Skip to content
BET Journal

פרשה געדאנקען

  • Lech-Lecha
  • 5785
  • Yiddish
View printout

וַאֲבָרְכָה מְבָרְכֶיךָ וּמְקַלֶּלְךָ אָאֹר וגו'. (יב, ג)

מענערקט אן א טויש אין גאנג פון די אָפּמאַך, אנהייבן הויבט זי אָן: 'איך וועל בענטשן די וואס בענטשן דיר', און לאזט אויס 'און די שעלטערס וועל איך שעלטן', לכאורה וואלט מער געפּאַסט צו שרייבן דעם זעלבן סדר הלשון אין ביידע פעלער; אדער 'איך וועל בענטשן דיינע בענטשער און שעלטן דיינע שעלטער', אדער פארקערט, 'דיינע בענטשער וועל איך בענטשן און דיינע שעלטער וועל איך שעלטן'?

איין וועג דאס צו ערקלערן, איז מיט וואס חז"ל אנטפלעקן אונז: 'מחשבה טובה הקב"ה מצרף למעשה, מחשבה רעה אין הקב"ה מצרף למעשה', שרייבט דער כלי יקר, אז אט די מידה פון הקב"ה איז מרומז דא אין פסוק: וַאֲבָרְכָה איך וועל פריער בענטשן נאך איידער מְבָרְכֶיךָ, דער וואס גרייט זיך דיר בענטשן, דען שוין אויפן רצון איז ער ראוי געבענטשט צו ווערן. ביים שעלטן אבער, איז נאר אויב וּמְקַלֶּלְךָ בפועל, דאן אָאֹר. (כלי יקר)

רבי משה לייב שחור זצ"ל קלערט מיט א מער פראקטישע צוגאנג: ס'איז ידוע אז די ברכה וואס אן עושר טוט בענטשן איז אויף א פיל גרעסערע פארנעם ווי די ברכה פונעם ארעמאן, דען דער עושר פארמאגט ברייטערע השגות ווי דער עני. ווידער ביי קללות, איז דער ארעמאן די מומחה, וויבאלד ער האט שוין אויף די אייגענע הויט פיל צרות וקללות בייגעוואוינט.

דערפאר זאגט אים דער רבש"ע: ואברכה מברכיך די וואס קלערן דיר צו בענטשן, וועל איך זיי שוין פון פריער באגליקן מיט כל טוב, אזוי ארום וועלן זייער באגריפן פארגרעסערט ווערו איידער זיי טוען דיר בענטשן, דאגעגן ומקללך אאר, דער וואס האט בדעה דיר צו שעלטן, וועל איך צו-ווארטן ביז זיי שעלטן דיר און ערשט דערנאך וועל איך זיי צייגן וואס קללות מיינט...

(הובא בספר כרם חמד)

More in this printout

View the whole printout