Skip to content
Project Likkutei Sichos

ויצא (חלק טו שיחה ה)

  • Vayeitzei
  • 5784
  • Yiddish
View printout

א. עס איז ידוע דער פתגם פון רבותינו נשיאינו, אז באַלד נאָך שמח"ת (ושבת בראשית) הויבט זיך אָן דער סדר העבודה פון "ויעקב הלך לדרכו" - אַ איד גייט צו זיין דרך (וסדר העבודה) פון דעם גאַנצן יאָר.

און ווי גערעדט שוין כמה פעמים, דער ביאור אין דעם: במשך חודש תשרי זיינען אידן פאַרנומען בעיקר מיט עניני קדושה (די ימים טובים ומצות שבהם און די הכנות צו זיי); נאָכן חודש תשרי גייט מען אַריין אין וואָכעדיקע טעג און וואָכעדיקע ענינים - רוב טעג זיינען ימי החול וואָס אין זיי זיינען די מערסטע אידן פאַרנומען מיט עסק הפרנסה וכיו"ב.

און אָט דער איבערגאַנג פון דער עבודה פון חודש תשרי צו דער עבודה פון כל השנה איז מרומז אין "ויעקב הלך לדרכו", וואָס די הדגשה פון וואָרט "לדרכו" - צו זיין וועג - אַנטהאַלט אין זיך אַ תוכן פון צוויי קצוות: פון איין זייט ווערט דערמיט אָנגעדייט, אַז דער וועג, אויף וועלכן אַ איד גייט אין די וואָכעדיקע טעג פון גאַנצן יאָר נאָך תשרי, איז ניט ווי דער וועג פון חודש תשרי, נאָר "דרכו" - זיין (דעם מענטשס) וועג: דעם גרעסטן טייל פון טאָג איז אַ איד פאַרנומען מיט פרנסה, עסן און טרינקען און שלאָפן א.א.וו. - און אין דעם וועג זעט זיך ניט (בגלוי) קיין הייליקייט. אין דעם איז, לכאורה, ניטאָ קיין אונטערשייד צווישן אַ אידן און אַ ניט-אידן.

לאידך, אין דעם זעלבן וואָרט "לדרכו" ווערט אונטערגעשטראָכן אַז דער וועג אין וועלכן דער איד גייט במשך דעם גאַנצן יאָר איז "לדרכו": זיין וועג - יעקב (אבינו)"ס באַזונדער דרך, וואָס ער האָט אויסגעטראָטן פאַר אַלע אידן; ד.ה. אויך דער וואָכעדיקער דרך פון אַ אידן, זיין גאַנג און אויפפירונג במעשיו, במאכלו ובמשקהו כו' ובמשאו ובמתנו וכו', איז אַנדערש ווי ביי אַ ניט-איד, להבדיל; ס'איז אין אַ אידישן אופן, אין אַן אופן פון "לשם שמים" און "בכל דרכיך דעהו".

און דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק די שייכות פון "ויעקב הלך לדרכו" צום זמן פון חודש תשרי - און מ'איז מכריז (כידוע המנהג בכ"מ) "ויעקב הלך לדרכו" - וואָרום די נתינת כח וואָס אַ איד האָט, צו קענען אויפטאָן אַז אין "דרכו", אין זיינע וואָכעדיקע ענינים, זאָל זיך אָנדייטן און דערפילט ווערן אַז דאָס איז "דרכו" - דער ספּעציעלער וועג פון אַ אידן - נעמט זיך פון דער קדושה ותומ"צ וועלכע אַ איד שעפּט אָן במשך פון חודש תשרי, חודש הכללי.

ב. די רייד פון רבותינו נשיאינו זיינען מדויק בתכלית הדיוק, ובמילא דאַרף מען זאָגן, אַז דאָס וואָס דער אויסגאַנג פון חודש תשרי אינעם דרך וסדר העבודה במשך השנה איז מתואר מיט די ווערטער "ויעקב הלך לדרכו", איז דאָס ניט בלויז דערפאַר וואָס אויסן די ווערטער איז מרומז די עבודה, נאָר ווייל דער דרך וסדר העבודה הנ"ל איז אויך בהתאם צו דעם ענין וסופו, וואו די ווערטער ווערן געזאָגט בתורתנו תורת חיים (הוראה בחיים), בפרשתנו בקשר מיט "ויעקב הלך לדרכו".

איז ניט מובן: דער פסוק "ויעקב הלך לדרכו" רעדט ווען יעקב'ס גיין פון חרן, פון "חרון - חרון אף של מקום בעולם", קיין ארץ ישראל, ארץ הקודש; קומט אויס, אַז די הליכה פון "ויעקב לדרכו" ווי דאָס איז מתואר אין פסוק, איז בסדר ותוכן הפכי פון דער הליכה הנ"ל פון אַ אידן (פון עניני קדושה (חודש תשרי) צו עובדין דחול (די עבודה פון כל השנה))?

