Skip to content
צום פינטל

דער וועג צוריק

  • Noach
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א חול המועד אויספלוג

מאנטאג חול המועד איז אין שטוב אויפגעקומען א הצעה צו גיין מיטוואך צו בראנקס זאו, ווען ס'איז אומזיסט. ארויסגיין אביסל מיט די קינדער. אבער דער טאטע איז נישט געווען אין דער גיסטע. למעשה האט מען גארנישט אפגעמאכט. מיטוואך ביינאכט האט ער געטראכט אפשר וואלט מען יא געדארפט גיין. זיין ברודער האט געהאט אזא כרטיס ווי מ'קען גיין פאר פרי צו עטלעכע זאוס, נו, אפשר קען מען גיין דאנערשטיג. אבער מ'האט נאכגעקוקט, ס'נעמט נישט אריין בראנקס זאו.

שוין, מ'האט געזוכט אנדערע פלעצער. אין יעזורו האט מען געטראפן ווי מ'קען גיין פעדעל בּאוטס און ראָוינג בּאוטס, אויף א לעיק אין ניו דזשערזי. וואסער, פרישע לופט, שיפלעך, א געשמאק לכבוד יום טוב. מ'האט גערופן, מ'האט געזאגט אז די פלאץ איז אפן, מ'זאל מאכן רעזערוועישן אויפן קאמפיוטער. למעשה, מ'איז געפארן אזוי, מ'האט זיך פארלאזט אז מ'וועט זיך שוין א עצה געבן אויפן פלאץ. מ'האט זיך צוגעגרייט, א זעקל נאש פאר די קליינע, באשטעלט א טעקסי און מ'פארט.

נאכן פארן א האלבע שעה איז מען אנגעקומען צום אדרעס, א גרויסע וואסער, אביסל צו גרויס. מ'זוכט אהער אהין, ווי קען מען געפונן שיפן די דינגן. אבער דער פלאץ איז שוין פארמאכט פאר די סיזן. מ'האט זיך ארומגעקוקט, ס'איז די פלאץ פון יעזורו, אבער ס'איז עפעס נישט די פלאץ ווי מ'האט גערופן צופרי. מ'האט פראבירט נאכמאל צו רופן פאר די אדרעס. קיינער האט נישט געענטפערט. די קינדער ווארטן, די עלטערן ווייסן נישט וואס צו טון. זאל מען פשוט אהיימפארן? אינמיטן האט זיך די מאמע דערמאנט די נאמען פון די לעיק וואס יענער האט דערמאנט אויפן טעלעפאן, ״שעפער לעיק״. דער דרייווער האט געזוכט אויף זיין כלי, און געפונען די פלאץ, בערך צען מינוט אוועק פון ווי מ'איז. מ'דארף צוריקפארן א שיין שטיקל וועג.

מ'פארט. ברוך השם, מ'איז אנגעקומען צו שעפער לעיק. דאס מאל האט מען שוין געזען עפעס, וואסער, שיפלעך, יודן וואס קומען און גייען. די קינדער האבן גלייך געוואלט אנטון די לייף דזשעקעטס און אריינטאנצן אין די שיפן. אבער קודם האט מען געדארפט אויספילן א פאורם, געבן א קרעדיט קארד, א איי־די, וואס טוט מען אז מ'האט נישט געברענגט קיין איי די, נישט געזארגט, מ'האט גענומען פון א צווייטע יוד דארט. ענדליך, דער מענטש דארט האט געזאגט זיין סעיפטי דרשה, און מען האט זיך צעטיילט אין צוויי ראָוינג בּאוטס: דריי אין איינעם און פיר אינעם צווייטן, צוזאמען מיט דער צוויי־יעריגער. נאך דער גאנצער טירחה, ברוך השם, מ'איז אויפן וואסער.

