דברי תורה שנאמרו בסעודה שלישית
שבת קודש פרשת נח תשפ"ו לפ"ק
אין די פרשה די וואך, פארציילט די תורה, וואס עס איז געווען מיטן דור המבול, אז דער אייבערשטער האט דעמאלטס חרוב געמאכט די וועלט, און נח איז געבליבן אין די תיבה. ויאמר אלקים לנח, דער אייבערשטער האט געזאגט צו נח, קץ כל בשר בא לפני, די קץ פון כל בשר איז אנגעקומען פאר מיר, כי מלאה הארץ חמס מפניהם, והנני משחיתם את הארץ (בראשית ו-יג). איך גיי משחית זיין את הארץ. עס איז א דאפלטע לשון. אז דו זאגסט 'קץ כל בשר בא לפני', איז דאך דער טייטש, אז דער באשעפער וויל אוועקנעמען כל בשר, פארוואס דארף ער נאכדעם איבערזאגן 'והנני משחיתם את הארץ'. אדער זאל נאר שטיין די צווייטע העלפט, 'מלאה הארץ חמס מפניהם, והנני משחיתם את הארץ'. וואס איז די הקדמה 'קץ כל בשר בא לפני', און נאכדעם זאגט ער 'והנני משחיתם את הארץ'.
רש"י טייטשט אין איין פשט, והנני משחיתם 'את' הארץ, 'עם' הארץ. אז דער באשעפער האט נישט נאר מכלה געווען אלע ברואים וואס זענען געווען אויף די וועלט, נאר אף שלשה טפחים של עומק המחרישה נמוחו ונטשטשו. דער באשעפער האט געזאגט, נישט נאר קץ כל בשר בא לפני, נאר והנני משחיתם את הארץ, די ארץ וועל איך אויך משחית זיין. עס מוז טאקע שטיין והנני משחיתם את הארץ, כדי צו לאזן הערן אז עס גייט אויך זיין השחתת הארץ. אבער ווען עס גייט זיין השחתת הארץ, וועט דאך אוודאי זיין דער קץ כל בשר, דארף מען דאך נישט זאגן עקסטער 'קץ כל בשר בא לפני', און 'והנני משחיתם את הארץ'.
און הא גופא קשיא, מילא די מענטשן וואס האבן געזינדיגט, קומט זיי דער עונש. אבער פארוואס דארף ג' טפחים של עומק המחרישה נטשטש ווערן. אין פשטות, ווייל אין מדרש (ב"ר כח-ח) שטייט, אז די ערד האט אויך געזינדיגט. אזוי ווי זיי האבן חוטא געווען שלא במינם, האט די ערד אויך ארויסגעגעבן שלא במינם, עס איז געווען ותשחת הארץ, די ערד אליין האט משחית געווען.
*
אין בעל הטורים שטייט א רמז, קץ כל בשר בא לפני, אז עס שטייט שפעטער אין די פרשה, אז דער עונש פון די וואסער וואס איז געקומען ביים מבול, איז געווען איינגעטיילט אין צוויי חלקים. עס איז געווען קודם 'ויהי הגשם על הארץ ארבעים יום וארבעים לילה (בראשית ז-יב), עס איז געווען גשמים וואס איז געקומען פערציג טעג. און נאכדעם איז געווען 'ויגברו המים על הארץ חמשים ומאת יום', הונדערט און פופציג טעג. קומט אויס, אז למעשה איז געווען די עונש הונדערט און ניינציג טעג, פערציג טעג פון גשמים, און הונדערט און פופציג טעג איז געווען ויגברו המים על הארץ, צוזאמען איז עס הונדערט און ניינציג טעג. ק"ץ כל בשר בא לפני, דער אייבערשטער האט שוין מרמז געווען, אז עס וועט נעמען די מספר פון ק"ץ, וואס דער באשעפער וועט מעניש זיין דעם דור המבול. - אבער הא גופא קשיא, פארוואס איז טאקע אזוי געווען, אז עס איז געווען איינגעטיילט פערציג מיט הונדערט פופציג. יעדע מספר איז דאך אויסגערעכנט מיט א חשבון פארוואס עס איז אזוי געווען. פארוואס איז געקומען קודם גשמים פערציג טעג, און נאכדעם איז געווען ויגברו המים על הארץ הונדערט און פופציג טעג.
*
און בכלל שטעלן זיך די מפרשים, אז עס קומט אן עונש, דארף מען נאך נישט פאר דעם ברענגען קיין מבול פון מים, אז די מים זאל משחית זיין די גאנצע וועלט. עס איז דא כמה דרכים למקום ווי אזוי דער אייבערשטער קען אוועקנעמען אלע ברואים פון דער וועלט, און די וועלט וועט בלייבן שטיין. פארוואס האט דער אייבערשטער געברענגט א מבול פון מים. און די קשיא גייט נאך שטערקער, די מבול פון מים איז געווען סיי פון וואסער פון הימל, און סיי פון וואסער פון די ערד. עס איז געווען גשמים וואס איז געקומען פון הימל, וארובות השמים נפתחו, עס האט זיך געעפנט די ארובות השמים פון אויבן. און נאכדעם איז געווען נבקעו כל מעינות תהום רבה (בראשית ז-יא), עס האט זיך געעפנט די תהומות, און עס איז ארויפגעקומען וואסער פון אונטן. עס איז נישט דא גענוג וואסער אונטן, אז מען דארף אויך האבן וואסער פון אויבן? און טאמער עס איז דא וואסער פון אויבן, פארוואס דארף מען נאך האבן וואסער פון אונטן? פארוואס האט דער אייבערשטער אזוי געברענגט די מבול, אז עס איז געווען מים פון אויבן און מים פון אונטן, און דאס איז געווען דער עונש פארן דור המבול.
*
עס קען אפשר זיין דער ענין דערפון. עס שטייט אין תניא (תורה אור בריש הפרשה) א טעם, פארוואס דער אייבערשטער האט געברענגט א מבול פון וואסער. ווייל ווען א מענטש זינדיגט, ער האט געטון א עבירה מיט זיין גוף, ער האט געטון א זאך וואס איז אקעגן דעם רצון פון אייבערשטען, איז ער פוגם זיין נפש. און נישט נאר ער איז פוגם זיין נפש, נאר ער ברענגט אויך אראפ א פגם פון טומאה אויף דעם פלאץ וואו ער האט געזינדיגט. דאס איז טייטשט, אז די עבירה וואס א מענטש טוט, איז נישט נאר פועל אינעם מענטש, עס איז אויך פועל אויף דעם מקום. פונקט ווי ביי קדושה, ווען א מענטש טוט א מצוה, ווערט דער יוד נתקדש, און ער איז אויך מקדש דעם מקום וואו ער האט געטון די מצוה. א בית הכנסת, א בית המדרש, האט אויף זיך א קדושה, ווייל עס איז א מקום וואו מען טוט דארטן מצוות. עס שטייט אין צל"ח (ברכות ו:), אז וועגן דעם דארף מען זיין א קובע מקום לתפלתו (שם), ווייל דורך די פריערדיגע תפלות וואס ער האט געדאוונט אויף דעם מקום, איז נתקדש געווארן דער מקום, און דאס טוט צוהעלפן אז די קומענדיגע תפלות זאלן קענען נתקבל ווערן. ווען א מענטש זינדיגט, איז נישט נאר עס איז דא א פגם אין אים, עס איז אויך דא א פגם אין דעם מקום וואו מען האט געזינדיגט.
