Skip to content
BET Journal

פרשה געדאנקען

  • Eikev
  • 5784
  • Yiddish
View printout

ווער עס וויל, וועט איבערהערן, און ווער נישט – וועט איין מאל אויך נישט

וְהָיָה אִם שָׁמֹעַ תִּשְׁמְעוּ אֶל מִצְוֹתַי וגו'. (יא, יג)

אִם שָׁמֹעַ תִּשְׁמְעוּ, 'אם תשמע בישן תשמע בחדש (סוכה מו:), וכן אם שכח תשכח (דברים ח, יט.), אם התחלת לשכוח, סופך שתשכח כולה.' (רש"י)

שטייט דער רב ביים לויה, און נעמט אין אכט אז אויך דער גביר פון שטאט איז צווישן די פארזאמעלטע. ווי רייך-אזוי קארג, און נאכדערצו איז זיין פארמעגן פון הלוואה בריבית. 'דאס איז א געלעגענהייט וואס איך טאר נישט פארפאסן' קלערט דער רב צו זיך.

"רבותי, וואס טויג דען דאס רייכטום און געלט, נעמט אין אכט אז די תכריכים האבן קיינע קעשענעס – אֵין מְלַוִּין לוֹ לָאָדָם לֹא כֶסֶף וְלֹא זָהָב, גארנישט, קיין מעבל אדער תכשיטים, אֶלָּא תוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבַד!

אינגאנצן אריינגעטון אין די דברי כיבושין, שאקעלט דער גביר מיט, פארווישט אפילו א טרער. 'אפשר, אפשר דאך האבן די ווערטער א ווירקונג אויף אים'. חזר'ט דער רב איבער די רייד נאכאמאל, באגלייט מיט א קרעכץ פון א ניגון: אֵין מְלַוִּין לוֹ לָאָדָם, קיין ברוינע גראצער, אֶלָּא תוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבַד...

דעם אנדערן טאג, קלאפט אין טיר פון רב נישט קיין אנדערער נאר אונזער גביר. 'זיכער נכנסו ללבו די רייד פון נעכטן' קלערט דער רב, 'און אצינד קומט ער זיך מתייעץ זיין נאך די הרהורי תשובה'. "רבי," הויבט ער אן, "אזעלכע דערהויבענע רייד, ווערטער וואס קען באנעמען יעדן, אבער א שאד אז זיי האבן דעם מינדעסטן איינדרוק אויף די צוהערער נישט געהאט."

דער רב שטייט געפלעפט: "פון וואנעט נעמט איר דאס אז די רייד זענען נישט געווען ווירקזאם?"

"געוויס ווייסט דער רב אז פאר פרנסה באשעפטיג איך זיך מיטן פארבארגן געלט אויף צינזן. אוודאי מיט א היתר עיסקא, נישט סתם אזוי פרעך הלוואה בריבית. מיין ראטע ביז היינט איז באשטאנען פון פיר פראצענט. נעכטן האב איך באשלאסן דאס צו העכערן צו פיר מיט א האלב. ווי נאר איך האב דאס געמאלדן, זענען מיינע קונדן געקומען צו לויפן מיט טענות און געשרייען. האב איך זיי פארגעהאלטן און דערמאנט וואס דער רב האט קוים נעכטן געזאגט ביים לוי': אין מלווין לו לאדם, אלזא וואס איז די געוואלד אז איך מאן פון אייך נאך א האלבן פראצענט אויב נעמט איר דאס סייווי נישט מיט אין קבר?...

'אם תשמע בישן, תשמע בחדש', ווער עס איז וויליג צו הערן און דערהערן, פאר דעם וועט די פרישע רייד מחזק זיין און מוסיף זיין על הראשונים, אבער 'אם התחלת לשכוח', וועט די אלע נייע רייד העלפן ווייטער פארגעסן דאס וואס די האסט שוין אנגעהויבן פארגעסן און נאכמער ארויסשטויסן פון דיין געוויסן.

More in this printout

View the whole printout