זיך לערנען צו פירן דאס שיפל

דער טאטע האט גענומען די רודער און פרובירט זיך צו רירן. ער האט עפעס געדענקט ווי מען טוט עס, אבער די הענט האבן נישט געקענט כאפן גוט די זאך. ער האט געצויגן די רודער און צוריקגעברענגט, און דאס שיפל האט זיך גערוקט אביסל. די קינדער, יעדער פראבירט צו געבן זיינע עצות, ״טאטי פארקערט״, האט איין קינד געזאגט. א צווייטער האט פארגעשלאגן אריינצולייגן דעם רודער טיפער אין וואסער. דערנאך האט מען געטראכט אז אפשר זיצט מען נישט אויף די ריכטיגע וועג. ער האט געטוישט דעם פלאץ און ווידער פרובירט. יעדער האט געהאט א דעה.

ביי דער מאמע האט זיך אויך נישט גלייך אויסגעארבעט. זי האט פרובירט זיך צו דערמאנען די תנועה, יארן צוריק איז די אמאל געווען אויף אזא שיף. אבער אין די זעלבע צייט האט זי געדארפט אויפפאסן אויפן קליינער צוויי יעריגער. מ'קען נישט איינסטראפן, ווייל טאמער די שיפל דרייט זיך איבער איז דאס א סכנה. די עלטסטע טאכטער האט פארגעשלאגן איין זאך, דער אנדערע קינד האט געזאגט עפעס אנדערש, און דער טאטע האט גערופן פון די אנדערע שיף צו געבן זיינע עצות.

דער טאטע האט זיך צוזאמגענומען, קינדער האט ער געזאגט, יעדער זאל פראבירן צו זיין רואיג און שטיל, לאמיר פאוקעסן אינגאנצן צו וואס איך טו. אויב איך וועל טוישן יעדעס מאל וואס איינער זאגט עפעס, וועל איך קיינמאל נישט דערגיין וואס ארבעט. ״לאמיר פרובירן איין זאך פאר עטליכע מינוט״. ער האט געהאלטן די רודער, געמאכט א תנועה, געקוקט ווי דאס שיפל רעאגירט. דערנאך האט ער עס ווידער געטון אויפן זעלבן אופן.

אבער ס'איז נישט געגאנגן, נאך צען מינוט אזוי פראבירן, האט איינער פון א אנדער שיפל געשריגען צו אים אז מ'דארף זיצן מיט די רוקן צו דער ריכטונג וואו מען וויל פארן, און געוויזן ווי צו פירן די רודער. דער טאטע האט זיך צוגעהערט, זיך מסדר געווען און פרובירט. איינס, דערנאך נאך איינס, און דאס שיפל האט אנגעהויבן פארן פאראויס. יעצט האט ער שוין אביסל געשפירט ווי זיינע הענט פירן עס.

די קינדער האבן זיך בארואיגט. מען פארט שוין. די מאמע האט אויך אנגעהויבן זיך א עצה געבן אינעם צווייטן שיפל. דאס וואסער האט זיך אביסל געעפנט פאר זיי, זיי האבן געקענט זען איינער דעם אנדערן, צוזאמען פארברענגט אויפן לעיק לכבוד יום טוב.

אינמיטן האט דער זון געבעטן אז ער וויל אביסל דרייוון, ער וויל פרובירן צו דרייווען די רודער. דער טאטע האט געקוקט אויף אים און דערנאך אויף די רודער. די צייט איז קורץ, א גרויסע חלק פון די צייט איז שוין אוועקגעגאנגן זיך צו לערנען פארן. אויב וועט ער יעצט לאזן דעם קינד פרובירן, וועט מען מסתמא ווידער זיך דרייען און שטיין. דאך האט ער אים געגעבן זיין פלאץ. דער קינד האט גענומען די רודער, געצויגן, געשלעפט, פראבירט. די שיפל האט זיך קוים גערירט.