אז עס איז געווען מלאה 'הארץ' חמס מפניהם, די וועלט איז געווען פול מיט חמס, איז דאך די גאנצע וועלט נשחת געווארן, איבעראל איז געווען א טומאה. אפילו דער אייבערשטער וועט אוועקנעמען די אלע ברואים וואס האבן געזינדיגט, אבער עס וועט נאך בלייבן א טומאה אויף די ערד, אז די קומענדיגע דור וועט זיך אויך נישט קענען האלטן ערליך. האט מען אויך געמוזט האבן א תיקון פאר די ערד וואו מען האט געזינדיגט.
פונקט ווי ווען א מענטש איז טמא, קען ער זיך מטהר זיין אין א מקוה. ער גייט אין וואסער, די וואסער טוט אים פארדעקן, טוט די וואסער מטהר זיין דעם מענטש. דאס זעלבע איז געווען די טהרה פון די וועלט, וואס די וועלט איז טמא געווארן, איז געקומען א מבול פון מים, וואס דאס איז געווען א מקוה וואס האט מטהר געווען די וועלט. פונקט ווי א מענטש ווערט טהור ווען ער קומט אין וואסער, איז די וועלט געווארן טהור ווען עס איז געקומען אין וואסער. האט דער אייבערשטער געברענגט א מבול מים אויף די וועלט, כדי די ערד אליין זאל אויך טהור ווערן, כדי די קומענדיגע דורות וואס וועלן זיין שפעטער, זאלן זיך קענען פירן ווי עס דארף צו זיין.
קומט אויס, אז דער מבול איז נישט געווען סתם א וועג פון א עונש ווי אזוי אוועקצונעמען די חוטאים פון די וועלט, עס איז געווען א טהרה. פונקט ווי א מענטש איז זיך מטהר אין א מקוה, איז די וועלט טהור געווארן מיט דעם מבול מים וואס איז געקומען. וועגן דעם איז די גשמים געקומען פערציג טעג, ווייל א מקוה איז דאך מטהר אין מ' סאה. פארוואס איז א מקוה מטהר אין מ' סאה? ווייל אין מ' סאה איז דא תתק"ס לוגין, ניין הונדערט און זעכציג לוגין, וואס אפילו א איסור וואס ווערט נישט בטל, געפונט מען אבער אז אין ניין הונדערט און זעכציג מאל אזויפיל ווערט עס יא בטל (ירושלמי תרומות י-ה). קומט אויס אז די שיעור פון תתק"ס האט אין זיך א כח אז עס איז מטהר אפילו א זאך וואס ערגעץ אנדערש קען עס נישט האבן קיין תיקון (בני יששכר אדר ג-ו). אין פערציג טאג איז אויך דא תתק"ס שעות, ווייל יעדע טאג האט פיר און צוואנציג שעה. קומט אויס אז אין די פערציג טעג וואס דער מבול האט אנגעהאלטן, איז געווען תתק"ס שעות. און די תתק"ס שעות פון די מבול, דאס איז געווען די מקוה וואס האט מטהר געווען די וועלט. קומט אויס, אז עס האט געדארפט זיין מים, כדי עס זאל קענען מטהר זיין די וועלט. און עס האט געדארפט זיין פערציג טעג, ווייל דאס איז די שיעור פון תתק"ס, וואס אזויפיל שעות איז דא אין פערציג טעג. און דאס האט מטהר געווען די וועלט, כדי נאכן דור המבול זאל קענען אויפגעבויט ווערן א פרישע וועלט.
אבער הא גופא דארף האבן א ביאור, פארוואס טאקע איז וואסער מטהר. פארוואס ווען א מענטש איז טמא, דארף ער זיך טובל'ען, ער גייט אריין אין א מקוה, און די מקוה איז מטהר. אין חינוך (מצוה קעג) איז דא א אריכות דערויף, על פי דרכו. אין רמב"ם (הל' מקואות יא-יב) שטייט, אז עס איז א חוק, עס האט נישט קיין הסבר. אבער אין יעדע זאך איז דא א לימוד מוסר וואס מען דארף זיך עפעס אפלערנען דערפון.
*
מען זעהט ווען דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, האט ער אלעס באשאפן בעשרה מאמרות. בעשרה מאמרות נברא העולם (אבות ה-א), פון א דיבור פונעם אייבערשטען איז געווארן די וועלט. אויסער דער מענטש, זאגט רש"י (בראשית א-כז), האט דער אייבערשטער נישט באשאפן מיט א דיבור, דער מענטש איז באשאפן געווארן במעשה. כביכול דער אייבערשטער האט גענומען עפר מן האדמה, ער האט גענומען ערד, און פון דעם האט ער מגבל געווען די צורה פון א מענטש, און ויפח באפיו נשמת חיים (בראשית ב-ז), אזוי האט ער באשאפן דעם מענטש.
בעפאר דער אייבערשטער האט באשאפן דעם מענטש, שטייט אין פסוק (בראשית ב-ו), ואד יעלה מן הארץ, קודם איז ארויפגעגאנגען א וואלקן פון דער ערד, און עס האט אראפגעלאזט שפעטער דעם רעגן, והשקה את כל פני האדמה, און עס האט משקה געווען די ערד. וייצר ה' אלקים את האדם עפר מן האדמה, און דער אייבערשטער האט באשאפן דעם מענטש עפר מן האדמה. טייטשט רש"י, אזוי ווי א גבל, אזוי ווי א מענטש וואס קנעט, ער נעמט מעהל, און ער לייגט אריין דערין וואסער, און אזוי טוט ער אויסקנעטן די טייג, אף כאן והשקה, ואחר כך וייצר, קודם האט דער אייבערשטער געברענגט וואסער אויף די ערד, עס זאל ווערן ווייעך, עס זאל ווערן דערפון אזוי ווי א טייג, און נאכדעם האט ער דערפון אויסגעפארעמט דעם מענטש (ב"ר יד-א).
עס דארף האבן א ביאור. דער אייבערשטער האט געוואלט באשאפן דעם מענטש פון די ערד, און צו די ערד האט ער געדארפט האבן וואסער, כדי אז מען זאל קענען מגבל זיין די עיסה. וואלט ער געדארפט נעמען א וואלקן, און נעמען וואסער פון אויבן, והשקה את כל פני האדמה. דער באשעפער האט נישט גענוג וואסער אויבן אין הימל, וואס ער זאל קענען צושטעלן וואסער, און פון דעם באשאפן דעם מענטש? פארוואס האט אויסגעפעלט אז עס זאל ארויפגיין וואסער פון אונטן, און פון דעם וואסער וואס איז ארויפגעקומען, האט דער אייבערשטער באשאפן דעם מענטש. ער האט דאך גענוג וואסער אויבן אין הימל, ער דארף נישט האבן די וואסער מן הארץ, וואס זאל עס משקה זיין.
עס קען זיין דער ענין דערפון איז. ווען דער באשעפער האט באשאפן די וועלט, שטייט אין פסוק (בראשית א-ב), והארץ היתה תוהו ובוהו וחושך על פני תהום, עס איז געווען א פינסטערניש אויף די וועלט, עס איז געווען נאר וואסער, ורוח אלקים מרחפת על פני המים, און אויף דעם וואסער איז געווען א רוח אלקים וואס האט מרחף געווען. און ווי רש"י זאגט, אז די כסא הכבוד האט כביכול מרחף געווען העכער דעם וואסער. דאס איז געווען דעם ערשטן טאג. דעם צווייטן טאג האט דער אייבערשטער געזאגט, יהי רקיע בתוך המים, עס זאל אריינקומען דא א הימל, ויהי מבדיל בין מים למים, וואס זאל אפטיילן די וואסער פון אונטן פון די וואסער פון אויבן, און אזוי איז געווען, ויעש אלקים את הרקיע, ויבדל בין המים אשר מתחת לרקיע, ובין המים אשר מעל לרקיע, ויהי כן. ויקרא אלקים לרקיע שמים, ויהי ערב ויהי בוקר יום שני.
