה הַבְּחִינָה דאס מיינט ער זאל זיך שטארקן מיט די בחינה פון אהבה, וּלְדַבֵּק אֶת עַצְמוֹ בִּדְבֵיקוּת אֲמִתִּית בִּמְסִירוּת נֶפֶשׁ מַמָּשׁ עַד כְּלוֹת הַנֶּפֶשׁ און ער זאל זיך באהעפטן מיט די מידה פון אהבה מיט מסירת נפש ממש ביז ער פילט אז ער גייט אויס פון אהבה צו השי״ת.
שֶׁיִּהְיֶה אֶצְלוֹ בִּבְחִינַת אִשָּׁה אז די מדה פון אהבה זאל זיין ביי אים אייביג פאראייניגט ווי ער וואלט חתונה געהאט צו איר, כְּמוֹ שֶׁצַּדִּיק גָּמוּר תָּמִיד הוּא דָבוּק בִּבְחִינָה זוֹ אזוי ווי א עכטע צדיק איז באהאפטען אין די מידה.
אפילו ווען מען איז נישט זוכה צו די אהבה, ווערט עס גערעכנט ביים באשעפער אזוי ווי ער האט באמת די מדריגה
וְ׳אִם מָאֵן יְמָאֵן אָבִיהָ לְתִתָּהּ לוֹ׳ און די תורה זאגט אונז ׳אויב דער טאטע (דער באשעפער) וויל אים עס נישט געבן׳, פֵּירוּשׁ שֶׁאַף עַל פִּי שֶׁנִּכְסְפָה וְגַם כָּלְתָה נַפְשׁוֹ לָזֶה הַבְּחִינָה דאס מיינט אז כאטש ער גלוסט און זיין נפש גייט אויס זוכה צו זיין צו די בחינה פון אהבה, וְאַף עַל פִּי כֵן יְמָאֵן אָבִיהָ לְתִתָּהּ לוֹ זֶה הַבְּחִינָה און פון דאס וועגן דאך וויל אים זיין טאטע נישט געבן די בחינה פון אהבה (דאס מיינט אז ער איז נישט זוכה צו די בחינה).
וְגָמַר אוֹמֵר הַכָּתוּב און דער פסוק ענדיגט צו, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן ׳כֶּסֶף יִשְׁקֹל כְּמֹהַר הַבְּתוּלֹת׳ אז פון דאס וועגן דאך ׳זיין גלוסטונג און אהבה ווערט גערעכנט אזוי ווי ער האט חתונה געהאט׳ דאס מיינט אזוי ווי ער האט זוכה געווען צו די בחינה פון אהבהט, הַיְינוּ שֶׁהוּא שָׁקוּל כְּאִילּוּ בָּא לִבְחִינַת אוֹר הָאַהֲבָה עַזָּה הַנַּ״ל דאס מיינט אז ער ווערט גערעכנט אזוי ווי ער וואלט צוגעקומען צו די שטארקע ליכטיגקייט פון די אויבענדערמאנטע אהבה.
[ד] דער באשעפער איז משפיע די מדריגה פון אהבה צו די צדיקי הדור
וְזֶה שֶׁאָמַר הַכָּתוּב וְ׳לָבָן הָלַךְ לִגְזֹז׳י און דאס איז וואס די פסוק זאגט ׳און לבן איז געגאנגען שערן׳ (די שאף).
׳וְלָבָן׳ - לוֹבֶן הָעֶלְיוֹן
הַיְינוּ בְּחִינַת לוֹבֶן הָעֶלְיוֹן שֶׁהוּא חֶסֶד הַבּוֹרֵא בָּרוּךְ הוּא די ווארט ׳לבן׳ מיינט די בחינה פון ׳לובן העליון׳יא וואס איז די חסד פונעם באשעפער, שֶׁהוּא אוֹר הָאַהֲבָה עַזָּה וואס איז מרמז אויף די חסד וואס השי״ת טוט מיט אונז און גיבט אונז די ליכטיגקייט פון די שטארקע אהבה.
׳הָלַךְ לִגְזוֹז׳
׳הָלַךְ לִגְזוֹז׳ לְחַבֵּר אֶת עַצְמוֹ די פסוק זאגט ער איז געגאנגען ׳לגזוז׳ באהעפטן - וואס דאס מיינט ער איז זיך געגאנגען באהעפטן, עִם צֹאנוֹ מיט זיין שאף, הַיְינוּ צַדִּיקֵי הַדּוֹר דאס ווארט ׳צאנו׳ מיינט די צדיקי הדור (וואס זיי פאשען זיך ווי שאף ביי השי״ת).