דער טאטע האט כמעט אויסגעשטרעקט די האנט צו צוהעלפן, אבער ער האט זיך אפגעשטעלט. ער האט אים געלאזט רואיג פראבירן אויף אלע וועגן. ער האט געטראכט אזויווי איך האב נישט ליב געהאט יעדמס עצות, יענער דארף אויך נישט דיינע עצות, לאז אים זיך לערנען אויף די אייגענע האנט. בערך צען מינוט האט דער קינד פרובירט, זיך געדרייט און זיך געמוטשעט, ביז ער האט עפעס געכאפט. א תנועה, ער האט מצליח געווען צו פירן דאס שיפל.

ער האט געקוקט אויף זיין טאטע, און ער האט זיך געפילט געשמאק. און דער טאטע איז געווען צופרידן אז ער האט אים געגעבן א פלאץ ווי זיך דערלערנען מיט א רואיגקייט. אינעם צווייטן שיפל האט אויך די מאמע געלאזט די עלטסטע טאכטער נעמען די רודער. זי האט פרובירט, און זיך אביסל דעלערנט. די געשמאק פון שפירן ווי די אייגענע פעולה רירט דאס שיפל. עס איז געווען א שמחה אין דעם נייעם עקספיריענס.

מיט דער קליינער איז געווען באזונדער שווער. זי האט נישט געוואלט רואיג זיצן, און פונקט דעמאלט האט מען זיך דערמאנט אז דער זעקל נאש איז געבליבן אויפן ברעג אין די קערידזש. מען האט געטראכט צוריקצוגיין עס נעמען, אבער מ'האט מורא געהאט אז מ'וועט זיי נישט נאכדעם צוריקלאזן אינעם שיפל. בלית ברירה איז מען געבליבן און זיך אן עצה געגעבן אויף וויפל מ'האט געקענט. דער עיקר אז די קינדער זענען ארויס מיט א גוטע געפיל, זיי האבן געטון עפעס ניי. און דער עיקר העיקרים ס'וועט זיין וואס צו דערציילן, ס'וועט זיין גוטע זכרונות.

ביים ארויסגיין איז מען געשטאנען אביסל ביים וואסער, די קינדער האבן געפלאטשקעט אביסל מיט די קראקס. די עלטערן האבן זיך אפגערוט. דער טאטע האט באמערקט א וועג וואס גייט אריין צווישן די ביימער, ער האט געפרעגט איינעם, יענער האט געזאגט אז ס'פירט ארום די לעיק. ער האט פארגעשלאגן פאר די קינדער א קליינע הייק, מ'גייט ארום גיין די גאנצע וואסער און טרעפן די מאמע מיט די צוויי יעריגן, אפווארטן אויף זיי.

דער וועג וואס האט געפירט טיפער

זיי זענען אריין אינעם טרעיל. אין אנהייב האט מען נאך געקענט זען דאס וואסער פון דער זייט, און דער שפאציר איז געווען געשמאק. דערנאך האט זיך דער וועג געדרייט אריין אינעם וואלד. דער טאטע האט געטראכט אז ווייטער וועט עס צוריקקומען צום לעיק. ביי א צעטיילונג האט ער אויסגעוועלט דעם וועג וואס האט אים אויסגעזען ריכטיג און ווייטער געגאנגען. ״ווען קומען מיר שוין אן?״ האט א קינד געפרעגט. ״באלד״, האט ער געענטפערט. אבער נאך דעם דריי איז געווען נאך א שטיקל וועג, און דאס וואסער האט מען שוין נישט געזען.

ער איז געווארן אומזיכער צו מ'קען טאקע ארומגיין פון דא. איין קינד האט פארגעשלאגן אז מ'איז שוין געגאנגן ביז דא זאל מען שוין גיין ווייטער, מסתם קומט מען שוין באלד אן. מ'איז שוין אמאל דורכגעגאנגען עפעס ענליך. עס איז געווען שווער זיך צוריקצודרייען ווען ס'קען זיין יעדער רגע אז מ'ענדיגט שוין, אט אט איז דער ארויסגאנג. אזוי איז מען געגאנגען א שיין שטיקל וואלד, ביז דער טאטע האט זיך אפגעשטעלט. יעצט האט ער פארשטאנען אז ער ווייסט נישט וואו מען איז.

