Skip to content

כ"ב שבט: יום הילולא של הרבנית הצדקנית חי' מושקא זי"ע

Lebin mit Moshiach | February 02, 2024

...אויך אלס נשמה בגוף — המדובר בצדקנית, און דערצו — בתו של כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, וכידוע אז א בת האט א שייכות מיוחדת מיט דעם אב, האט זי אויך זכות אבי (נוסף לזכות עצמה), און זייענדיק למטה האט זי געטאָן עבודתה "כמצות רצונך", און באופן פון ילכו מחיל אל חיל, בעילוי אחר עילוי,

ובמיוחד — עבודה מתוך מסירת נפש. וכמובן פון דעם סיפור הידוע בנוגע צו חינוך בנותיו של כ"ק מו"ח אדמו"ר, אז דער מלמד זייערער האט געוואָלט אליין מלביש זיין אין שכל, זיי ניט דערשרעקן מיט מעשי נסים און מסירת נפש, האט אים כ"ק מו"ח אדמו"ר געזאָגט, אן אדרבה — א אידיש קינד דארף מען מחנך זיין דוקא מיט סיפורי מס"נ, און דוקא דאס "לייגט זיך" ביי א אידיש קינד. ולהעיר: דער סיפור איז געווען בקשר מיט איר, איז פארשטאנדיק אז עס איז געווען בהדגשה דער חינוך באופן כזה — דורכגענומען מיט מסירת נפש וכו'.

עאכו"כ לאחרי ההסתלקות, ווען הנשמה איז עולה העכער און העכער.

איז די כוונה אין די עליות . . . צוליב דער המשכה והשפעה בחיים גשמיים למטה.

וכמרומז אין איר נאָמען — "חי'", וואס שלימות החיים איז דוקא חיים נצחיים, וואס דאָס זעט מען למטה פאר דער נשמה — דורך דעם וואס "מה זרעו בחיים אף היא בחיים".

ביז אז דאָס קומט אראָפ אין דעם צווייטן נאָמען ("מושקא") וואס איז א שם בלע"ז, וועלכע ווייזט אויף דער המשכה למטה מטה, בלשון האומות כו'.

(סח"ש (כ"ב שבט) תשמ"ט ע' 234)

PDF Preview