Standing Firm Against External Pressures
Lebin mit Moshiach | April 04, 2025
Print This Article
View Original PDF

Standing Firm Against External Pressures

Lebin mit Moshiach | June 27, 2025

נא בזמן הגלות, אַז מ'שטעלט זיך בתוקף, באופן פון "בשם אלקינו נדגול", ווערן בטל די איומים און לחצים, ואדרבה. . . זיי גופא ווערן מסייעים . . . ס'איז פאַרשטאַנדיק, אַז בשעת ס'קומט צוגיין אַ איד און זאָגט, אַז מ'טאָר זיך ניט שטעלן קעגן אַ גוי, אפי' אַז דער גוי וויל אַז מ'זאָל אָפּגעבן דעם "כותל מערבי" [ס'איז ניט קיין באַהאַלטענער ענין – מ'האָט געזאָגט בפירוש אַז מ'וויל אָפּגעבן ירושלים העתיקה. און דאָס וואָס מ'האָט אויפגעהערט רעדן וועגן דערויף, איז דאָס מצד די אידן וואָס האָבן זיך ניט דערשראָקן פאַר דעם גוי],וואָרום אויב מ'וועט זיך שטעלן קעגן דעם גוי, וועט דאָס קאַליע מאַכן – דאַרף מען וויסן זיין אַז ס'איז פּונקט להיפך: דוקא דורך דעם וואָס מ'שטעלט זיך מיטן תוקף המתאים, פועל'ט מען אויפן גוי, אַז מ'פירט אויס וואָס מ'וויל, ביז אַז ס'ווערט "רב יעבוד צעיר", כנ"ל בארוכה.

כט. ויה"ר אַז מ'זאָל ניט דאַרפן אָנקומען צו אַלע ענינים הנ"ל ("יוצאים עליהם בכלי זיין" וכו'), וואָרום ס'וועט זיין "ונתתי שלום בארץ ושכבתם ואין מחריד" (בחוקותי כו, ו). נאָר כדי אַז ס'זאָל ניט זיין קיין פחד פון גויים אויף אידן – דאַרפן זיך אידן אַוועקשטעלן מיטן תוקף המתאים, און ניט שרעקן זיך פאַר קיין גוי.און דורך דעם וואָס מ'פירט זיך באופן כזה, ווערט בטל די גאַנצע מציאות של מלחמה, ואדרבה, ער מצד השני – מאַכט דעם ערשטן צעד אויף קומען בעטן זיך מ'זאָל מאַכן שלום.

– כדרך התגרים בעט ער אַלץ, כדי אַז ס'זאָל זיין וועגן וואָס צו דינגען זיך, מיט נאָך כמה טעמים בזה, אָבער דאָ איז ניט נוגע וואָס דער "נמר" טראַכט, דאָ איז נאָר נוגע וואָס, להבדיל, דער אויבערשטער האָט באַוויזן בנוגע לפועל – אַז בשעת מ'שטעלט זיך אַוועק מיט אַ תוקף, און מ'זאָגט אַז מ'וועט שטיין על עמדם, און מ'האָט חיל אויף צו דורכפירן דאָס בשלימות (דערפאַר וואָס מ'האָט מבטל געווען די חוות דעת פון די וואָס לויפן נאָך די גויים) – ווערט דער ענין פון "ורב יעבוד צעיר", ווי מ'האָט געזעהן בפועל אַז ער איז געקומען בעטן זיך אַז מ'זאָל מאַכן שלום.

דורך דעם וואָס מ'איז מקיים דעם פס"ד הנ"ל פון שו"ע, וואָס שטייט אין חלק "אורח חיים" (אין הל' שבת [סשכ"ט]) – ווערט דאָס דער "אורח חיים" כפשוטו, דאָס איז די וועג ווי אַזוי אַ איד דאַרף לעבן, און דעמולט איז ער לעבעדיק. און דעמולט ווערט "נפל פחד היהודים (די אמת'ע יהודים) עליהם" (אסתר ח, יז), און ס'ווערט "תפול עליהם אימתה ופחד" (בשלח טו, טז), ניט דערפאַר וואָס דאָס איז "כחי ועוצם ידי", נאָר דערפאַר וואָס דאָס איז (כהמשך הכתוב) "בגדול זרועך" של הקב"ה.

ביז אַז סוכ"ס וועט זיין דער קיום היעוד "והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך" (ישעי' מט, כג), בביאת משיח צדקנו. און "טועמי' חיים זכו" (ראה לקו"ש חט"ו ע' 282. וש"נ) – מעין זה נאָך בזמן הגלות, אַז דורך דעם וואָס מ'שטעלט זיך בתוקף, און אין אַן אופן פון "בשם אלקינו נדגול", ווערן בטל די איומים און לחצים, ואדרבה, זיי גופא ווערן מסייעים, ביז אַז "גם אויביו ישלים אתו" (משלי טז, ז).

את עמך. פרזות תשב ירושלים. ופרצת. אני מאמין.

PDF Preview