דאס איז טייטש, אז ווען דער באשעפער האט באשאפן די וועלט, איז קודם געווען וואסער נאר דא אונטן, און מען האט גענומען א חלק פון די וואסער, און מען האט עס אויפגעהויבן העכער דעם הימל, און אינמיטן איז אריינגעקומען א רקיע, א הימל, וואס איז מבדיל בין מים למים. די וואסער וואס איז דא אויבן, איז בעצם וואסער פון דא אונטן, און מען האט אויפגעהויבן די וואסער, און מען האט עס אפגעטיילט, און עס איז אריינגעקומען א רקיע אינדערמיט. אין די גמרא (ירושלמי ברכות א) שטייט, אז פונקט אזוי ווייט ווי עס איז די מרחק פון די ערד ביז צום הימל, אזוי איז דא א מרחק אויבן אין הימל, צווישן דעם הימל און די וואסער וואס איז העכער דעם. און די וואסער וואס איז העכער דעם, שטייט נאר מיט דעם מאמר פונעם אייבערשטען. עס איז נישט אין א ים, עס איז נישט אין א כלי וואס די וואסער זאל זיך האלטן, נאר עס שטייט דארט במאמרו של הקדוש ברוך הוא (חגיגה יב.). ויקרא אלקים לרקיע שמים, טייטשט רש"י איין פשט, שם מים, דארט איז די וואסער. עס איז אפגעטיילט די וואסער פון אונטן, און די וואסער פון אויבן, די וועלט איז געבליבן מיט וואסער. א טאג שפעטער, האט דער אייבערשטער געזאגט, יקוו המים מתחת השמים, עס זאל זיך צוזאמנעמען די וואסער אויף איין פלאץ אינעם ים, ותראה היבשה, ויהי כן, דורכדעם איז געווארן די וועלט.
קומט אויס, אז די איינציגסטע זאך פון די בריאה פון די וועלט, וואס איז ארויפגעגאנגען אויבן אין הימל, איז מים. זיי זענען באשאפן געווארן דא אונטן, ורוח אלקים מרחפת על פני המים, און די רקיע איז מבדיל בין מים למים, און עס איז געווארן וואסער אויבן, און וואסער אונטן, מים עליונים און מים תחתונים.
רש"י ברענגט צו (ויקרא ב-יג), און אין מדרש (ב"ר ה-ד) און זוהר הק' (ח"א סט:) שטייט עס נאך מער ארויס באריכות, אז די וואסער פון אונטן האבן געוויינט. זיי האבן געזאגט פארן רבונו של עולם, פארוואס האט מען אונז מרחק געווען, פארוואס האט מען אונז אפגעטיילט פון די וואסער פון אויבן. אנן בעינן למהוי קמיה מלכא, אונז וויל מיר אויך זיין אויבן ביים מלך. מען האט גענומען די וואסער, א חלק איז אויבן און א חלק איז אונטן, מה נשתנו אלו מאלו? פארוואס האבן זיי א זכיה אז זיי קענען זיין נאנט צום אייבערשטען, און אונז האב מיר נישט די זכיה.
מער מסביר זיין. די וואסער האט שוין טועם געווען וואס דאס מיינט, זיין נאנט צום אייבערשטען. ווייל עס איז דאך געווען ורוח אלקים מרחפת על פני המים, האבן זיי דאך געהאט דעם תענוג וואס איז דא, ווען מען איז נאנט כביכול צו די שכינה אונטן. און יעצט איז געווארן א הבדל בין מים למים, א חלק איז געבליבן אויבן, און דער באשעפער איז אויך ארויפגעגאנגען אין שמים, און זיי זענען נתרחק געווארן, זיי זענען געבליבן דא אונטן. זיי האבן שוין טועם געווען וואס דאס מיינט קרבת אלקים, זיין נאנט צום אייבערשטען, און מען האט זיי געלאזט דא אונטן, האבן זיי געוויינט. דער זוהר הק' רופט עס אן 'מים בוכים', וואסער וואס האט געוויינט, אונז וויל מיר זיין קמי מלכא. און מען האט זיי מפייס געווען, מען האט זיי געגעבן ניסוך המים, און על כל קרבנך תקריב מלח (ויקרא ב-יג). על כל פנים, די וואסער האט געהאט אן התשוקקות אז זיי ווילן זיין נאנט צום אייבערשטען.
עס שטייט אין זוהר הק', מען זעהט אז די וואלן פון די ים גייען אייביג ארויף, ער רוהט נישט קיין איין מינוט אויף זיין פלאץ. ער גייט, ער פאלט צוריק, דער באשעפער איז שובר די גלים וואס קומען ארויף, כדי עס זאל נישט פארשוועמען די וועלט. זאגט דער זוהר הק', א דומם שטייט דאך אויף איין פלאץ. אז א זאך זאל נישט רוהען, און אייביג זאל עס וועלן ארויפגיין, דאס נעמט זיך פון די התשוקקות וואס די מים התחתונים האבן, אז זיי ווילן זיין קמי מלכא, פארן אייבערשטען. זיי זענען נישט בארוהיגט מיט דעם וואס זיי געפונען זיך דא אונטן, זיי האבן שטענדיג א דראנג ארויפצוגיין אויבן, הייבן זיי זיך אויף. און דער אייבערשטער טוט זיי משביח זיין, אז זיי זאלן בלייבן דא אונטן. אבער זיי געבן נישט אויף, זיי האבן א שטענדיגע תשוקה צום אייבערשטען אז זיי ווילן ארויפגיין. זאגט דער זוהר הק', אז דאס מיינט דער פסוק (תהלים פט-י) בשוא גליו אתה תשבחם. בשוא גליו, ווען די גלים הייבן זיך אויף, אתה תשבחם, טוט דער אייבערשטער רימען די גלים, וואס פאר א תשוקה זיי האבן, צו זיין נאנט צום אייבערשטען, אז זיי רוהען נישט אויף איין פלאץ, זיי ווילן אייביג ארויפגיין און זיין נאנט צום אייבערשטען.
מער מסביר זיין. וואסער איז די איינציגע זאך וואס גייט אלץ אראפ אויף אונטן. מניחין מקום גבוה והולכין למקום נמוך (תענית ז.). ווען די גמרא וויל ברענגען א ראיה אז תורה האלט זיך נאר ביי מי שדעתו שפלה, תורה איז הוי כל צמא לכו למים (ישעיה נה-א), און מים זענען מניחין מקום גבוה, ווען דו וועסט זיי לייגן אין די הייעך, לאזן זיי עס איבער, און זיי גייען אראפ. און אויב וועט ער טרעפן א פלאץ וואס איז נאך נידריגער, וועט ער טרעפן א וועג אראפצוגיין גאנץ אונטן. קומט אויס, אז די טבע המים איז, אראפצוגיין אונטן. ווען עס קומט צום ים, איז פארקערט, כאטש זיין טבע איז אראפצוגיין, אבער דער ים איז בשוא גליו, ער וויל ארויפגיין אויבן. און דאס טוט דער אייבערשטער רומען, די חשיבות פון די גלים, וואס זיי האבן א תשוקה צום אייבערשטען.
