Skip to content
BET Journal

Yiddish Torah Thoughts

  • Ha'azinu
  • 5784
  • Yiddish
View printout

הרה"ק ר' דוד פורקס זצ"ל ווען ער האט געזען ווי דער זעסלאווער חזן ז"ל איז מאריך און באזינגט דעם ווידוי, האט ער זיך אנגערופן מיט א שמייכל: "רבש"ע, ווען נישט די אידן וואס זינדיגען צומאל, פון וואו וואלסטו דען גענומען אזא זיסע 'אשמנו'..." (בית אברהם)

מלך מוחל וסולח וכו' ומעביר אשמותינו בכל שנה ושנה.

מיר שטייען איינגעהילט אין די טליתים און פירן אויס די ברכה בשם ומלכות: 'דער גרויסער קעניג איז אונז מוחל די זינד און פארגעבט אונזער שילד א יעדעס יאר'. אמן!

דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע האט דאס צוגעגליכן צו א קינד וואס פאדערט א צוקערל פונעם פאָטער, און כדי צו פארזיכערן אז ער וועט דאס באקומען, מאכט ער שנעל א ברכה דעראויף, און אזוי מוז אים שוין דער פאָטער געבן דעם עסנווארג.

דאס זעלבע טוען מיר: מיר מאכן א ברכה אז דער רבש"ע איז אונז מוחל, האט ער שוין נישט קיין ברירה און מוז אויספירן אז ס'זאל ח"ו נישט זיין קיין ברכה לבטלה.

כי אתה סלחן לישראל ומחלן לשבטי ישורון.

צום הייליגן רוזשינער זי"ע איז אריינגעקומען א איד ערב יוה"ק און געוויינט, אז היות ער איז א גרויסער חוטא, און שוין פיל מאל וואס ער האט תשובה געטון אבער דערנאך זיך ווידער פארזינדיגט, פארכט ער אז דער רבש"ע וועט שוין נישט וועלן מער פון אים הערן.

האט אים דער רבי בארואיגט: "זארג נישט מיין פריינד, ווען דער הייליגער באשעפער וואלט דעם מידה געהאט, וואלט געדארפט שטיין 'כי אתה סולח לישראל ומוחל לשבטי ישורון', זאגן מיר סלחן ומחלן, וואס באדייט אז ער טוט שטענדיג מוחל זיין און פארגעבן – א ראיה פון די גמרא (ב"מ, לג) 'רובץ ולא רבצן וכו'' – און מעקט אפ אונזערע זינד בקביעית, א יעדעס יאר פון דאסניי..." (עזרי מעם ה')

אתה הבדלת אנוש מראש, ותכירהו לעמוד לפניך. (תפילת נעילה)

"רבש"ע!" האט דער סניגורן של ישראל, דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע זיך אמאל אויסגע'טענה'ט מיטן כל יכול: "דו האסט פונעם מענטש דעם 'ראש' אוועקגענומען; די פילצאליגע פלאגענישן און טרדות הפרנסה, ביז זיין קאפ איז אים שוין נישט אויף די פלייצעס, איז ווי קענסטו דערנאך פארלאנגען פון אים 'ותכירהו לעמוד לפניך', אז ער זאל זיך שטעלן פאר דיר מיט ישוב הדעת...?!"

More in this printout

View the whole printout