ג. דער ביאור אין דעם: דער פסוק "ויעקב הלך לדרכו" קומט בסיום סיפור המעשה ווי יעקב איז אַנטלאָפן פון לבן, ווי לבן האָט אים נאָכגעיאָגט, און די טענות און איבעררייד צווישן יעקב און לבן, ביז אַז "וישכם לבן בבוקר וינשק לבניו ולבנותיו ויברך אתהם וילך וישב לבן למקומו ויעקב הלך לדרכו".

ד.ה. אַז "ויעקב הלך לדרכו" קומט ניט בהמשך צו עבודת יעקב בבית לבן, נאָר נאָכדעם ווי ער איז שוין אַוועק פון בית לבן חרן, און לבן איז אים נאָכגעיאָגט.

און אין דעם באַשטייט די שייכות צווישן "ויעקב הלך לדרכו" (אין אונזער פרשה) צו דער הכרזה פון "ויעקב הלך לדרכו" בסיום חודש תשרי: דער ענין פון רדיפת לבן וכו' בפנימיות הענינים, איז די נתינת כח צו יעקב'ן אַז ער זאָל קענען בייקומען עשיו (ווי דערציילט אין דער ווייטערדיקער פרשה וועגן די הרפתקאות פון יעקב'ן ביים באַגעגענען זיך מיט עשיו), וואָס דאָס איז דער בירור פון עשיו; און דאָס איז ע"ד ווי די נתינת כח פון חודש תשרי אויף דער עבודת הבירורים פון כל השנה כולה.

ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דעם ביאור פון מעזריטשער מגיד, אַז דער טעם (בפנימיות הענינים) וואָס לבן האָט נאָכגעיאָגט יעקב'ן איז: לפי שיעקב אבינו השאיר אחריו אותיות התורה שעדיין לא הוציא אותם מלבן ולזאת רדף לבן אחר יעקב ליתן לו את האותיות שנשארו אצלו - מלוקט ח"א ע' קנז. לקמן ע' 382. וש"נ.

און די סברא אין דעם איז (כמבואר בתו"א), אַז דער ענין פון לבן דקדושה - די בחי' פון לבן העליון, בחי' אור עצמותו ומהותו של אא"ס ב"ה - איז דאָס ווי, למשל, דער מראה וגוון לבן (דער ווייסער קאָליר) וועלכער איז אַנדערש פון אַלע אַנדערע קאָלירן: די אַנדערע גוונים ווערן אויפגעטאָן דורך דעם מציאות פון פאַרב וואָס שאַפט דעם באַשטימטן גוון. משא"כ די מראה וגוון לבן איז דאָס ווי עס זעט אויס דער עצם ומהות פון אַ זאַך, וואָס ווערט ניט אויפגעמאַכט דורך פאַרבן, "וכן הוא עד ית' אוא"ס ב"ה בעצמו ובכבודו דלית בי' בחי' גוונין כלל".

און דאָס איז די שייכות פון לבן צו דעם וואָס ער איז "עתיד ללבן עונותיכם כשלג", כמארז"ל הנ"ל, ווייל דער ליבון, די מחילה פון די עוונות, קומט דורך המשכת עצמות אוא"ס ב"ה וואָס איז העכער פון סדר ההשתלשלות, וואָס דאָס איז די בחי' פון לבן העליון - דער שורש בריבוי ההשתלשלות וכו' פון לבן שלמטה.

און דאָס איז דער טעם וואָס די רז"ל זאָגן: תשובה תולה ויוהכ"פ מכפר, אַז תשובה אַליין איז ניט גענוג און דווקא יוהכ"פ, עיצומו של יום איז מכפר - וואָרום דער לובן העליון, וואָס פון דאָרט קומט די מחילת העוונות, היות אַז דאָס איז אַ מדריגה וואָס איז העכער פון השתלשלות, קען עס דעם אדם ניט ממשיך זיין דורך זיין עבודה און אתעדל"ת (אַליין), אפילו ניט דורך עבודת התשובה, נאָר זי קומט מלמעלה בדרך אתעדל"ע אין יוהכ"פ.