דער אייבערשטער האט באשאפן דעם מענטש עפר מן האדמה, דאס איז דער חומר פון א מענטש, גשמיות, ליגן אין גשמיות, ליגן אין תאוות, און אין תענוגי עולם הזה. און דער אייבערשטער האט אריינגעלייגט א נשמה אין א מענטש, וואס די נשמה האט א תשוקה צום אייבערשטען. אבער דער גוף אליין, פירט א מלחמה תמידית, ער האט נישט קיין תשוקה צום באשעפער. דער אייבערשטער האט געוואלט גרינגער מאכן די נסיונות פון א מענטש, ווען ער האט באשאפן דעם מענטש, האט ער גענומען עפר, ער האט גענומען ערד, און ער האט גענומען די מים התחתונים, און פון דעם האט ער אויסגעקנעטן דעם מענטש. די מים התחתונים איז דאך בטבעו האט ער דאך א תשוקה ארויפצוגיין צום אייבערשטען, ער איז בשוא גליו. כדי דער גוף פונעם מענטש זאל אויך האבן א תשוקה צום אייבערשטען, האט דער באשעפער באשאפן דעם מענטש עפר מן האדמה, און ואד יעלה מן הארץ, די וואסער פון אונטן, וואס דאס האט דאך א תשוקה צום אייבערשטען, זאל ארויפקומען, והשקה את כל פני האדמה, און דאס זאל באטרינקען די ארץ, פון דעם איז די ערד געווארן ווייעך, און פון דעם האט דער אייבערשטער מגבל געווען דעם מענטש, אז א מענטש האט אין זיך א תשוקה צום אייבערשטען אויך אין דעם חומר. דער באשעפער האט נישט גענומען וואסער פון אויבן, ווייל די וואסער פון אויבן, האבן נישט קיין תשוקה. נאר ואד יעלה מן הארץ, דיין חומר איז באשאפן געווארן פון עפר פון איין זייט, אבער פון מים וואס האבן אין זיך א תשוקה ארויפצוגיין צום אייבערשטען, מים בוכים, אנן בעינן למיהוי קמי מלכא, אונז וויל מיר זיין נאנט צום אייבערשטען.
ווען א מענטש איז טמא, און ער וויל זיך מטהר זיין, וואס איז די עצה דערויף. מען זאגט פאר דעם מענטש, גיי אריין אין וואסער, און טוה דיך איבערדעקן אינגאנצן מיט די וואסער פון די מים התחתונים. די מים התחתונים איז דאך א וואסער וואס האט אין זיך א תשוקה צום רבונו של עולם. אז דו ווילסט זיך קענען מתגבר זיין אויף טומאה, און דו ווילסט זיין טהור, גיי אריין אין וואסער. אבער נישט האלב, נישט דריי פערטל, נאר עס זאל נישט בלייבן קיין משהו אינדרויסן. די וואסער זאל דיך ארומנעמען פון אלע זייטן, ווייל דער מים האט אין זיך דעם כח פון בשוא גליו, עס האט א תשוקה צום רבונו של עולם. און דו זאלסט זיך אראפלערנען דערפון, אז דו דארפסט האבן א תשוקה צום אייבערשטען. אויב דו ווילסט זיך מטהר זיין, איז די מצוה פון טבילה אריינצוגיין אין די וואסער וואס האט א תשוקה צום רבונו של עולם. דעק דיך צו פון אלע זייטן מיט די מים התחתונים, וואס די מים התחתונים האבן א תשוקה צום אייבערשטען, וועסטו זיין טהור.
קומט דאך אויס, אז די וואסער לערנט אונז, אז עס איז דא מים עליונים, און עס איז דא מים תחתונים. די מים עליונים איז קרוב צום אייבערשטען, זיי האבן א שטענדיגע תענוג רוחני פון זיין נאנט צום באשעפער. די מים התחתונים געפונען זיך אויף א נידריגן מקום, אבער זיי האבן א תשוקה צו זיין נאנט צום אייבערשטען.
א מענטש דארף זיך אראפלערנען פון די מדה פון מים, מה דאך מים וואס איז א דומם, עס האט נישט אין זיך קיין נשמה, פון דעסטוועגן דאך האט ער א תשוקה צו זיין נאנט צום אייבערשטען. איז דאך א כל שכן, א יוד וואס האט אין זיך א נשמה, וואס איז א חלק אלו-ה ממעל, און דו ביסט דאך באשאפן געווארן פון דעם מים התחתונים, זיך אראפצולערנען פון דעם מים, אז מען דארף האבן א השתוקקות צום אייבערשטען. און אז דער דור המבול האט עס נישט געהאט, זיי האבן זיך נישט אראפגעלערנט פון די מים צו האבן א תשוקה צום אייבערשטען. כי מלאה הארץ חמס מפניהם, א וועלט וואס האט געזינדיגט, און ממרה געווען אינעם אייבערשטען. זענען געקומען די ביידע וואסערן, עס האט זיך געעפענט די ארובות השמים, די מים העליונים זענען אראפגעקומען, און עס איז געקומען די מעינות תהום רבה, וואס דאס איז די וואסער פון אונטן, וואס די צוויי וואסערן ווייזן דאך, אז די מים התחתונים האבן א תשוקה, זיי ווילן זיין אויבן צווישן די עליונים. און זיי האבן געברענגט דעם עונש אויפן דור המבול, וואס האבן זיך נישט אראפגעלערנט פון די מים, ווי אזוי מען דארף האבן א תשוקה צום אייבערשטען.
און דער מים האט מטהר געווען, נישט נאר די מענטשן, נאר די גאנצע וועלט איז געווארן טהור ווי פון א מקוה, וואס דער מבול האט אלעס מטהר געווען. א מקוה איז דאך פון פערציג סאה, איז די גשמים געווען פערציג טעג. דאס ווארט 'מקוה' אליין באטרעפט הונדערט און איינס און פופציג. הונדערט און פופציג טאג איז געווען די תגבורת המים. קומט אויס אז אין תגבורת המים איז דא א רמז אויף 'מקוה', און אין די מ' יום איז דא א רמז אויף די מ' סאה פון א מקוה, ווייל די טהרה פון די וועלט, איז געווען אין דער צייט.
* * *
דער פסוק (בראשית ז-ז) זאגט, ויבא נח וכו' אל התיבה, נח איז אריינגעקומען אין די תיבה, מפני מי המבול. זאגט רש"י, אז נח איז געווען מקטני אמנה, מאמין ואינו מאמין שיבוא המבול, ער איז נישט געווען זיכער אז עס גייט קומען דער מבול, ולא נכנס לתיבה עד שדחקוהו המים, די וואסער האט אים אריינגעשטופט, אז ער מוז אריינגיין אין תיבה. ווי אזוי קען זיין אז נח איז געווען מקטני אמנה, ער איז נישט געווען זיכער אז עס גייט קומען דער מבול, דער פסוק זאגט דאך אז נח איש צדיק תמים היה בדורותיו (בראשית ו-ט), כי אותך ראיתי צדיק לפני בדור הזה (בראשית ז-א), ווי אזוי קען זיין אז ער האט נישט געגלייבט, ביז עס איז געקומען דער מבול, וואס דאס האט ער שוין געזען מיט די אויגן, ודחקוהו המים, און דעמאלטס איז ער אריינגעגאנגען אין די תיבה.
