די גמרא (שבת קל.) זאגט, כל מצוה שקיבלו עליהם ישראל בשמחה, עדיין עושין אותה בשמחה. יעדע מצוה ווענדט זיך ווי אזוי די קבלה איז. אז די קבלה איז געווען בשמחה, איז געבליבן די מצוה מיט א שמחה אויף שטענדיג. רש"י זאגט, אז מצות מילה האט אברהם אבינו מקבל געווען בשמחה, איז ווען מען מאכט א ברית, מאכט מען א סעודה דערצו, ארויסצוברענגען די שמחה.
עס דארף האבן א ביאור. יעדע מצוה האט א חשיבות ווען מען טוט עס בהצנע לכת, והצנע לכת עם אלקיך (מיכה ו-ח), ווען א מענטש טוט א מצוה, דארף קיינער נישט וויסן דערפון, עס איז א זאך וואס איז נוגע צווישן אים און דעם אייבערשטען. אזא חשוב'ע מצוה, ער ברענגט אריין זיין קינד בבריתו של אברהם אבינו, אפשר וואלט געדארפט צו זיין, אז מען זאל עס מאכן בהצנע לכת? פארוואס דארף יעדער וויסן אז איך האב מכניס געווען מיין קינד בבריתו של אברהם אבינו. און ער מאכט א שמחה מיט א סעודה דערפאר. און מען זעהט אז ביי אלע זאכן וואס א טאטע טוט פאר א קינד, איז אלעס ברבים. ער קומט אפשערן, ער טראגט אין חדר אריין, א בר מצוה, א חתונה, אלעס איז בפומבי, עס איז נישט בהצנע לכת. פארוואס.
עס שטייט אין די מפרשים, אלה תולדות נח, נח איש צדיק תמים היה בדורותיו, את האלקים התהלך נח (בראשית ו-ט). הצנע לכת איז זייער א חשוב'ע מידה, אבער דאס איז נאר ווען עס איז נוגע בינו לבין קונו, צווישן אים און דעם אייבערשטען, דארף ער טון א זאך בלתי לה' לבדו. אז דער אייבערשטער העלפט אז מען האט קינדער, און מען דארף מחנך זיין קינדער, קען מען זיך נישט פירן אנטקעגן די קינדער מיט א הצנע לכת, ווייל דאס קינד וועט נישט זעהן ווי אזוי דער טאטע לערנט און ער דאוונט, דער טאטע טוט עס באהאלטענערהייט. ער וועט זעהן אז ווען עס קומט צו א מצוה, טוט ער עס קאלטערהייט. אינעווייניג פלאמט אים טאקע די הארץ פארן אייבערשטען, אבער דאס קינד וועט נאר אפלערנען די חיצוניות, דאס קינד קען נישט אריינגיין אינעווייניג אין הארץ פונעם מענטש. ווען עס איז נוגע כלפי חינוך פון קינדער, דארף נישט א מענטש זיין א הצנע לכת. אדרבה, ער דארף ארויסווייזן וואס פאר א שמחה ער האט ביי יעדע מצוה, און מיט וואס פאר א חשק ער טוט די מצוה, דאס קינד זאל זיך אפלערנען צו גיין אויף דעם וועג.
איז דא א ווארט פונעם וויזשניצער רבי'ן, דער אמרי חיים זכר צדיק לברכה, אז מען זעהט ביי נדב ואביהוא זיי האבן מקריב געווען אש זרה, און זיי זענען נענש געווארן. אין פסוק שטייט נאכדעם, ובנים לא היו להם (במדבר ג-ד), זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער. האט ער געזאגט, נדב ואביהוא האבן געטון די עבודה מיט א געוואלדיגע התלהבות, מער וויפיל עס איז געווען אינעווייניג. דער אש וואס זיי האבן געהאט, איז געווען זרה, עס איז נישט געווען אינגאנצן צוגעפאסט, תוכו כברו. אינדרויסן איז עס געווען מער וויפיל עס איז געווען אינעווייניג. און וועגן דעם זענען זיי נענש געווארן, ווייל אזא עבודה איז נישט רצוי פארן אייבערשטען.
אבער טאמער עס וואלט געווען בנים היו להם, זיי וואלטן געהאט קינדער, וואלט נישט געווען קיין חסרון דער אש זרה, ווייל פאר קינדער דארף א מענטש מאכן אן אש זרה. אבער זיי האבן מקריב געווען אן אש זרה, ובנים לא היו להם, זיי האבן נישט געהאט קינדער, האסטו נישט קיין תירוץ אז דו האסט געמאכט די אש זרה פאר דיינע קינדער, זענען זיי נענש געווארן.
נח איז געווען איש צדיק תמים. א איש צדיק תמים איז טייטש, אז ער האט געדינט דעם אייבערשטען בהצנע לכת, ווי א צדיק תמים. אבער את האלקים התהלך נח, בשעת עס איז געקומען צו די תולדות פון נח, בשעת ער האט געדארפט ווייזן פאר די קינדער, האט ער נישט געדינט דעם אייבערשטען בהצנע לכת, ווייל דעמאלטס וואלטן די קינדער אויסגעוואקסן אזוי ווי די גאנצע דור המבול. את האלקים התהלך נח, די תולדות נח, איז כאטש נח איז געווען א איש צדיק תמים, פאר זיך איז ער געווען א צדיק תמים, אבער בדורותיו, ווען עס האט צוטון מיט קינדער, איז את האלקים התהלך נח, האבן זיי געזען ווי ער גייט מיט אלקים.
כדי צו ווייזן פאר א טאטן אז בשעת מען איז מחנך קינדער דארף מען גארנישט באהאלטן. דאס קינד דארף זעהן דער טאטע לערנט, ער דאוונט, ער גיט צדקה, ער טוט מצוות ומעשים טובים. הייבט מען אן די ערשטע מצוה וואס מען איז מחנך א קינד, און מען טוט עס ברבים. עס איז נישט דא קיין הצנע לכת, ווען עס איז נוגע פאר דיין קינד. זאל די גאנצע שטאט וויסן אז דו מאכסט א ברית, דו ברענגסט אים אריין בבריתו של אברהם אבינו. זאל ער זעהן ווי אזוי דו פרייסט זיך ביי די בר מצוה, זאל ער זעהן וואס פאר א שמחה דו האסט. דו מאכסט אים חתונה, זאל ער זעהן די שמחה. וואס עס איז נוגע פאר א קינד, איז נישט דא קיין הצנע לכת.