ס'איז דא א יוד וואס זיין יודישקייט באשטייט אויף איין יסוד: טון אלעס פארן אייבערשטן, נישט טראכטן פון זיך אליין גארנישט. יעדער זאך וואס ער זעט עפעס א הנאה פאר זיך, קוקט ער עס אן ווי א שטער פאר עבודת השם. אויב איז דא עפעס גוט פאר אים, אויב ער האט אויך עפעס הנאה, ער באקומט עפעס, ווערט ביי אים גלייך א שאלה: טו איך דאס פאר מיר? א יוד דארף דינען דעם אייבירשטן לשמה. אזוי בערך איז געבויט זיין גאנצע עבודה, אויף דער איינער הרגשה אז פאר זיך אליין איז נישט דא קיין פלאץ אינעם קשר מיטן אייבערשטן.
מ'קען דאס זען ביי א שבת'דיגע סעודה. ער זיצט ביים טיש, ער עסט די שבת'דיגע גוטע מאכלים, ער איז מקיים די מצוה, ער האלט די מנהג. אבער זיך פשוט מתענג זיין, שפירן אז ס'איז אים גוט, זיך פרייען מיט גוטס, צו דעם קען ער זיך שווער צושטעלן. ער ווייסט אז שבת איז דא א מצוה פון עונג, אבער ס'זעצט זיך נישט ביי אים. ווי קען מיין הנאה זיין א חלק פון עבודת השם? אלעס וואס איך האב געלערנט וועגן עבודת השם, איז אוועקלייגן די זיך, טראכטן נאר פונעם אייבערשטן.
די שוועריקייט רירט אן זיין גאנצע הסתכלות יודישקייט. ער איז געוואוינט צו טראכטן אז וואס מער ער נעמט זיך ארויס פון דער עבודה, ווערט די עבודה ריינער. ווען ס'האט עפעס מיט 'זיך' איז אים שווער צו זען אין דעם דעם אייבירשטן. ממילא, ווען די תורה גיט א פלאץ פאר זיין טובה, קען ער דאס שווער פארשטיין. ער זוכט עפעס א כוונה מיט וואס ער וועט קענען הנאה האבן, אן מודה זיין אז ער האט הנאה. אפילו ווען די טובה ליגט פאר אים, ווייסט ער נישט ווי אזוי עס אנצונעמען.
אויף
די טובה אינעם צוזאג
ווען מ'עפנט פרשת לך לך, זעט מען ווי דער אייבערשטער שטעלט אוועק זיין קשר מיט אברהם אבינו. ער הייסט אים פארלאזן זיין לאנד און זיין טאטנ'ס הויז, און אינאיינעם מיט דעם איז ער אים מבטיח אלע ברכות לדורי דורות. גדולה, זרע, ארץ ישראל. אברהם טראסט דעם אייבירשטן מיט הבטחות אז בעתיד וועט אים זיין גוט. די טובה פון אברהם ליגט אינעם עצם רוף צו אים.
ווייטער אין דער פרשה לערנט מען פון די 'ברית בין הבתרים'. דער אייבערשטער איז אברהם מבטיח זרע און א לאנד, און אברהם גלייבט. אויף וואס איז געווען די אמונה? אז דער אייבערשטער וועט מקיים זיין וואס ער האט אים געזאגט, אלע גוטע זאכן. אמונה אין דער טובה וואס גייט קומען. אברהם אבינו האט געפרעגט ״במה אדע״. ס'איז געווען א תביעה אויף אברהם. וואס איז געווען די תביעה: ער וואלט זיך געדארפט פארלאזן אז ס'גייט קומען די אלע גוטס.
סך הכל זעט מען א גאנצע צייט אז אלעס דרייט זיך ארום די גוטס וואס אברהם גייט באקומען. עבודת השם דרייט זיך אויף די גוטס פונעם יוד. א יוד מיינט נישט נאר איינער וואס געבט אוועק פון זיך פארן אייבירשטן, א יוד מיינט איינער וואס באקומט אלעס גוטס. די טובה פונעם מענטש, דאס אליינס איז די זאך אויף וואס מ'פארלאנגט פון אים אמונה. דער אייבערשטער זאגט אים צו גוטס צו טון, און ער דארף אין דעם גלייבן.