אין פשטות. דער אייבערשטער האט געזאגט פאר נח אז ער וועט בלייבן לעבן. אויב נח קען נישט בלייבן, דעמאלס קען נישט קומען קיין מבול, דער באשעפער גייט נישט חרוב מאכן די וועלט וואס ער האט באשאפן, עס מוז איבערבלייבן א קיום העולם אויף שפעטער. אזוי ווי נח איז געווען דער איינציגסטער מיט זיין משפחה וואס זענען געווען ערליך, איז געבליבן אויף וועם עס זאל קענען חל זיין שפעטער די המשך פון די בריאה, האט געקענט זיין דער עונש פונעם מבול. נח פאר זיך איז געווען מקטני אמנה, ער האט זיך נישט געהאלטן אז ער איז א צדיק וואס וועט עומד זיין בצדקו. מען האט עס אים געזאגט הונדערט און צוואנציג יאר בעפאר דער מבול איז געקומען. אויב אין די הונדערט און צוואנציג יאר וועט נח אדורכפאלן, און ער וועט אויך נישט זיין קיין צדיק, גייט נישט קומען קיין מבול. איז ביז די לעצטע מינוט האט נח נישט געהאלטן אז ער איז א צדיק. נח מקטני אמנה היה, ער פאר זיך איז געווען אזוי נידריג, אזא שפל בעיניו איז ער געווען, אז ער איז געווען מקטני אמנה, איך בין נישט זיכער אז איך בין א צדיק. און אויב איך בין נישט קיין צדיק, וועט דער אייבערשטער נישט קענען ברענגען דעם מבול. און דורך דעם איז מאמין ואינו מאמין שיבוא המבול, איז ער נישט געווען זיכער אז עס גייט קומען דער מבול.
*
נח איז נישט געווען זיכער צו עס גייט קומען דער מבול, מאמין ואינו מאמין שיבוא המבול. א יוד קען שטענדיג תשובה טון צום אייבערשטען, כי לא תחפוץ במות המת, כי אם בשובו מדרכו וחיה. סיי וואס עס איז אדורכגעגאנגען אויף א מענטש, קען א מענטש שטענדיג זיך צוריקקערן צום אייבערשטען, ולא ידח ממנו נדח (שמואל ב יד-יד). נח האט געהאלטן אז עס וועט קומען א צייט וואס דער דור המבול וועט זיך בארעכענען אז עס גייט קומען א מבול. זיי האבן געזעהן הונדערט און צוואנציג יאר ווי אזוי נח איז זיך מתעסק מיט די תיבה. ער האט זיי טאקע נישט מוכיח געווען, אבער זיי האבן דאך געזעהן ווי אזוי ער מאכט א תיבה, און ער האט דאך געזאגט אז וועגן דעם מאכט ער די תיבה, ווייל עס גייט קומען א מבול. און נח האט געהאלטן אז עס וועט קומען א צייט וואס זיי וועלן תשובה טון, און עס וועט נישט קומען דער מבול. עס שטייט פון רבי איציקל ווארקער זי"ע, זאגט ער נאך שטערקער, נח מקטני אמנה היה מאמין, ער האט געגלייבט אפילו אין די קטני אמנה, און וועגן דעם אינו מאמין שיבוא המבול. זיי געווען טאקע נידריגע מענטשן, אזוי ווי עס איז געווען דער דור המבול, אבער זיי קענען זיך צוריקקערן צום אייבערשטען.
*
און פון דעסטוועגן דאך געפונט מען אין די גמרא, די גמרא (עירובין יט.) זאגט, רשעים אפילו על פתחה של גיהנם אינם חוזרים בתשובה. עס איז דא אמאל א רשע, וואס ער קען שטיין ביים פתח פון גיהנם, און עס בארירט אים נישט, ער איז נישט חוזר בתשובה. ווי אזוי קען דאס זיין? ער שטייט שוין על פתחו של גיהנם, ער זעהט דאך דעם גיהנם פתוח לפניו, און עס בארירט אים נישט, ער טוט נישט תשובה. שטייט אין רמב"ם (הלכות תשובה ו-ג), יעדער יוד האט א כח תשובה צו טון. פון דעסטוועגן דאך, איז דא אמאל וואס דער אייבערשטער איז מונע פון א מענטש ער זאל נישט תשובה טון. עס איז א חלק פון זיין עונש. דער באשעפער איז מקבל די תשובה, אבער מען איז מונע פון אים, עס זאל נישט אריינקומען אין אים קיין הרהורי תשובה. מען איז מכביד את לבו, כדי ער זאל נישט תשובה טון, כדי שימות בעונשו, כדי ער זאל שטארבן מיט זיין עונש. דער רמב"ם איז מסביר, אמאל קען א מענטש טון אן עבירה במזיד, ער טוט עס ברצון, וואס די שורת הדין קומט זיך אויף אזא עבירה, אז מען זאל אים צוריקהאלטן ער זאל נישט קענען תשובה טון, ער זאל נענש ווערן.
און דער רמב"ם זאגט, אז אזוי איז געווען ביי פרעה, כי אני הכבדתי את לבו ואת לב עבדיו (שמות י-א). פרעה איז אויך געווען על פתחו של גיהנם, ער האט געזען נסים ונפלאות יעדן טאג, ער האט געזעהן די עשר מכות, און עס האט אים גארנישט בארירט. כי אני הכבדתי את לבו, זיין לאנד ווערט חרוב, ערוב, ברד, ארבה, עס האט אים גארנישט בארירט. דער אייבערשטער האט מכביד געווען לבו. און ווען דער אייבערשטער איז מכביד דאס הארץ פון א מענטש, דעמאלטס איז ער נישט ביי זיך, און ער טוט נישט קיין תשובה. אזוי ווי מען קען נישט האבן א קשיא אויף א קינד, פארוואס ער האט נישט מורא פון פייער, ווייל ער פארשטייט נישט. און מען קען נישט האבן א קשיא אויף איינעם וואס איז שוין אויף דער עלטער, ווייל ער איז שוין נישט בדעתו. אמאל קען א מענטש זיין בדעתו, אבער דער באשעפער איז מכביד את לבו, כדי ער זאל נישט תשובה טון.
געווענליך טייטשט מען עס אפ, אז דער פשט דערפון איז, אז דער באשעפער איז מכביד את לבו בכלליות, ער טוט נישט קיין תשובה. אמאל טראכט א מענטש ביי זיך, איך בין נישט אין דעם כלל, ווייל איך האב דאך יא הרהורי תשובה, איז דאך א סימן אז דער באשעפער איז נישט מכביד לבו פון תשובה. פונעם רמב"ם קוקט אויס, אז די פשט איז נישט אז מען איז מכביד את לבו אז ער זאל נישט קענען תשובה טון, נאר אמאל איז דא וואס אויף א געוויסע עבירה וואס ער האט געטון, אויף די עבירה איז מען מכביד את לבו, אז ער זאל נישט קענען תשובה טון. ווייל די עבירה האט ער געטון מיט א רצון, ער האט עס געטון אן א אונס, ער האט עס געטון ממרה צו זיין אינעם אייבערשטען. איז אפילו אויף אנדערע עבירות טוט ער תשובה, אבער אויף די עבירה האט ער א מניעה אז מען זאל מכביד זיין את לבו, ער זאל נישט תשובה טון.
