אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו אֶת הָאֱלֹקִים הִתְהַלֶּךְ נֹחַ. (ו' ט') רש"י בְּדֹרֹתָיו: וְיֵשׁ שֶׁדּוֹרְשִׁים אוֹתוֹ לִגְנַאי: לְפִי דוֹרוֹ הָיָה צַדִּיק, וְאִלּוּ הָיָה בְּדוֹרוֹ שֶׁל אַבְרָהָם לֹא הָיָה נֶחְשָׁב לִכְלוּם (סנהדרין ק"ח ע"א). עס איז דא די באוואוסטע קשיא פארוואס דארף מען ברענגען די גנאי פון נח? אויך דארף מען פארשטיין א פלא אז ביי נח שטייט ער איז געווען א צדיק אבער מען זעהט נישט אז די תורה זאל שרייבן אויף די אבות הקדושים ווי ביי וְאֵלֶּה תּוֹלְדֹת יִצְחָק, אֵלֶּה תֹּלְדוֹת יַעֲקֹב, אז זיי זענען געווען א צדיקים? נאר מען קען זאגן אז אין אלע דורות וואס די דורות זענען געווען אסאך יראי ה' און נישט צופיל מושחתים, האט מען געזען אויפן פנים פון די אבות הקדושים אז זיי זענען צדיקים און ווען מען האט נאר געקוקט אויפן פנים פון די אבות האט דאס מעורר געווען צו תשובה ווייל מען האט געזען אז זיי זענען צדיקים, דעריבער דארף די תורה נישט זאגן אז זיי זענען געווען צדיקים ווייל מען האט אליין געזען, אבער אין דור פון נח וואס שטייט כִּי הִשְׁחִית כָּל בָּשָׂר אֶת דַּרְכּוֹ עַל הָאָרֶץ, און געווען מלאה הארץ חמס האבן די דור נישט געקענט זען אויף נח אז ער איז א צדיק זייענדיג אזוי פארגרעבט, ממילא זייער קוקן אויף נח האט זיי נישט מעורר געווען צו תשובה דעריבער האט די תורה געמוזט מודיע זיין אז נח איז געווען א צדיק אבער נאר אין זיין דור אבער בדורו של אברהם לא היה נחשב לכלום דאס מיינט דארטן וואלט מען נישט געדארפט שרייבן אויף נח אז ער איז א צדיק ווייל מען וואלט אליין געזען אויף זיין פנים אז ער איז א צדיק, קומט אויס אז דאס איז נישט א גנאי! און דעריבער האט נח עוסק געווען אין בויען התיבה 120 יאר כדי מען זאל אים פרעגן און ער וועט זאגן אז ער איז א צדיק און מען דארף זיך מתחבר זיין מיט א צדיק און אזוי וועלן זיי תשובה טאהן. (אגודת אזוב מובא בהסכמת הרה"ק מסטריקוב והרה"ק מאלכסנדר) לפ"ז קען מען שיין מסביר זיין וואס רש"י פרעגט ד"ה הָאֱלֹקִים הִתְהַלֶּךְ נֹחַ: פארוואס ביי אַבְרָהָם שטייט (להלן כד מ): "אֲשֶׁר הִתְהַלַּכְתִּי לְפָנָיו"? נאר מען קען דאס פארשטיין ווייל ביי אַבְרָהָם האט מען געזען אז ער איז א צדיק און אז דער אויבערשטער גייט פאראויס מיט אים, און דעריבער האבן מענטשן תשובה געטאן ווען זיי האבן אים אנגעקוקט, אבער נח האט געדארפט מגלה זיין און זאגן אז עס איז דא א ג-ט וואס גיט שכר ועונש, דאס מיינט אֶת הָאֱלֹקִים הִתְהַלֶּךְ נֹחַ, נח האט געמוזט אנטפלעקן אֱלֹקִים פאר די מענטשן. (שמח זבולון תשפ"ד)
ווי אזוי האט זיך נח געראטעוועט פון די מבול?
אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו: (ו' ט) זאגט רש"י אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק וכו' לִמֶּדְךָ שֶׁעִקַּר תּוֹלְדוֹתֵיהֶם שֶׁל צַדִּיקִים מַעֲשִׂים טוֹבִים, דעריבער שטייט נֹחַ אִישׁ צַדִּיק תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו עכ"ד, לכאורה דארף מען פארשטיין אז די תורה שטייט נָאךְ אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ, וַיּוֹלֶד נֹחַ שְׁלֹשָׁה בָנִים אֶת שֵׁם אֶת חָם וְאֶת יָפֶת, זעהט מען אז תולדת נח מיינט כפשוטו זיינע קינדער, און נישט אז זיינע תולדות זענען זיינע גוטע מעשים? נאר מען קען מקדים זיין וואס דער הייליגער תפארת שלמה ברענגט אז אברהם אבינו האט געטראפן שֵׁם די זוהן פון נֹחַ און אים געפרעגט וואס איז געווען דעם זכות אז דיין טאטע א צדיק געראטעוועט געווארן פון מבול, ווייל אפילו ער איז געווען א צדיק אבער חז"ל זאגן (ב"ק דף ס' ע"א) ווען דער אויבערשטער גיט רשות צו משחית זיין איז נישטא א חילוק צווישן צדיקים און רשעים און פארקערט מען פאנגט אן מיט צדיק? האט שם געענטפערט אז נח איז געראטעוועט געווארן צוליב זיין טאן חסד טאג און נאכט אנגעגרייט עסן פאר די בהמות און חיות, קומט אויס זייער גוט עקר תולדותיהם פון צדיקים זענען זייערע מעשים טובים ווייל באמת איז זיינע תולדות געווען די דריי קינדער, אבער די קשיא איז געווען ווי האבן זיי זיך אלע געראטעוועט? איז דער תרֶץ: זייערע מעשים טובים מיט די ברואים. (אהלי שם קליינבערג אדמו"ר מזאלאזיץ הי"ד)