אזוי קלעטערנדיג האט מען געהערט מאטארן. צוויי איי־טי־וויס האבן דורכגעשמועסן דארט דעם וואלד פארנדיג אויף דעם טרעיל. זיי האבן שנעל געגעבן א שפרינג צו די זייט פונעם טרעיל. די דרייווערס האבן געהאט העלמעטס און די ריכטיגע קליידער, דער טאטע האט געטראכט אז זיי זענען נישט קיין אידן. זיי האבן זיך אפגעשטעלט און פארנט פון זיי, איינער האט אויפגעהויבן דעם העלמט פונעם פנים, און מ'האט געזען א היימישע חסידישע. דער צווייטער איז אויך געווען א חסידישער בחור.

מען האט זיך באגריסט מיט ״א גוטן מועד״, און דער טאטע האט געפרעגט ווי מען קומט צוריק צו די שיפלעך. ער האט מסביר געווען אז ער האט געהאפט ווייטער צו גיין ארום דעם לעיק. די בחורים האבן געזאגט אז דער טרעיל גייט טיפער אריין אינעם וואלד. מען דארף זיך אומדרייען און צוריקגיין דעם וועג וואס מען איז געקומען. זיי האבן מסביר געווען וואו צו גיין און אויף וועלכן דריי מען דארף אכטונג געבן. דער טאטע האט ווידער געפרעגט כדי זיכער צו זיין אז ער פארשטייט, און די בחורים זענען ווייטער געפארן.

ער האט זיי נאכגעקוקט. זיי זענען איבערגעשפרינגן איבער שטיינער און ווארצלען. דער בחור האט געהאלטן דעם קידאן פעסט, געגעבן געז, און געגאנגן, אריבער. די רעדער זענען אריבער. דער צווייטער איז געקומען נאך אים און אויך אריבער. אין אפאר רגעים האט דער קול פון די מאטארן זיך פארלוירן צווישן די ביימער, און די משפחה איז געבליבן אויפן וועג.

יעצט דארף מען צוריקגיין. די קינדער זענען נישט געווען צופרידן. דעם גאנצן וועג וואס מען איז געגאנגען, נאך א מאל? דער טאטע האט פשוט געזאגט אז ער האט געמאכט א טעות. ער האט געמיינט אז דער וועג גייט ארום דעם וואסער, און למעשה האט עס זיי געפירט טיפער אריין. מען האט זיך אפגערוט, געטרונקען פון די וואסער באטעל וואס מ'האט מיט געברענגט, און זיך צוזאמגענומען די שטארקייט און זיך ארומגעדרייט. אויפן וועג צוריק האט מען אפאר מאל גענומען א נישט ריכטיגע דריי, און געדארפט צוריקגיין און נאכקוקן. יעדער האט שוין גוט געשפירט דעם גאנצן טאג אין די פיס.

די טאטע האט אויסגעלערנט פאר די קינדער אז ווי מער מ'האט סימנים, ווייסט מען בעסער ווי צוריק צו גיין. בשעתן גיין האט דער טאטע אריינגעטראכט, וואס איז אזוי דער גרויסער תענוג פון פארן מיט איי־טי־וויס? וואס האט מען פון א וועג פיל מיט שטיינער און ווארצלען. מיטאמאל האט ער געכאפט א פאפ. דוקא די שטיינערנע וועג גיט זיי א כוח ארויסצוברענגן זייערע כוחות. מ'זעט א שטיין, מ'שטעלט די ריכטונג, און מען געבט א פאר איבער דעם. מ'טרעפט א ווארצל און מ'געפינט א וועג ווי אזוי אים אריבערצופארן. מען האלט אן פעסט, און דער מאשין פאלגט. יעדעס שטיקל וואס מען איז אריבער גיט נאך א טעם אין דער אייגענער יכולת.