איך וועל עס מער מסביר זיין. מען זעהט אמאל א מענטש איז צוגעבינדן צו א געוויסע תאוה, צו א געוויסע הנהגה, אויף ענגליש וואלט מען עס גערופן ער איז עדיקטע"ד צו א זאך. ער ווייסט אז עס איז נישט גוט, און ער ווייסט אז עס איז נישט ערליך וואס ער טוט, און ער ווייסט אז ער גייט באקומען אן עונש דערויף, און פון דעסטוועגן דאך, קען ער זיך נישט צוריקהאלטן. ער איז אזוי צוגעבינדן, אז אפילו דו וועסט אים זאגן, דו גייסט באקומען אן עונש דערויף, ער טראכט נישט יעצט. דאס איז טייטש הכבדת הלב, דער אייבערשטער איז מכביד את לבו אז ער זאל נישט תשובה טון. ער איז צוגעבינדן צו דעם. ער קען הערן דרשות, און ער קען אליין זאגן בשעת ער טוט עס, איך ווייס אז איך טוה א זאך וואס איז נישט גוט, ער קען אפילו וויינען בשעת ער טוט די עבירה. פארוואס טוסטו עס? עס איז אן הכבדת הלב וואס דער אייבערשטער גיט אים אריין, אז ער זאל נישט תשובה טון. השמן לב העם הזה, ואזניו הכבד, ועיניו השע, פן יראה בעיניו, ובאזניו ישמע, ולבבו יבין, ושב ורפא לו (ישעיה ו-י). עס איז א מניעה פון תשובה וואס האלט אים צוריק אז ער זאל נישט תשובה טון.
און דאס מיינט, רשעים אפילו על פתחה של גיהנם, אפילו ווען ער שטייט על פתחה של גיהנם, טוט ער נישט קיין תשובה (עירובין יט.). ער טראכט נישט, עס איז דא אן הכבדת הלב אז ער זאל נישט תשובה טון. ווען א מענטש זעהט, אז ער איז צוגעבינדן צו עפעס א זאך, און ער האלט זיך נישט צוריק עס צו טון ווייטער, דארף ער טראכטן אפשר איז ער אין כלל פון דעם וואס מען טוט אים מונע זיין יעצט פון הכבדת הלב. אין די עבירה זאלסטו בלייבן, און אויף די עבירה וועסטו נענש ווערן, אז דו זאלסט נישט תשובה טון דערויף.
עס שטייט אין בינה לעתים (דרוש נב), ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה (תהלים לח-י). דוד המלך זאגט פארן רבונו של עולם, ה' נגדך כל תאותי, דו זעסט אלע מיינע תאוות, ואנחתי, אפילו מיין קרעכץ בשעת איך טוה די עבירה, איז אויך ממך לא נסתרה. ער טוט די עבירה, און ער קרעכצט בשעת ער טוט די עבירה, און ער טוט עס נאך אלץ. פארוואס טוסטו עס? עס איז אן הכבדת הלב, וואס האלט אים צוריק.
אין די סלאנימער ספרים (בית אברהם בסופו מכתב א') שטייט, ער וויינט ווי א ביבער, און גייט אין די פאסטיקע. און זיי זענען עס מסביר, אז געווענליך א בעל חי זעהט פאר זיך א נעץ וואו מען גייט אים פאנגען, אנטלויפט ער דערפון. דער ביבער זעהט א נעץ, און ער ווייסט אז ווען ער גייט אריינגיין דארט, וועט ער געפאנגען ווערן, און ער וויינט אויפן וועג ווען ער גייט, אבער ער קען זיך נישט צוריקהאלטן, ער מוז אריינגיין דארט, אפילו ווען ער ווייסט אז ער וועט געפאנגען ווערן דארט. עס איז א משל, ער וויינט ווי א ביבער, ער וויינט אויף זיין חטא, האלט זיך צוריק, טוה עס נישט, ניין, ער גייט נאך אלץ אריין אין זיין פאסטיקע. עס איז אן הכבדת הלב וואס ער האט.
דער באשעפער האט געוואוסט, אז דער דור המבול האט אן הכבדת הלב פונעם אייבערשטען, אז זיי זאלן נישט קענען תשובה טון. זיי האבן אזויפיל געזינדיגט, עס איז געווען מלאה הארץ חמס מפניהם, אזעלכע הארבע עבירות וואס זיי האבן געהאט, אז דער באשעפער האט געוואוסט, אז עס וועט נישט זיין קיין תשובה. ממילא האט דער אייבערשטער געהייסן פאר נח ער זאל מאכן א תיבה, זיי וועלן שוין נישט קיין תשובה טון. און דער אייבערשטער האט דאס מרמז געווען פאר נח, ער האט אים געזאגט, געווענליך ווארט איך אויף א מענטש כדי ער זאל קענען תשובה טון, ווייל לא ידח ממנו נדח, דער באשעפער איז נישט מעניש. אבער דא, קץ כל בשר בא לפני, איך זעה שוין דעם קץ, איך זעה שוין מיט וואס עס וועט זיך ענדיגן דא. דא וועט זיך נישט ענדיגן מיט קיין תשובה, ווייל זיי זענען אין אזא מצב וואס דער אייבערשטער איז מכביד את לבו אז זיי קענען נישט תשובה טון. עס גייט קומען דער מבול, דו דארפסט מאכן א תיבה, דו דארפסט נישט מורא האבן אז זיי וועלן תשובה טון.
נח מקטני אמנה היה, מאמין ואינו מאמין, אפשר וועלן זיי דאך תשובה טון. אבער דער באשעפער האט אים שוין מרמז געווען אין אנהויב, קץ כל בשר בא לפני. געווענליך ווארט איך אפשר וועט ער דאך תשובה טון. אבער טאמער עס איז דא אן הכבדת הלב פונעם אייבערשטען, אז דער מענטש וועט נישט תשובה טון, איז דאך נישט דא וואס צו ווארטן. קץ כל בשר, איך קוק שוין אויף דעם קץ וואס וועט זיין, והנני משחיתם את הארץ.
*
מען זעהט אין די קומענדיגע פרשה, ווען דער אייבערשטער האט איבערגעדרייט סדום, האט דער באשעפער געזאגט, ארדה נא ואראה הכצעקתה הבאה אלי עשו כלה, ואם לא אדעה (בראשית יח-כ). פארוואס האט דער באשעפער נישט געשיקט אברהם אבינו, ער זאל קודם מתרה זיין סדום, וואס עס גייט קומען, אז מען וועט איבערדרייען סדום, און מען זאל טון תשובה. דער באשעפער האט קיינעם נישט געשיקט. נינוה איז געווען א שטאט וואס מען האט געזינדיגט, און דער באשעפער האט געשיקט יונה הנביא, אז ער זאל גיין אויף נינוה, און ער זאל זיי מתרה זיין אז נינוה נהפכת (יונה ג-ד), עס גייט ווערן איבערגעדרייט. און זיי האבן תשובה געטון. סדום איז יא נהפך געווארן, פארוואס האט מען נישט געשיקט אברהם אבינו אויף סדום, אז ער זאל זיי ווארענען וואס עס קומט.
ווייל סדום איז דעמאלט געווען חטאתם כי רבה, עס איז געווען אזוי גרויס דער חטא, אז דער באשעפער האט געוואוסט אז עס איז דא אן הכבדת הלב אויף זיי, אז זיי זאלן נישט קענען קיין תשובה טון. ארדה נא, זאגט רש"י, לסוף מעשיהם, איך קוק אויף זייערע מעשים, דא וועט נישט זיין קיין תשובה, עס איז א שאד צו שיקן אז מען זאל זיי מעורר זיין צו תשובה. נינוה איז מעגליך אז זיי זאלן תשובה טון, האט דער באשעפער געשיקט מעורר זיין. אבער דארט ווי עס איז דא אן הכבדת הלב פונעם אייבערשטען, איז נישט דא וואס מען זאל שיקן מעורר זיין צו תשובה. אויף סדום איז געווען חטאתם כבדה מאד, אז עס איז כבדה מאד, איז דא אן הכבדת הלב זיי זאלן נישט תשובה טון, איז געקומען תיכף דער עונש פון הפיכת סדום. נינוה האט דער אייבערשטער געשיקט קודם יונה הנביא אז ער זאל זיי מוכיח זיין.