וּבְחִינַת הִתְחַבְּרוּת מְרוּמָז בְּתֵיבַת לִגְזוֹזיב און די בחינה פון ׳התחברות׳ זיך באהעפטן איז מרומז אין די ווארט ׳לגזוז׳, שֶׁהוּא אוֹתִיּוֹת ג״ז–ו״ז ווייל די ווארט ׳לגזוז׳ ווערט געשריבן ג״ז און ו״ז, ג״ז הַיְינוּ גִּימַטְרִיָּא עֶשֶׂר און די אותיות ג״ז איז בגימטריא צעהן (10), ו״ז בְּגִימַטְרִיָּא אֶחָד און די אותיות ו״ז איז בגימטריא דרייצען (13) וויפיל די ווארט ׳אחד׳, מְרַמֵּז עַל הִתְחַבְּרוּת עֶשֶׂר סְפִירוֹת שֶׁיִּהְיֶה בִּבְחִינַת אַחְדוּת פָּשׁוּטיג דאס קומט צו מרמז זיין אויף מחבר זיין די צעהן ספירות זיי זאלן זיין באחדות און איינס מיטן באשעפער וואס איז מרומז אין ׳אחד׳ (13)יד.
צוויי עצות זוכה זיין צו אהבת השי״ת אפילו מען איז נישט גרייט דערצו
וְרָחֵל מְרַמֵּז עַל אוֹתָן שֶׁאֵינָן בְּהִזְדַּכְּכוּת כָּל כָּךְטו און די ווארט ׳רחל׳ איז מרמז אויף די וואס זענען נישט אזוי אויסגעארבעט מיט זייערע מידות, וְאַף עַל פִּי כֵן נִכְסְפָה וְגַם כָּלְתָה נַפְשָׁם לָבֹא לָזֶה הַבְּחִינָה און פון דאס וועגן דאך גלוסטען זיי און זייער זעהל גייט אויס צו צוקומען צו די בחינה, וְיֵשׁ לָהֶם מִזֶּה בּוּשָׁה וְהַכְנָעָה און זיי האבען בושה און אונטערטעניגקייט פון דאס וואס זיי האבען נישט זוכה געווען דערצו פון זייער אייגענע עבודה.
וְאָז הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַשְׁרֶה שְׁכִינָתוֹ עֲלֵיהֶם און דעמאלסט מאכט השי״ת רוהען זיין שכינה אויף זיי, כְּמַאֲמַר הַכָּתוּב (ישעי׳ נז, טו) ׳אֲנִי אֶשְׁכּוֹן אֶת דַּכָּא׳ אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ׳איך וועל רוהען מיט ווער עס האלט זיך קליין׳, וְהַשְּׁכִינָה מְכֻנָּה בְּשֵׁם רָחֵל כַּיָּדוּעַ און די שכינה איז ווי עס איז באקאנט אין ספרי קבלה איז מרומז אין די נאמען רחל.
וַתִּגְנֹב רָחֵל אֶת הַתְּרָפִים
וְזֶהוּ ׳וַתִּגְנֹב רָחֵל אֶת הַתְּרָפִים אֲשֶׁר לְאָבִיהָ׳ און דאס מיינט די פסוק ׳און רחל האט גע׳גנבעט די תרפים וואס זענען צו איר טאטע׳, הַיְינוּ בְּשָׁעָה שֶׁבְּחִינַת לוֹבֶן הָעֶלְיוֹן הָלַךְ לִגְזוֹז וּלְחַבֵּר עִם צֹאנוֹ דאס מיינט אין די צייט וואס די שכינה טוט מיט איר גרויסע מידת החסד וואס ווערט אנגערופן ׳לובן העליון׳ זיך מחבר זיין און באהעפטן מיט די צדיקים.
