אין פרשת נח לערנט מען פון די 'תיבה' אין א וועלט וואס איז פארפלייצט. אינדרויסן שטייגן די וואסערן, און אינעווייניג אין דער תיבה ווערט דאס לעבן אפגעהיטן. די תיבה האט גרעניצן, זי האט א אינעווייניג, א פלאץ וואו מ'קען אריינקומען. 'תיבת נח' אין די ספרים הקדושים איז א משל אויף אלעס וואס מ'קומט אריין אין דעם אינגאנצן. 'תיבה' מיינט אויך א ווארט, א ווארט פון תורה און תפלה וואס מ'קומט אריין אין דעם אינגאנצן. ״בא אתה וכל ביתך אל התבה״. דער מענטש דארף אריינקומען אינגאנצן אין די ווערטער פון תורה ותפלה (בעל שם טוב על התורה, פרשת נח, בענין ״צהר תעשה לתבה״).
א מענטש זאגט די ווערטער פון תפילה, אבער ער אליין איז פארכאפט אין אנדערע פלעצער. זיין מויל איז דא, אבער זיינע כוחות זענען צעשפרייט צווישן זיינע געשעפטן און דאגות. כדי אריינצוקומען אין די ווערטער, דארף ער קודם אריינקומען אין זיך אליין. זיך צוזאמנעמען, געבן אביסל פלאץ צווישן זיך און צווישן זיין ארום, נאכדעם וועט ער קענען נעמען דעם זיך, און אריינברענגן אין די ווערטער אריין.
דער מענטש איז מקושר א גאנצע צייט מיט זיין ארום. ער הערט מענטשן, זעט וואס טוט זיך, זארגט פאר משפחה, ארבעט, פרנסה. יעדע זאך וואס קומט אריין, נעמט א פלאץ אינעם נפש. די נפש איז א גאנצע צייט מקושר צו זאכן ארום ארום. צומאל שפירט מען ווי שטארק א זאך כאפט אן דעם מענטש. ווי שטארק א זאך נעמט ארום. צומאל איז עס עטליכע זאכן. צומאל באמערקט מען אפילו נישט ווי די נפש גייט פון איין פלאץ צום צווייטן, און טראגט מיט זיך טיפע קשרים צו די ארום. אפילו ווען ער איז שוין ערגעץ אנדערש, בלייבט ער פארבונדן מיט וואס ס'איז געווען פריער.
ס'איז דא א פשוטע כוח: געבן פלאץ צווישן איין זאך און די צווייטער. צווישן זיך און די סביבה. צווישן דעם 'איך', און די זאכן מיט וואס איך בין פארנומען. איך קען זיך פארבינדן מיט זיי, נעמען אחריות, געבן פון מיינע כוחות. אבער איך קען אויך פאר א וויילע זיי אפלאזן. די זאך איז נאך דא, אבער יעצט לאז איך אפ מיין אחיזה דערין. יעצט קען איך דערקענען וואו איך בין, און אויסוועלן צו וואס זיך צו ווענדן.
מ'זעט א קליין קינד אנכאפן א זאך און אפלאזן, זיך ווענדן צו זיין מאמע און דערנאך צו עפעס אנדערש. ער באגעגנט וואס עס איז ארום אים, קומט נענטער, ער איז זיך מקשר, און גייט צו די נעקסטע זאך. דורך די פשוטע באגעגענישן בויט זיך ביי אים אויף די הכרה פון זיין זיך, און זיין סביבה. ער לערנט זיך צו אונטערשיידן צווישן זאכן, אונטערשיידן צווישן זיין זיך און זיין ארום. און מיט דער צייט אויך פארשטיין די ווערטער מיט וואס מען רופט זיי.
ווען דער מענטש ווערט עלטער, ווערט אלעס מער קאמפליצירט. ער האט מחשבות, ידיעות, תפקידים און דאגות, און עס ווערט שווערער צו זען דעם פשוטן שורש אונטער אלעם. אבער אויך יעצט איז זיין נפש זיך מקשר און לאזט אפ, קומט נענטער און טרעט צוריק. צומאל בלייבט פארכאפט אין עפעס און קען עס נישט אפלאזן. ער שפירט ווי ער מוז ווייטער טראכטן דערפון. ווען ער דערמאנט זיך אין דעם פשוטן כוח, עפנט זיך אביסל פלאץ, ער כאפט די געבוי פונעם מענטש, מקשר צו זיין און אפלאזן.