* * *
איך האב געטראכט נאך א נקודה, וואס איז נוגע צו יונה הנביא מיט די שטאט נינוה, וואס עס איז א מוסר השכל. נינוה איז געווען א גרויסע שטאט, דער פסוק (יונה ג-ג) זאגט, אז עס האבן געוואוינט דארט הונדערט און צוואנציג טויזנט מענטשן. און זיי האבן געזינדיגט, און דער אייבערשטער האט געשיקט יונה צו נינוה, גיי זאג זיי אז ביז פערציג טאג גייט נינוה ווערן איבערגעדרייט. און ווען זיי האבן עס געהערט, האבן אלע מענטשען פון די שטאט תשובה געטון. מען געפונט נישט אויף קיין שום פלאץ, אז דער אייבערשטער זאל שיקן א נביא פאר דעם, אז ער זאל זיי מוכיח זיין אז זיי זאלן תשובה טון. די גאנצע וועלט איז פול מיט חוטאים, און עס איז נישט געווען נביאים וואס זענען ארומגעגאנגען אין די שטעטלעך זאגן אז עס גייט קומען אן עונש. יעדער ווייסט אז אויב מען זינדיגט, גייט קומען אן עונש. וואס איז נינוה געווען אנדערש, אז דער אייבערשטער האט געשיקט יונה הנביא אז ער זאל זיי מוכיח זיין.
דער פסוק זאגט אויף נינוה, אז עס איז געווען עיר גדולה לאלקים, עס איז געווען זייער א גרויסע שטאט. וואס מיינט 'לאלקים'. די רד"ק טייטשט, ווען מען וויל זאגן אויף א זאך אז עס איז זייער גרויס, דערמאנט מען דעם אייבערשטנ'ס נאמען, ווייל דער אייבערשטער איז דאך אויך זייער גרויס. אז מען וויל געבן א משל אויף א גרויסע שטאט, זאגט מען לאלקים, עס איז אזוי גרויס ווי דער אייבערשטער. ער ברענגט א משל, הררי אל (תהלים לו-ז), גרויסע בערג רופט מען אן אל. א גרויסע השתוקקות רופט מען אן "שלהבת-יה". דא איז אויך אזוי, עיר גדולה לאלקים, עס איז געווען זייער א גרויסע שטאט.
איך האב געהערט די וואך א דבר פלא. נאכן דור המבול איז דאך די וועלט געווען ערליך. עס איז געבליבן נאר נח מיט זיינע קינדער, און ער האט אויפגעשטעלט א פרישע דור, אלעס איז צוגעגאנגען ערליכערהייט, על כל פנים די ערשטע דורות. ביז עס איז געקומען נמרוד, וואס נמרוד איז געווען אן אייניקל פון חם. און דער פסוק (בראשית י-ח) זאגט אויף נמרוד, הוא החל להיות גבור בארץ, הוא היה גבור ציד לפני ה', ער איז געווען דער ערשטער להמריד כל העולם על הקדוש ברוך הוא בעצת דור הפלגה, נמרוד איז געווען דער ערשטער וואס האט אנגעהויבן צו זיין א גיבור ציד לפני ה', ער האט מורד געווען אינעם אייבערשטען. ביז דעמאלטס האט זיך קיינער נישט געטרויעט. נח האט נאך דעמאלטס געלעבט, ער האט מיטגעהאלטן דעם מבול, און פון דעסטוועגן דאך האט נמרוד ממריד געווען.
עס שטייט אין פסוק נאכדעם, ותהי ראשית ממלכתו בבל וארך ואכד וכלנה בארץ שנער, מן הארץ ההוא יצא אשור, אשור איז אוועקגעגאנגען מן הארץ ההוא, און ער האט זיך אויפגעבויעט די שטאט נינוה, ואת רחובות עיר ואת כלח. טייטשט רש"י, אשור האט געזעהן אז זיינע קינדער גייען קאליע ווערן דא ביי נמרוד. נמרוד איז דאך א גיבור ציד, ער איז ממריד אינעם אייבערשטען. ווי אזוי קען איך ערציען מיינע קינדער, ווען איך בין דא נעבן א נמרוד וואס איז ממריד אינעם אייבערשטען, כיון שראה אשור את בניו שומעין לנמרוד, ומורדין במקום לבנות המגדל, זיי ווילן מיטהאלטן מיט נמרוד, יצא מתוכם (ב"ר לז-ד), האט ער איבערגעלאזט נמרוד, און ער איז אוועקגעגאנגען אויף אן אנדערן פלאץ, און דארט האט ער אויפגעבויעט פרישע שטעט. איינס איז געווען נינוה, רחובות עיר, כלח, רסן, פיר אנדערע שטעט האט ער אויפגעבויעט פאר זיין משפחה.
עס איז א געוואלדיגער מוסר השכל, ער האט געזעהן אז עס דרייט זיך ארום א רשע, א נמרוד, וואס החל להיות גבור ציד לפני ה'. ווי אזוי קען איך האלטן מיינע קינדער אין אזא פלאץ, איך מוז אוועקגיין פון דא. איך מוז גיין אויף א פלאץ וואס עס וועט זיין נאר ערליך, מיינע קינדער זאלן נישט זעהן קיין נמרוד. איך דארף אנהייבן צו פירן אן ערליכע שטאט. עס איז נישט געווען אזוי ווי היינט, אז ער גייט וואוינען פון איין פלאץ אויף אן אנדער פלאץ, עס איז געווען נאך א מבול, די וועלט איז געווען חרוב. אז ער איז אוועקגעגאנגען ערגעץ אנדערש, איז טייטש, אז ער איז ארויסגעגאנגען ערגעץ אין א מדבר, אין א פלאץ וואס עס איז נישט געווען גארנישט, און ער האט געמוזט אנהייבן צו בויען א פרישע שטאט וכדומה, און ער האט אויפגעבויט פיר שטעט פאר זיינע דורות שפעטער, אז זיי זאלן נישט נאכגיין נאך נמרוד.
אשור איז געווען דער ערשטער וואס האט געבויט א שטאט לשם שמים. יעדער איינער איז נאכגעגאנגען נאך נמרוד, און ער האט געזעהן אז עס טויג נישט, ער גייט מאכן אן עקסטערע מדינה פאר זיך, און דארט גייט ער זיך האלטן ערליך. אשור איז געווען דער ערשטער וואס איז ארויסגעגאנגען פון די שטאט, כדי זיך אפצוטיילן פון נמרוד. די ערשטע שטאט וואס ער האט געבויט איז געווען נינוה, ויבן את נינוה, ער האט געבויט נינוה. נינוה איז געווען א שטאט וואס מען האט געבויט לשם שמים, מען האט עס געבויט ערליך, מען האט עס געבויט ווייל מען האט זיך געוואלט אפטיילן פון נמרוד. א זיידע לייגט אריין א קדושה אויף א פלאץ אז עס זאל זיך האלטן ערליך, האט עס זיך אנגערופן טויזנטער יאר שפעטער ביי די מעשה פון יונה. ווען נינוה זינדיגט, זאגט דער רבונו של עולם, איך קען נישט לאזן אז זיי זאלן זינדיגן, איך גיי שיקן יונה הנביא זאל זיי מוכיח זיין אויף זייערע חטא, אפשר וועלן זיי תשובה טון. אויף קיין שום מקום האט דער אייבערשטער נישט געשיקט א נביא זאל מוכיח זיין. אשור, וואס איז ארויסגעגאנגען זיך אפטיילען פון נמרוד, און ער גייט מאכן א שטאט פאר זיך כדי צו האלטן זיינע קינדער ערליך, מוז איך רחמנות האבן אויף די שטאט.