ו. עפ"י הנ"ל (אַז די בחי' פון לבן העליון [וואָס איז "נשפע" געוואָרן "בלבן גשמי"] קען ניט נמשך ווערן דורך עבודת האדם ואתעדל"ת, נאָר דווקא דורך אתעדל"ע) איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער בירור פון די (נידעריקערע) ניצוצות, וואָס יעקב האָט אויפגעטאָן אין די צוואַנציק יאָר בבית לבן, וויבאַלד דאָס איז געווען דורך זיין עבודה בדרך אתעדל"ת, האָט נאָך ניט פועל געווען דעם גילוי פון לבן דקדושה וואָס איז "נשפע" געוואָרן אין דעם לבן הגשמי; דווקא ווען לבן (דער זיין שורש - לבן העליון) איז נאָכגעלאָפן יעקב'ן (היינו בדרך אתעדל"ע) צו איבערגעבן אים די ניצוצות נעלים (אותיות) וואָס זיינען ביי אים איבערגעבליבן, דעמאָלט איז ביי יעקב'ן נתגלה געוואָרן די בחי' לבן העליון וואָס איז געווען באַהאַלטן אין (גשמיות'דיקן) לבן למטה.

און דערמיט איז מובן דער המשך הענין "וישכם לבן בבוקר וינשק לבניו ולבנותיו" (אַלס הקדמה צו "ויעקב הלך לדרכו"): נאָך דעם ווי ס'איז געווען "וירדוף" נאָך דעם לבן - לבן העליון כנ"ל - איז דאַן נמשך און נתגלה געוואָרן דער לובן העליון אין דעם אופן פון "נשיקין ואתדבקות רוחא ברוחא" צו יעקבן פון די בני ישראל - "וינשק לבניו ולבנותיו", וואָס דאָס איז תכלית הדביקות באלקות.

און דאָס איז דער צוזאַמענהאַנג פון "וישכם גו' וינשק (לבן) וגו'" מיט "ויעקב הלך לדרכו": אויפן וועג פון יעקב'ס הליכה צו ארץ ישראל האָט ער זיך באַגעגנט און געהאַט צו טאָן מיט עשיו און האָט זיך "מתאבק" געווען מיט שרו של עשיו - עבודת הבירורים - איז אים די נתינת כח אויף דער עבודה געקומען פון "וישכם לבן בבוקר", פון המשכת לובן העליון.

ז. עפ"י הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק די שייכות פון "ויעקב הלך לדרכו" (שבפרשתנו) צו דער עבודה פון יעדן אידן אין זיין הליכה פון חודש תשרי צו דער עבודה פון כל השנה:

נאָך די טעג פון התעוררות און עבודת התשובה פון יעדן אידן אין חודש אלול, אין די ימי הסליחות ובפרט אין די עשרת ימי תשובה, וואָס דערמיט איז ער מעורר וממשיך מלמעלה דאָס וואָס ער איז בכח צו ממשיך זיין דורך אתעדל"ת, דורך אייגענער עבודה, ווערט דערנאָך נמשך דער גילוי פון לבן העליון בדרך אתעדל"ע - "וישכם לבן בבוקר" - אין יום הכפורים (וואָס דערפאַר זיינען די ספּעציעלע לבושים פון כה"ג ביוהכ"פ געווען בגדי לבן, וואָס ווייזט אויף דעם גילוי פון אוא"ס ממש, פשוט בתכלית הפשיטות כנ"ל), און ווי ס'איז מבואר אין לקו"ת, אויף ביום הזה יכפר עליכם לפני ה', אַז עס ווערט נתעורר "פנימיות רצון ית'", וואָס דאָס ווערט אָנגערופן "כארז לבנון" ווייל ער איז "מלבין עונותיהם של ישראל".

און "וינשק לבניו ולבנותיו": עס ווערט נמשך אין אַלע "פרצופים העליונים", ביז אויך אויף צו מהפך זיין דעם רע פון נפש הבהמית וואָס ווערט אָנגערופן "בניו ובנותיו", אַז "זדונות נהפכים לזכויות ממש".

און דעריבער, אין באַלד נאָך יוהכ"פ, נאָכדעם ווי ס'איז געווען די המשכה נעלית פון לובן העליון, הויבט זיך אָן די עבודה פון "ויעקב הלך לדרכו", כמבואר אין דרושי חסידות.

אָבער דער עיקר הענין פון "ויעקב הלך לדרכו" פאַנגט זיך אָן נאָכן חודש תשרי, דהיינו נאָכדעם ווי די בחי' פון לובן העליון קומט אַראָפּ בגלוי און אין אַ פנימיות אין חג הסוכות און שמח"ת ושמח"ת, וואָס דעמאָלט איז אויך דער עיקר המשכה פונעם נתינת כח אויף דער עבודה פון "ויעקב הלך לדרכו" במשך יעדן טאָג פון גאַנצן יאָר, אַז די עבודה זאָל זיין אין אַן אופן פון "בכל דרכיך דעהו".

More in this printout

View the whole printout