אָז ׳וְרָחֵל׳ מִי שֶׁהֵם מְכֻנִּים בְּשֵׁם רָחֵל און די פסוק זאגט אז דעמאלסט האט ׳רחל׳ דאס מיינט די מענטשן וואס ווערן אנגערופען מיט די נאמען רחל (וואס די שכינה רוהט אויף זיי צוליב זייער צובראכנקייט און אינערליכע בושה), שֶׁאֵינָם זוֹכִים מִצַּד מַעֲשֵׂיהֶם לִבְחִינָה זוֹ וואס זיי זענען נישט זוכה צו די מדריגה פון אהבה צוליב זייערע אייגענע מעשים, ׳גָּנְבָה אֶת הַתְּרָפִים׳טז האט גע׳גנבעט די ׳תרפים׳ די עיקר עבודהיז.
עצה א – מִצַּד זְכוּת צַדִּיקֵי הַדּוֹר
הַיְינוּ אַף עַל פִּי כֵן יְכוֹלִים לָבֹא לְתוֹרֶף וְעִיקַּר בְּחִינַת עַבְדוּת הַנַּ״ל מִצַּד זְכוּת צַדִּיקֵי הַדּוֹריח דאס אז כאטש אפילו זיי זענען נישט ראוי צו האבן די ברען און אהבה איז פון דאס וועגן דאך קענען זיי צוקומען צו די עיקר און שפיץ פון די עבודה אין די זכות פון די צדיקי הדור.
עצה ב - מִצַּד הַכְּסִיפָה וְהִשְׁתּוֹקְקוּת
וּמִצַּד הַכְּסִיפָה וְהִשְׁתּוֹקְקוּת וְהַבּוּשָׁה שֶׁיֵּשׁ לוֹיט און צוליב די גלוסטונג און בענקשאפט (צו צוקומען צו די אהבה) און צוליב די בושה (וואס ער האט נישט די אהבה) וואס דער מענטש האט אין זיך.
׳כִּי אָסַף אֱלֹקִים אֶת חֶרְפָּתִי׳
וְזֶהוּ ׳כִּי אָסַף אֱלֹקִים אֶת חֶרְפָּתִי׳ (בראשית ל, כג) און דאס מיינט די פסוק וואס רחל האט געזאגט ווען זי האט געגעבן די נאמען יוסף ׳ווייל דער באשעפער האט איינגעזאמעלט מיין בושה׳.
הַיְינוּ שֶׁרָחֵל שֶׁהוּא מְרַמֵּז עַל אוֹתָן שֶׁאֵינָם בְּהִזְדַּכְּכוּת גָּמוּר אָמְרָה ׳כִּי אָסַף אֱלֹקִים אֶת חֶרְפָּתִי׳ ווייל ׳רחל׳ איז דאך מרמז אויף די וואס זענען נישט אינגאנצען אויסגעארבעט (און די שכינה רוהט אויף זיי צוליב זייער הכנעה און בושה) – זי האט געזאגט ׳ווייל דער באשעפער האט איינגעזאמעלט מיין בושה׳, הַיְינוּ הַבּוּשָׁה וְהַהַכְנָעָה שֶׁיֵּשׁ לוֹ דאס מיינט דער באשעפער האט אנגענומען די בושה און אונטערטעניגקייט וואס דער מענטש האט אין זיך, מֵחֲמַת זֶה עוֹזֵר לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לָבֹא לִבְחִינַת הָאַהֲבָה עַזָּה און וועגן דעם העלפט אים דער באשעפער צוצוקומען צו די שטארקע אהבהכ.
יְהִי רָצוֹן שֶׁנִּזְכֶּה לָזֶה אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן.
הערות
- ו. ווי דער בת עין איז כסדר מסביר אז יעדע פסוק אין חומש איז אונז א לימוד לדורות ארויס צו לערנען דערפון א דרך אין עבודת השי״ת און יעדע פסוק אין די תורה הקדושה האט א טיפערע כוונה.
- ז. דאס מיינט ׳תורה צוה לנו משה׳ [משה האט אונז באפוילען די תורה] ׳מורשה קהילת יעקב׳ [די תורה איז א ירושה פאר כלל ישראל], און אויף דעם זאגן אונז חז״ל אז מען זאל ליינען די ווארט ׳מורשה׳ אזוי ווי אין פסוק וואלט געשטאנען ׳מאורשה׳ אז די תורה איז חתונה געהאט צו די יודן.
