כי תצא למלחמה וגו', ולקחת לך לאשה. (כא, י-יא)
לא דברה תורה אלא כנגד יצר הרע, שאם אין הקב"ה מתירה, ישאנה באיסור. [רש"י]
הקב"ה ווייסט גענוי וויפיל א מענטש קען דערהייבן; וויפיל א איד איז בכוח צו פארנעמען און זיך נישט אונטערברעכן, און נאר אויף אזוי ווייט ווערט געפרואווט מיט נסיונות. קיין מענטש וועט נישט באקומען קיין נסיון זאל ער פון הימל נישט קריגן די כוחות דאס אריבערצוטראגן.
אינעם רוזשינער הויף איז געווען א חסיד א גרויסער גביר, וועלכע האט זיך באשעפטיגט מיט אימפארטירן ווערדפולע ארטיקלען פון די מרחקים. איין אווענט, אנטייל נעמענדיג אין א שמחה פון א ידיד, קומט אים איינער מבשר אויף א שיף – געלאדענט מיט זיינע ווערדפולע סחורות – אז זי האט זיך אנגעשטויסן אין שטורעמישע ימ'ען און זיך דערטרונקען. הערנדיג דעם נישט-גוטע בשורה איז אים שלעכט געווארן, און ער איז צוזאמגעפאלן אויפן ארט.
די ארומיגע האבן אים זאפארט פרובירט דערמינטערן, אבער ווי נאר ער האט זיך צוריקגעכאפט און זיך דערמאנט פון דעם אומגליק, איז ער ווידער געפאלן אין חלשות. אזוי האט פאסירט עטליכע מאל, כל זמן וואס די שלעכטע נייעס איז אים ווידער ארויפגעשווימען אין זכרון.
איז עמיצער געשוואונד אריין צום הייליגן רוזשינער רבי זי"ע און געשריען: רבי, ווי געט מען זיך אן עצה, דער אידן איז אין א צרה! עצה'ט דער רבי, אז דאס קומענדיגע מאל וואס ער קומט צום באוואוסטזיין, זאל מען אים זאפארט אריינשעפשען אין אויער אז די שיף וואס האט זיך דערטרונקען איז נישט זיינס, און אז דער מבשר האט פשוט געגרייזט. וכך הוה; ווען דער גביר האט זיך דערמינטערט, האט מען אים שנעל מודיע געווען דעם 'טעות', און דאס מאל האט ער זיך באלד בארואיגט און מער נישט גע'חלש'ט. די ארומיגע האבן געגליכן דעם רבי'נס קלוגע בארואיגונגס רייד, דאדורך ראטעווענדיג דעם גביר פון ווייטער צוזאמפאלן.
ווי שאקירט זענען אלע געווען ווען נישט לאנג דערויף קומט די ידיעה אז די שיף איז טאקע נישט געווען פונעם גביר! 'הייסט אז דער רבי האט דאס שוין געזען פריער מיט נבואה?' פרעגן זיי פונעם רבי מיט וואונדער.
לא נביא ולא בן נביא אני, ערקלערט דער רבי געלאַסן, ווען איך האב געהערט אז דער גביר קען זיך נישט באהערשן אויף די צרה וואס האט אים באטראפן, האב איך פארשטאנען אז דעם פארזיקענע שיף קען נישט זיין זיינס. איך האב געקלערט אז עס דער רבש"ע שטעלט אים נישט א ניסיון וואס ער זאל נישט קענען אויסהאלטן, און פירט אויס: וויבאלד מיט יעדע שוועריגקייט קומט דערמיט די כוחות עס צו קענען אריבערטראגן, און אז ער האט דאס נישט געקענט ביישטיין, האב איך גלייך פארשטאנען אז דאס קען נישט זיין זיין אומגליק.