ער האט זיך דערמאנט אינעם שיפל. אין אנהייב האט יעדע תנועה וואס איז נישט געלונגען געמאכט שווער. ווען ער האט עס געכאפט, איז געווען א תענוג אין דער הנהגה אליין. ער האט געצויגן און דאס שיפל איז געגאנגען אויף פאראויס. ער האט פארראכטן און עס האט זיך געדרייט. און די תענוג פון זיין זון, ער האט צען מינוט פרובירט און ענדליך געכאפט. די שמחה אויף זיין פנים אז ער האט אליין מצליח געווען.

דער טאטע איז געווען שטארק צופרידן אז ער האט נישט גלייך צוריקגענומען די רודער. לאזן א קינד פרובירן מיינט מסכים זיין אז דאס שיפל וועט זיין סטאק פאר עטליכע מינוט. דער קינד זוכט נאך. ער דארף צייט צו קענען שפירן די זאך אין די אייגענע הענט.

ער האט אנגעהויבן צו זען אנדערש די וועג ביז די שיפלעך. דער פארמאכטער פלאץ, דער טעלעפאן וואס מען האט נישט געענטפערט, אלעס איז געווען א טירחה. אבער אינמיטן דעם אלעם האט מען געטון, מ'האט דורכגעבראכן די שוועריגקייטן. די תענוג פון אליינס דורכברעכן א זאך. ער האט געשפירט א סיפוק אין דעם וואס מ'האט דורכגעארבעט כדי אנצוקומען.

גיין דעם וועג צוריק

אויך דא אין וואלד, אויפן וועג צוריק, איז געווען וואס צו טון: מ'דארף כח צו גיין נאכן דורכפאלן מיטן פלאן. נאכקוקן די סימנים ווי מ'דארף צוריקגיין. צומאל איז מען זיך טועה און מ'גייט נאכמאל בטעות נישט ריכטיג. מ'ריט זיך אפ און מ'גראד זיך פריש אויס. יעדעס שריט אין דער ריכטיגער ריכטונג, ברענגט זיי אביסל ווייטער ארויס פונעם וואלד.

פלוצלינג איז אים ארויפגעקומען א מחשבה אויף תשובה. א מענטש דערקענט אז ער האט געמאכט א טעות, ער ווערט נתעורר, פון יעצט גיי איך גיין אויף די גוטע וועג. תשובה איז נאר א קער. אבער, דא קומט א גרויסע אבער. אבער במציאות ביסטו טיף טיף פארקראכן, ריכטיג די דרייסט זיך צוריק, אבער ס'איז א שווערע עבודה די גאנצע וועג צוריק. ער שטייט נאך אויפן פלאץ וואו דער אלטער וועג האט אים געברענגט.

זיי קענען נישט יעצט אנהייבן פון אנהייב די גוטע וועג, פון דעם אליינס אז זיי האבן מכיר געווען אז זיי גייען נישט ריכטיג. ווייל זיי האבן באשלאסן אויפצוהערן צו פארבלאנדזשען. מציאות איז מציאות. פארבלאנדזשט איז פארבלאנדזשט. קודם דארף מען צוריקגיין דעם גאנצן מרחק וואס מ'איז געגאנגען אויפן וועג אריין. נאר נאכדעם וואס מען וועט ארויסקומען, וועט מען קענען אויסוועלן א נייעם וועג.

א מענטש איז איינגעוואוינט אין זיינע הרגלים, ער האט פארנאכלעסיגט זאכן, מקלקל געווען ענינים, עס איז דא מענטשן וואס ער דארף מפייס זיין. ער טוט תשובה, זיין רצון איז שוין געווארן גוט, אבער די מציאות איז מציאות. יעצט פאנגט זיך ערשט אן די עבודה, צו ברענגן די תשובה צום מציאות, מ'דארף דאס צוריקברענגען צום לעבן.