- ח. ווי דער בת עין איז זייער אסאך מאל מסביר אין ספר אז השי״ת האט באשאפן די וועלט וואס איז א עולם העשיה נאר כדי עס זיין א געלעגנהייט אז מענטשן זאלן קענען אנרופן דעם באשעפער מיטן נאמען רחום און חנון וכדומה, ווייל אים עולם הרוחני איז נישט דא ווי אזוי צו אנרופו דעם באשעפער מיט די טיטלען.
- ט. די פשוטע טייטש איז ׳כֶּסֶף יִשְׁקֹל׳ אז ער זאל אפוועגן געלט (וויפיל מען גיט פאר א כתובה), אבער דער בת עין טייטשט די ווארט כסף איז טייטש ׳גלוסטונג׳, און די ווארט ישקול ווערט געטייטשט ׳ווערט גערעכנט׳, דאס מיינט אז זיין אהבה וועט ווערן גערעכנט אזוי ווי ער איז צוגעקומען צו די מדריגה בשלימות.
- י. די בת עין גייט יעצט אויסטייטשען די אויבענדערמאנטע בחינות אין די וואכענדיגע פרשה, און פאר די תועלת פונעם לערנער וועלן מיר דא נאכאמאל מעתיק זיין די פסוק: וְלָבָן הָלַךְ לִגְזֹז אֶת צֹאנוֹ וַתִּגְנֹב רָחֵל אֶת הַתְּרָפִים אֲשֶׁר לְאָבִיהָ.
- יא. די מידה פון חסד ווערט צוגעגליכען אין ספרי קבלה צו די ווייסע קאליר, דאס מיינט ׳לובן העליון׳ די הימלישע ווייס.
- יב. ווי דער בת עין גייט שוין מסביר די ווארט ׳לִגְזוֹז׳ אין די קומענדיגע שטיקל.
- יג. די עשר ספירות איז מרמז צו די 7 מידות 1חסד, 2גבורה, 3תפארת, 4נצח, 5הוד, 6יסוד, 7מלכות וואס זיי ווערן אנגערופן ׳מידות׳ ווייל עס זעהט אן אין די מעשים און אויפירונגען פונעם מענטש. און די דריי ספירות פון 8חכמה, 9בינה, 10דעת וואס דאס ווערט בעיקר אנגעזעהן און גענוצט דורך די שכל און מח פונעם מענטש.
- יד. דאס מיינט אז דער צדיק מיט זיין גרויסע אהבה צו השי״ת ווערט איינס מיט די עשר ספירות וואס דאס איז די מדריגה פון זיך באהעפטן און זיין איינס מיט השי״ת.
- טו. די וואס זענען נישט אינגאנצען אויסגעארבעט ווערן אנגערופן מיט די נאמען ׳רחל׳, ווייל וועגן די בושה און הכנעה וואס זיי האבען אין זיך צוליב זייער שוואכע מדריגה טוט די שכינה רוהען אויף זיי, און דערפאר ווערן זיי אנגערופן מיט די נאמען ׳רחל׳ וואס איז מרמז אויף די שכינה.
- טז. די ווארט תרפים איז טייטש ׳די כישוף כלים׳, אבער דער בת עין טייטשט עס מיט די לשון ׳תורף׳ וואס מיינט ׳די עיקר זאך׳ אזוי ווי מען זעהט אסאך מאל אין די גמרא ווי די גמרא נוצט די ווארט תורף אלץ די עיקר זאך, אזוי ווי ׳תורף הגט׳.
- יז. דאס מיינט אז זיי האבן זוכה געווען צו די מדריגה פון אהבה אפילו זיי זענען נישט געווען ראוי דערצו (דאס מיינט זיי האט עס גע׳גנבעט).
- יח. וואס דאס איז געווען די ערשטע עצה ווי אזוי פשוטע מענטשן קענען צוקומען צו די אהבה.
- יט. וואס דאס איז געווען די צווייטע עצה אז אפילו פשוטע מענטשן קענען בעטן פונעם באשעפער צוצוקומען צו די מדריגה, און ווען השי״ת זעהט אז דער מענטש האט א צובראכענע הארץ און שעמט זיך מיט זיינע מעשים און איז מתפלל צו אים דעמאלסט וועט אים השי״ת געבן די מדריגה פון אהבה.
- כ. דאס ווארט ׳אסף׳ מיינט איינגעזאמלט, דאס מיינט אז דער באשעפער האט אנגענומען זיין בושה און דערפאר אים באלוינט מיט די מתנה פון די מדריגה פון אהבה.