ס'איז דא א יוד וואס איז גרייט צו גלייבן אז דער אייבערשטער פארלאנגט פון אים, אז דער אייבערשטער איז אים מצוה, אייבערשטער וויל זיין עבודה. אבער ווען ס'קומט צו זיין אייגענע טובה, ווערט ער מסופק. אייבערשטער אז ס'זאל מיר זיין גוט? מעג איך טאקע זיך האלטן אין דער הבטחה און זיך דערויף פארלאזן? פרשת לך לך שטעלט אויך דאס אריין אין דער אמונה.
אז
דער
וויל
טאקע
דער
איבערגעבן דעם חשבון צום אייבערשטן
יעצט וואס מיינט לשמה, אויב די גאנצע עבודה איז געבויט אויף מיין גוטס? לשמה מיינט אז ער טראסט דעם אייבירשטן מיט דעם אלעם. אבער אוודאי איז אלעס געבויט אז ס'זאל דיר יוד זיין גוט. דער מענטש גיט זיך אוועק פארן אייבערשטן, און ער גיט דאס גופא אויך איבער אין זיינע הענט, אויך דעם חשבון פון זיין אייגענע טובה. ער דארף נישט אלעס באקומען היינט, און ער דארף נישט ביי יעדן מעשה זען וואס ער פארדינט דערפון. ער גלייבט אינעם אייבערשטן אז ער וועט מקיים זיין זיין הבטחה. מיט דער אמונה קען ער זיך אנשטרענגען און אוועקלייגן א זאך וואס איז אים טייער, אפילו ווען לויט זיין חשבון פארלירט ער.
דאס איז מסירות נפש. איך גיב זיך איבער אין דיינע הענט, איך פארלאז זיך אויף דיר, צוזאמען מיט מיין טובה. איך זע נישט יעצט וואס עס וועט ארויסקומען, די וועג איז מיר שווער, אבער איך האלט אן די קשר.
צומאל טראכט א מענטש אז ער איז גרייט צו ווארטן ביז מארגן. ביי ברית בין הבתרים, אברהם אבינו הערט וועגן זיינע קינדער, וועגן די גרות און שעבוד, און וועגן דער טובה וואס וועט קומען נאכדעם. די הבטחה גייט דורך הונדערטער יארן. ס'וועלן זיין דורות וואס וועלן דורכגיין שוועריקייטן, אבער נאכדעם וועט זיין דורות וואס וועלן זען די הבטחה מקוים ווערן. און דורכאויס די גאנצע צייט שטייט ער גרייט מיטן ברית. דער אייבערשטער איז מקושר מיט אברהם און זיינע קינדער, און מיט די טובה וואס ער האט זיי צוגעזאגט.
אברהם לעבט נישט נאר מיט וואס ער וועט האבן היינט און וואס ער וועט נאך באווייזן צו זען מיט זיינע אייגענע אויגן. זיינע קינדער זענען א חלק פון אים, און די טובה וואס זיי וועלן האבן, איז א חלק פון זיין ברית. ער איז גרייט צו לעבן מיט א זאך וואס איז גרעסער ווי זיין אייגענע לעבן. ער גיט זיך איבער צום אייבערשטן און גלייבט אז דער אייבערשטער וועט אים באצאלן, אפילו ווען די הבטחה וועט מקוים ווערן נאך הונדערטער יארן.
דאס איז א ברית. צוויי צדדים פארבינדן זיך איינער מיטן צווייטן. יעדער גייט אריין אינעם קשר וועגען זיך, ווייל ס'איז דא אין דעם א זאך וואס ער וויל און זוכט. אבער נאכן מאכן די ברית, פארלאנגט זיך נאמנות אויך ווען ס'איז שווער. מ'קען נישט יעדן טאג פון פריש בודק זיין די גאנצע קשר. ס'איז דא צווישן אונז א ברית, און איך פארלאז זיך אויף דיר אויך אין א צייט ווען איך זע נישט אלעס וואס דו האסט מיר צוגעזאגט.
אזוי, כביכול, שטעלט דער אייבערשטער דעם קשר מיט אברהם. ער בעט פון אים גיי מיט אמונה און נאמנות, ער איז אים מבטיח ברכות, קינדער און א לאנד. אברהם גיט זיך איבער צום אייבערשטן, און דער אייבערשטער זאגט אים צו צו זיין מיט אים און אים גוטס טון.