איך שטיי פאר דיר
מען קען דאס שפירן בשעת' דאווענען. א מענטש שטייט פאר השם יתברך, אבער זיין נפש האלט נאך אן זיין ארבעטער. ער ציט אים ער זאל טון אזוי און אזוי, אין זיין מוח ענטפערט ער אויף זיינע טענות, ער טראכט ווי צו ברענגען אים צו טון וואס ער וויל. דער ארבעטער איז נישט דא, דאך האט ער א גאר א שטארקע אחיזה אין אים. דער מענטש שפירט די משיכה, ווי ער וואלט יעצט געשטאנען פנים אל פנים מיטן ארבעטער און פרובירט אים צו פירן.
דערנאך קומט די משיכה צו נייעס, חדשות. ער וויל וויסן וואס איז געשען, וואס מען זאגט און וואס וועט זיין ווייטער. דערנאך קומט די דאגה פאר די קינדער: ווי וועט זיך דער א עצה געבן, און וואס וועט זיין מיטן צווייטן? יעדע זאך ציט. עס איז דא אהבה, אחריות, פחד, מחשבות וואס לויפן פון זיך אליין. ער שטייט אינעם דאווענען, און זיין גאנץ לעבן קומט מיט אים און כאפט אים אן פון אלע זייטן.
און, מיטאמאל, פאר א רגע, געבט ער אלעס א לאז אפ. ער לאזט אפ דעם ארבעטער, די נייעס, די דאגות און די חשבונות. ער דארף נישט יעצט מסדר זיין. פאר א רגע נעמט ער צוזאם זיינע כוחות: איך בין דא. פון דעם פלאץ ווענדט איך זיך צו דיר: רבונו של עולם, איך שטיי פאר דיר. אלעס איז נאך דא, מ'דארף זיך נאך אפגעבן מיט זיי. אבער אין דעם רגע לאז איך אלעס אפ, איך לאז אויס מיין אחיזה אין זיי. אין די נפש ווערט אביסל פלאץ צו שטיין פאר השם יתברך.
א רגע שפעטער קומט אלעס צוריק און פארפלייצט אים. די מחשבות גייען צוריק צום ארבעטער, די דאגות פון די קינדער קומען ארויף, ער ווערט ווידער געצויגן צו אלעס וואס האט אים פארנומען פריער. און, ווידער, פאר א רגע געבט ער א לאז אפ אלעס: איך שטיי פאר דיר. אזוי איז די סדר התפילה. ער געבט זיך א כאפ און לאזט אלעס אפ פאר א רגע. נאכדעם ווערט ער נאכאמאל פארפלייצט, און דערנאך ווידער צוריק. יעדע צוריקקומען איז א ממשות. אפילו עס האט געדויערט נאר א רגע, אין דעם רגע איז ער געווען דא און האט זיך געוואנדן צו השם יתברך.
אמאל טראכט דער מענטש, אז אויב אלעס איז צוריק, האט ער גארנישט אויפגעטון. אבער דאס צוריקקומען אליין ווייזט אז ס'איז דא אין אים א פלאץ וואו ער קען צוריקקומען. ער הייבט אן דערקענען די תנועות הנפש: יעצט בין איך פארכאפט, און יעצט לאז איך אפ. ער דארף נישט ווארטן ביז זיין גאנץ לעבן ווערט מסודר כדי צו שטיין בתפילה. אינמיטן אלעס, קען ער פאר א רגע אפלאזן, קומען צו זיך און זיך ווענדן צו השם יתברך.
אריינקומען אין א גאנצע וועלט
און אזוי קומט מען אריין אין די ווערטער, 'בא אל התיבה'. איידער מ'קען אריינקומען אין די ווערטער פון תפילה, דארף מען קודם צוריקקומען צו זיך. ווען דער מענטש איז צעשפרייט צווישן אסאך זאכן, איז שווער צו אריינלייגן דעם זיך אין די ווערטער. ווען ער נעמט זיך צוזאמען, קען ער נעמען דעם זיך, מיט זיין דעת און הרגש, און אריינברענגן אין די תיבות. ער הייבט אן שפירן ווי ברייט יעדע ווארט איז. ווי יעדע ווארט איז וועלטן, ער שפאצירט אריין אין זיי, ער שפירט וויפיל לעבן עס ליגט דערין.