ס'איז שווער דאס מקבל צו זיין. דער מענטש וויל שוין זיין ערגעץ אנדערש, אבער ס'איז נישט דא קיין ברירה. דא ביסטו. ער דארף נאך ארבעטן אויף אלעס וואס איז געווארן פארדרייט. מ'דארף אסאך כוח תשובה צו טון, זיך האלטן ביים באשלוס פון תשובה, און זיך דערהאלטן ביים צוריקגיין די גאנצע וועג, ביים צוריק גיין און פאררעכטן איין זאך נאכן צווייטן.

אזוי אינמיטן זיך צוריק שלעפן און שמועסן מיט די קינדער, האט מען אנגעהויבן זינגען צוזאמען דעם באקאנטן ניגון פון ר׳ יום טוב ערליך: ״לאמיר זיך אומקערן יודעלעך צוריק צום ריכטיגן וועג״. איינער האט אנגעהויבן, און די אנדערע האבן זיך צוגעכאפט. די קולות האבן זיך געהערט צווישן די ביימער, און מען איז געגאנגען און געזונגען. יעצט האבן די ווערטער א ממשות׳דיגע טעם. מען האט זיך שוין אומגעדרייט, אבער מען דארף נאך גיין דעם וועג צוריק.

די קינדער זענען געבליבן מיד, אבער צוזאמען גיין איז געווארן אביסל גרינגער. איינער האט געזונגען הויך, א צווייטער האט אביסל מיטגעזונגען, און א דריטער האט זיך צוגעהערט. די פיס האבן געטון זייער ארבעט, און דער ניגון האט געגעבן הארץ צו טראגן דעם וועג. דער טאטע האט געטראכט ווי טייער דאס איז פאר א בעל תשובה. אמאל ווייסט ער שוין אז ער האט געמאכט א טעות, און אלעס וואס פעלט אים יעצט איז כוח צוריקצוקומען: איינער וואס זאל גיין מיט אים, אביסל געדולד, א ווארט וואס זאל אים געבן חיות.

ווידער האט ער זיך דערמאנט פונעם בחור וואס פליט מיט זיין מאשין איבער די שטיינער, בערגלעך, ווארצלך אין וואלד. עפעס א תענוג איז דא מיטן איבערקומען שוועריגקייטן. אויך דא אויפן וועג צוריק קענען אונז פארזוכן אביסל פון דעם תענוג. ברוך השם מ'איז איבערגעקומען איין זאך און נאך א זאך. איין זאך האט מען פארראכטן, איין הרגל הייבט זיך אן זיך טוישן, נאך א שטיקל פונעם נישט ריכטיגן וועג, איז שוין פון הינטער אים. עס איז נאך דא וואס צו גיין, אבער ער שפירט אז זיינע מעשים ברענגען אים באמת צוריק.

מען האט ווייטער געזונגען. דער טאטע האט שוין נישט צוגעזאגט אז ביים קומענדיגן דריי וועט מען אנקומען. ער האט נאכגעקוקט דעם וועג, געהאלפן וואו מען האט געדארפט און געגאנגען מיט זיין משפחה. ענדליך האט מען געזען דאס וואסער צווישן די ביימער. איין קינד האט אויסגערופן אז ער זעט דעם לעיק, און מען האט אביסל צוגעאיילט די טריט. נאך אפאר שריט, און מען איז ארויסגעקומען צום באקאנטן פלאץ ביי די שיפלעך.

ברוך השם. מען האט זיך אראפגעזעצט זיך אפרוען, און דער טאטע האט געקוקט אויפן וועג פון וואו מען איז ארויסגעקומען. יעצט קען מען אויסוועלן וואו צו גיין. ער האט געהערט ווי איין קינד זינגט נאך שטיל דעם ניגון, און האט שטיל מיטגעזונגען.

More in this printout

View the whole printout