Skip to content
BET Journal

וזאת הברכה

  • Bereishis
  • 5785
  • Yiddish
View printout

וְזֹאת הַבְּרָכָה

תּוֹרָה צִוָּה לָנוּ מֹשֶׁה מוֹרָשָׁה קְהִלַּת יַעֲקֹב. (לג, ד)

ערקלערט דער הייליגער רבי מנחם מענדל פון קאצק זי"ע, וזלש"ק: 'והיינו, שהתורה שתבוא אליו מתוך העמל והיגיעה והטורח תהי' לו קנין חזק ויתדבק בה לגמרי, עד שהתורה בעצמה תלמד אותו כל דרכי' ',

די וועלט לערענט פשט, אז צומאל וואס דער מענטש לערענט אויף איין ארט און ער מוטשעט זיך, דאן, אויף אן אנדער מקום – אפילו א שווערערער לימוד, גייט דאס פאר אים לייכט, וויבאלד עמל התורה גייט נישט לאיבוד – 'הוא עמל במקום זה ותורתו עומלת לו במקום אחר'.

פאלגענד איז אן עפיזאד ווי 'עמל התורה' האט גאר געבראכט א ישועה פאר א צווייטן איד:

אינמיטן די נאכט קלאפט עמיצער אן אין טיר פונעם גאון רבי אריה לייב צינץ זצ"ל, גערופן ר' לייבוש חריף, רב אין שטאט פלאצק, איבער א פרוי וואס איז מקשה לילד. האלטענדיג אים פאר א גרויסן מקובל און פועל ישועות, זענען אידן תמיד געקומען צו אים אין צייט פון נויט פאר א ישועה, און אנגעקלאפט ביי אים אין שטוב טראץ די שפעטע נאכט שעה.

עס איז שוין געווען נאך האלב נאכט, און דער רב איז געשלאפן, אבער צוליב די אט-אטיגער געפאר פאר דאס לעבן פון די פרוי און איר קינד, האבן זיי זיך געוואגט אים אויפוועקן. געמאכט האבן זיי א ליארם ביים רב איבער זייער צרה, און אז ער מוז טון וואס ער קען צו ראטעווען די צוויי לעבענס.

זעען זיי ווי דער רב וואשט זיך די הענט, שטעלט זיך אויף פון בעט, זאגט ברכת השחר און ברכת התורה, און זעצט זיך צו צום טיש מיט א גמרא, סיי וועלכע מסכת הבאה לידו, און לערענט דעם ענין וואס עס האט זיך אים געמאכט. ער קוקט אריין אין תוס', לערענט די קושיא פון תוס', אבער די תירוץ פון תוס' לערענט ער נישט. ער איז זיך מתפלפל אהין און צוריק, און מרוח מבינתו געפונט ער אן אייגן ענטפער אויף תוס' קושיא. ווי נאר ער האט געענדיגט, שטעלט ער ער זיך אויף פון בענקל, און איז מתפלפל צום רבש"ע בזה"ל: 'רבש"ע, בזכות שתירצתי עתה דברי הגמרא מקושית התוס', כן תתיר את האשה הזאת בשמה ושם אמה מקושיית לידתה.' דאס אלעס האט ער געטון בזריזות נמרצה.

גלייך דערנאך האט מען ביי די פרוי געזען א פארבעסערונג, זי איז ארויס פון געפאר, ביז זי איז גענצליך געהאלפן געווארן, און געהאלטן א געזונט, ניי-געבוירן קינד.

'הוא עמל במקום זה ותורתו עומלת לו במקום אחר'.

More in this printout

View the whole printout