״אתה חונן לאדם דעת״, פאר א רגע שפירט ער די דעת פון די בריאה. די וועלט לעבט אויף דעת. א בריאה נפלאה, א ריזיגע עולם וואס הייסט דעת. מענטשן פארשטייען, מענטשן זענען מבדיל, מ'וועגט אפ, מ'איז שוקל, און מ'באשליסט. איינער האט די זכיה אז זיין דעת ווערט נתגלה אין בית מדרש. א צווייטער אינדערהיים. דער דריטער ביי זיין פרנסה. א בעל מלאכה זעט וואו עפעס שטייט נישט ווי עס דארף צו זיין. איינער הערט אויס זיין חבר און פארשטייט וואס ער וויל. די דעת שטעלט אוועק דאס לעבן פונעם מענטש.
ער זעט א הויז וואס ווערט געבויט, א וועג וואס ווערט געמאכט, און סחורה וואס גייט פון איין פלאץ צום צווייטן. וויפיל מחשבה און פארשטאנד ליגט אין יעדע זאך. אפילו אין א פשוטער פעולה ליגט אזויפיל דעת: דער מענטש ווייסט וואס אנצוכאפן, וואו עס אראפצולייגן, ווען אנצוהייבן און ווען אויפצוהערן. אין דעם רגע ממש, איבער דער גאנצער וועלט, לעבן די גאנצע מענטשהייט מיט די דאזיגע ריזיגע מתנה וואס הייסט דעת. ער שפאצירט אין די בריאה פון דעת וואס השם יתברך האט געגעבן אין דער וועלט. און פון דארט איז ער מתפלל פאר דעת.
אלע צעשפרייטע זאכן הייבן אן זיך צוזאמצונעמען. לערנען, פירן א שטוב, מלאכה, מסחר, אלעס ווערט איין גרויסע ענין וואס הייסט 'דעת'. ער שפירט די דעת וואס פארשפרייט זיך אינעם לעבן פון דער וועלט, ביי יעדן לויט זיין ענין. מיט דעם הרגש זאגט ער ״אתה חונן לאדם דעת״. דו גיבסט דאס אלעס. יעצט האט די תיבה ״דעת״ א ברייטקייט אין זיין נפש. ער קומט אריין דערין און בעט אויך זיין אייגענעם חלק אין דער גרויסער מתנה.
ער זאגט 'השיבנו', ער קומט צו תשובה, ער שפירט עס פאר א ריזיגע מציאות, א ריזיגע וועלט. נישט נאר אין רוחניות. אלעס וואס קומט צוריק צו פאררעכטן. ווי ריזיג איז דאס אין די גאנצע בריאה. איינער האט געמאכט עפעס וואס איז נישט גוט אויסגעקומען, ער גייט צוריק זיך מתבונן זיין. דא האט ער נישט ריכטיג פארשטאנען, דא האט ער זיך צו שטארק געאיילט, און דא איז ער נישט געווען גענוג נזהר. ער לערנט זיך פון ניסיון חיים, ער ענדערט זיך פון יעצט און ווייטער. איבעראל גייען מענטשן צוריק צו זייערע מעשים, דערקענען וואס ס'דארף א תיקון און פרובירן צו טון בעסער. תשובה איז וועלטן, ער שפאצירט ממש אריין אין תשובה אריין.
מען זעט דאס ביים בויען, מסחר, ביים פירן א שטוב. נאך א מלחמה. ביי אלעס. מ'גייט צוריק, מ'קוקט וואו מען איז נישט געווען גענוג נזהר, וואס מען האט נישט געזען און וואס מען קען זיך לערנען. א טאטע טראכט איבער עפעס וואס ער האט געזאגט פאר זיין זון, אפשר וואלט איך געדארפט רעדן אנדערש. איינער דערמאנט זיך ווי ער האט זיך געפירט מיט זיין חבר און וויל עס פאררעכטן. דאס לעבן איז פול מיט אזעלכע תנועות פון צוריקקומען: מען קוקט צוריק, מען געפינט דעם טעות און מ'פרובירט אוועקצושטעלן די זאך ווי עס דארף צו זיין.