די שטאט נינוה ווערט אנגערופן אז עס איז געווען א עיר גדולה לאלקים, דאס איז געווען אן עיר גדולה וואס איז געבויט געווארן 'לאלקים', עס איז געבויט געווארן 'לשם שמים' פארן אייבערשטען. און אז מען בויט א זאך לשם שמים פארן אייבערשטען, האט דער אייבערשטער געהיטן די שטאט, אז עס זאל נישט ווערן איבערגעדרייט. און יונה איז געגאנגען זאגן נבואה, און עס האט געהאלפן די נבואה, אלע האבן תשובה געטון, פונעם מלך האבן אלע צוריקגעגעבן חמס אשר בכפיהם, און אפילו מען האט געהאט אריינגעבויט א קורה אינעם הויז, זאגט די גמרא (תענית טז.), האט מען צוווארפן דעם הויז און מען האט עס צוריקגעגעבן. אלע האבן תשובה געטון. דאס איז דער כח פון א מענטש וואס טוט א דבר טוב. ער האט נישט נאר געטון דעם דבר טוב פאר זיך יעצט, נאר יארן שפעטער, האט עס א פעולה וואס האט געהאלפן, אז נינוה איז געווען אנדערש. אין אלע מקומות האט מען נישט געשיקט קיין נביא ווען מען האט געזינדיגט, נאר אויף נינוה האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט. עס איז געבויט געווארן לשם שמים, עס איז אן עיר גדולה לאלקים, עס איז געבויט געווארן לאלקים, האט דער אייבערשטער אהין געשיקט יונה הנביא זאל זיי מוכיח זיין.
די אותיות פון 'נינוה'. איז יונה נ'. די אות נו"ן זאגט די גמרא (ברכות ד:) ווייזט אויף נפילה. פארדעם שטייט נישט קיין אות נ' אין אשרי, וועגן נפילתן של ישראל (עמוס ה-ב) ווערט נישט דערמאנט קיין נו"ן. בשעת מען האט עס א נאמען געגעבן נינוה, האט דער אייבערשטער שוין אריינגעגעבן, אז מען זאל עס א נאמען געבן נינוה. ווייל 'נינוה' איז 'נ' יונה', עס וועט קומען א צייט וואס 'נ', עס וועט זיין א נפילה דארט, און 'יונה', מען וועט שיקן יונה הנביא זאל זיי גיין מוכיח זיין אויף וואס זיי האבן געטון. ווייל א זאך וואס מען טוט ערליך, לאזט עס איבער א קדושה אויף דעם מקום, אז מען זאל עס שפעטער היטן פון הימל.
מען זעהט אז א ספר תורה קען מען שרייבן נאר מיט כתב אשורית. עס איז דא א מחלוקת אין די גמרא (סנהדרין כב.) וואס דער כתב אשורית איז. איין פשט איז, אז דאס איז א כתב פון אשור. אשור האט געשריבן דעם כתב, און דעם כתב האט מען בוחר געווען אז מען זאל שרייבן דערמיט די תורה הקדושה. פון אלע פעלקער האט מען נישט געטראפן נאר אשור, זייער כתב איז חשוב, אז מען זאל שרייבן דערמיט ספרי תורה מיט תפילין און מזוזות. יא, דער אשור איז געווען דער ערשטער וואס האט זיך אנגענומען פאר כבוד שמים, ער האט איבערגעלאזט נמרוד, און געבויט א נייע מדינה, כדי זיינע קינדער זאלן נישט נגרר ווערן נאך נמרוד, זיין כתב, האט דער אייבערשטער געזאגט, יפת אלהים ליפת וישכן באהלי שם, אז עס זאל בלייבן אינעווייניג.
מען זעהט אז אויף לעתיד שטייט (ישעיה כז-יג), ובאו האובדים בארץ אשור, והנדחים בארץ מצרים, והשתחוו לה' בהר הקודש בירושלים. נאר די אובדים פון אשור וועלן קומען, און די נדחים פון מצרים? די אובדים בארץ אשור, וועלן אלע קומען לעתיד לבוא, והיה ה' למלך על כל הארץ, ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד. נאר די אובדים בארץ אשור וועלן קומען די ערשטע. ווייל אשור איז געווען די מדינה וואס איז געבויט געווארן פאר כבוד פונעם אייבערשטען, איז די אובדים בארץ אשור, די וועלן זיין והשתחוו לה' בהר הקדש.
*
ביידע נקודות זעהט מען דא אין די פרשה. די מים האט זיך געבענקט צום אייבערשטען מער ווי אלע אנדערע ברואים וואס דער באשעפער האט באשאפן, ווייל עס איז געווען ורוח אלקים מרחפת על פני המים. אז מען דרייט זיך נעבן קדושה, עס איז נעבן א רוח אלקים, איז דאס משפיע אז אפילו א גשמי, אפילו די וואסער, האט געוואלט זיין נאנט צום אייבערשטען. אז מען דרייט זיך צווישן ערליכע יודען, מען דרייט זיך צווישן צדיקים, מען דרייט זיך צווישן חכמי ישראל, קלעבט זיך אן די קדושה וואס איז דא, און עס גייט אריבער אויפן מענטש. די מים האט קונה געווען פונעם רוח אלקים וואס איז געווען מרחפת על פני המים, איז געבליבן א שטענדיגע תשוקה פונעם וואסער צום אייבערשטען.
און די היפוך, אשור האט געזעהן אז נמרוד גייט נישט אויפן ריכטיגן וועג, און ער האט מורא געהאט אז עס וועט זיך אנקלעבן פון נמרוד אויף אים, איז ער געגאנגען, און ער האט געבויט די שטאט נינוה, און דער אייבערשטער האט געהאלטן אן אויג אויף די שטאט נינוה, אז אפילו ווען זיי האבן געזינדיגט, האט דער באשעפער געשיקט יונה הנביא, אז ער זאל זיי מוכיח זיין, אז זיי זאלן זיך צוריקקערן צום אייבערשטען.
מען לערנט זיך אראפ די חשיבות פון וואס א יוד טוט, אז עס לאזט איבער א רושם. אפילו ווען מען זעהט נישט די פירות אויף די מינוט, פון דעסטוועגן דאך בלייבט איבער א רושם של קדושה אויף שפעטער, אויף בנים ובני בנים. טויזנט יאר שפעטער נאכדעם וואס אשור האט געבויט נינוה, איז געווען די מעשה פון יונה הנביא. און דער באשעפער האט געהאט א חשבון, טויזנט יאר צוריק איז דא געווען א גוי, א בן נח, וואס האט מקדש געווען שם שמים, און ער האט געבויט נינוה, האט דער באשעפער צוריקגעהאלטן זיי זאלן נישט זינדיגן. און דאס איז א לימוד פאר אונז אויך, מען זאל גיין בדרכי התורה, זיך אפלערנען פון די וועגן פון די אבות, ווי אזוי מען דארף זיך צו פירן. און מיר זאלן זוכה זיין אלע אקעגן צו גיין משיח צדקינו, במהרה בימינו אמן.