ס'איז בכלל נישט קיין בושה אז דער קשר איז פאר מיין טובה. איך דארף נישט פארדרייען און זאגן אז מיין טובה גייט מיך בכלל נישט אן. איך דאווען אויף אלעס גוטס, אויף קינדער און פרנסה, אלעס ווייל די האסט מיך צוגעזאגט אז ס'וועט זיין פאר מיר גוט. איך בעט אז ער זאל מיך בענטשן, היטן און פירן מיט גוטס. די בקשות קומען ארויס פונעם קשר. איך ווענדט זיך צום אייבערשטן ווייל איך גלייב אז דער אייבערשטער איז מקושר מיט מיר פאר מיין טובה וועגן, אז ס'זאל מיר זיין גוט.
די עיקר עבודה וואס פארלאנגט זיך איז פשוט טראסט. א יוד זאגט פארן אייבערשטן: איך וויל מיין טובה, איך גלייב אז מיין טובה געפינט זיך ביי דיר. איך ביין מקיים דיין רצון וואס איך האב זיך אונטער גענומען ביים קשר ברית, אלעס אז די זאלסט מקיים זיין די ברית פון דיין זייט. אבער איך בין גרייט צו זיין אינעם קשר ברית אפילו ווען איך פארשטיי נישט ווי אזוי דאס איז גוט פאר מיר. אבער דאס איז זוכער אז איך וויל מיין טובה וועגן, דאס איז די גאנצע תכלית וואס איך בין אריין אינעם ברית. נאר איך בין גרייט צו ווארטן, איך בין גרייט צו גיין אין דעם וועג אפילו ס'האט אין זיך שוועריגקייטן. איך מוז נישט אליין האלטן דעם גאנצן חשבון. איך קען עס דיר איבערגעבן. אבער די התחלה און תכלית איז אוודאי מיין טובה וועגן.
פשוט אננעמען דעם תענוג
לאמיר צוריקקומען צו די שבת'דיגע סעודה. דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א יוד א טאג פון מנוחה און תענוג. דער יוד זיצט ביי זיך אין הויז, ער עסט געשמאקע מאכלים, פרייד זיך מיט די משפחה, ער רוט זיך אפ פון די טרדות פון די וואך. ער האט נישט מורא צו טראכטן פון די אייגענע טובה. אדרבה, דער אייבערשטער וויל ס'זאל מיר זיין גוט, אלעס דרייט זיך דאך אויף דעם. די גאנצע ברית דרייט זיך אויף דעם. דער אייבערשטער איז מיר מצוה זיך מתענג צו זיין, און איך לאז די טובה אריינגיין אין מיין הארץ.
איך דארף נישט באהאלטן מיין זיך און מיין הנאה, כאילו די זיך געהערט עפעס צו א חלק אין נפש נפש וואס מ'דארף באהאלטן. איך זיץ פארן אייבערשטן. די גוף רוט זיך אפ, די הארץ פרייד זיך, און איך נעם אן דעם שבת וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן. די תענוג איז א אמת'ע זאך. ס'איז אים גוט, איך מעג שפירן ווי גוט ס'איז מיר מיט די מתנה.
אבער דער זעלבער יוד גיט זיך אויך איבער צום אייבערשטן אפילו אין א שווערע צייט. ביי ביידע לעבט ער אין די זעלבע ברית. ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן אפילו ווען די טובה איז באהאלטן, און ווען די טובה איז בגלוי נעמט ער איר אן מיט ביידע הענט.
דאס איז דער יסוד וואס קומט ארויס פון פרשת לך לך. דער אייבערשטער איז מבטיח א טובה, און אברהם אבינו גלייבט אין דעם. אפילו ווען דער וועג איז לאנג, אפילו ווען דער קיום איז ווייט, האלט ער זיך אין די ברית. א יוד גיט זיך איבער צום אייבערשטן מיט אמונה: דו באשעפער ווילסט מיין טובה, דו וועסט מקיים זיין דיין הבטחה, איך פארלאז זיך אויף דיר. און ווען שבת קודש קומט, זעצט ער זיך צום טיש און נעמט אן מיט א גאנצן הארץ די טובה וואס דער אייבערשטער גיט אים.