ער שפאצירט אין די וועלטן פון תשובה. אזא ריזיגע תשובה וועלט האט דער אייבישטער באשאפן. א מתנה פארן מענטש א מעגליכקייט צוריקצוקומען פון יעדע זאך. נאך התרחקות, קען קומען התקרבות. נאך רגילות, קען מען זיך אויס מרגיל זיין. ס'איז פון יעדע זאך דא א מהלך פון צוריק. אזא מעכטיגע זאך האט דער אייבישטער באשאפן אין זיין בריאה. פון די ריזיגע וועלט פון תשובה, דאווען איך ארויס אויף מיין תשובה. בגשמיות ולהבדיל אלפי הבדלות ברוחניות.
אזוי הייבט מען אן שפירן אז א ווארט, א תיבה, איז א גאנצע וועלט. א ענין וואס לעבט און ארבעט אין אלעס, אלע צעשפרייטע חלקים נעמען זיך צוזאם צו איין גרויסער בריאה. די תיבה פון תפילה ווערט א ברייטער פלאץ פאר זיין נפש, א פלאץ וואו ער קען אריינקומען און שטיין פאר השם יתברך.
און צומאל איז ער אינדערווייניג נאר פאר א רגע. די ברייטקייט אין די ווארט עפנט זיך פאר אים. דערנאך קומען די דאגות צוריק, און מ'פליט צוריק ארויס. און, ער לאזט זיי ווידער אפ, נעמט זיך ווידער צוזאם, קומט צוריק צו וואס זיין מויל זאגט. די עבודה קען זיך איבערחזרן אסאך מאל אין איין תפילה. יעדעס מאל איז דא א נייע אריינקומען, לויט זיין כוח אין יענעם רגע. אמאל שפירט ער אסאך, און אמאל איז דא נאר א פשוטע פנייה: רבונו של עולם, איך שטיי פאר דיר.
געבן פלאץ אינעם לעבן
דער זעלבער כוח רירט אויך אן דאס איבעריגע לעבן. ער קומט אהיים נאך דער ארבעט. זיין גוף איז אינדערווייניג אין שטוב, אבער ער איז נאך אינדרויסן אין די געשעפטן. זיין משפחה רעדט צו אים, און ער הערט די טענות און חשבונות וואס פארפלייצן אים פון אינדרויסן. דא דארף מען אביסל פלאץ. ער טיילט זיך אפ, ער לייגט אוועק פאר א רגע זיינע געשעפטן: יעצט בין איך אין שטוב. מיין משפחה איז דא, דא וויל איך זיין.
צווישן איין באגעגעניש און דער צווייטער. ער האט זיך אויסגעטענה׳ט מיט א קינד, יעצט קומט א צווייטע קינד. אויב ער האלט נאך דעם ערשטן כעס, באגעגנט ער דעם צווייטן דורך דעם ערשטן. געב אביסל פלאץ, קום צוריק צו זיך, און זע ווער עס שטייט יעצט פאר דיר. אין וועמענס וועלט קומסטו יעצט אריין. ער הערט די צער פון א חבר. ער קומט נענטער, ער שפירט מיט, אבער ער האלט זיך אין זיין אייגענע תיבה. ער האלט זיך א פלאץ פון וואו ער קען טראכטן ווי צו העלפן. דער פלאץ גיט אים כוח צו זיין נאנט און זיך פירן מיט דעת.
דאס לערנט מען זיך פון די תיבה ביי די מבול. אין א וועלט וואס שטראמט ארום אונז, האט דער מענטש א כוח צו בויען אן אינערליכע פלאץ און צוריקקומען אהין. ער איז זיך מקשר מיט זיין סביבה, און לאזט איר אפ פאר א וויילע, כדי זיך צוזאמצונעמען צו זיך. פון דארט קען ער ווידער זיך ארויסלאזן צום לעבן, צו די משפחה, ארבעט, און אזוי ווייטער. ער ברענגט אריין אין תפילה זיין זיך, שפירט די ברייטקייט פון די ווערטער, די עולמות, און דארט שטייט ער פאר השם יתברך.