Skip to content
פרדס יהודה

וואס מיינט "והנה" נשחתה?

  • Noach
  • 5787
  • Yiddish
View printout

וַיַּרְא אֱלֹקִים אֶת הָאָרֶץ וְהִנֵּה נִשְׁחָתָה כִּי הִשְׁחִית כָּל בָּשָׂר אֶת דַּרְכּוֹ עַל הָאָרֶץ: (ו יב) דער אויבערשטער האט געזען אז די מענטשן זענען פארדארבן האט ער געברענגט א מבול, צו פארשטיין וואס איז געווען זייער פארדארבנקייט? אויך איז שווער וואס איז דער לשון "וְהִנֵּה נִשְׁחָתָה" ווען עס וואלט געקענט נאר שטיין וַיַּרְא אֱלֹקִים כִּי הִשְׁחִית כָּל בָּשָׂר וגו'?

-הַמּוֹ"ל- נאר עס זענען דא צוויי סארט מענטשן וואס זינדיגן דער ערשטער איז א מענטש וואס זינדיגט צוליב זיין תאוה וואס ער גלוסט און ער קען זיך נישט באהערשן און צוברעכן זיין יצר הרע, אבער באמת וואלט אים געווען מער באקוועם ווען ער האט יא דעם כוח מנצח צו זיין זיין יצר הרע, און אזא מענטש טוט שטענדיג חרטה אויף זיינע עבירות, און אזא מענטש ווערט נישט אנגערופן "רָע" ביים אויבערשטן, ווייל זיין אינערליכע ווילן איז צו טאן גוטס, אבער דער צווייטער סארט מענטש וואס זינדיגט איז ווייל ער איז נוטה צו כפירה און אפיקורסות און ער נוצט זיין שכל און קרומע ידיעות צו בארעכטיגן זיינע עבירות, אזא מענטש פילט גארנישט קיין חרטה, פארקערט, ער פרייט זיך און טוט זיך גרויסהאלטן מיט זיינע מעשים, אזוי ווי דער פסוק זאגט אין (משלי ב יד): "הַשְּׂמֵחִים לַעֲשׂוֹת רָע יָגִילוּ בְּתַהְפֻּכוֹת רָע" זיי פרייען זיך צו טאן שלעכטס, אויף דעם יסוד שרייבט דער הייליגער סעדיה גאון (רס"ג) זצ"ל אין זיין ספר אמונות ודעות אז דאס מיינט די הייליגע תורה (דברים כח מז), "תַּחַת אֲשֶׁר לֹא עָבַדְתָּ אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ בְּשִׂמְחָה", אז נישט נאר האסטו נישט געדינט דעם אויבערשטן, נאר דו ביזט נאך אויך בשמחה און פילסט זיך גוט אויף דעם נישט דינען, צוליב דעם וועלן קומען אלע צרות עכ"ד.

און די אנשי דור המבול האבן נישט חרטה געהאט אויף זייערע עבירות, נאר זענען גאר געווען בשמחה און האבן זיך שטארק געפרייט ווען זיי האבן געטאן שלעכטס, דעריבער זאגט דער פסוק וַיַּרְא אֱלֹקִים אֶת הָאָרֶץ "וְהִנֵּה" נִשְׁחָתָה, ווייל דער ווארט "וְהִנֵּה" איז א לשון פון שמחה, אזוי ווי עס שטייט אין מדרש רבה אויפן פסוק, וַאֲנִי הִנְנִי נֹתֵן לְךָ אֶת מִשְׁמֶרֶת תְּרוּמֹתָי (במדבר יח ח) אז הִנֵּה מיינט א לשון פון גדולה און שמחה. און אזוי ווי חז"ל זאגן אויפן פסוק וְגַם "הִנֵּה" הוּא יֹצֵא לִקְרָאתֶךָ וְרָאָךְ וְשָׂמַח בְּלִבּוֹ (שמות ד יד), אז אהרן פרייעט זיך צו דיר, דאס מיינט וַיַּרְא אֱלֹקִים אֶת הָאָרֶץ "וְהִנֵּה" נִשְׁחָתָה, אז זיי האבן געזינדיגט און זענען נאָך געווען בשמחה, איז דאס כִּי הִשְׁחִית כָּל בָּשָׂר אֶת דַּרְכּוֹ עַל הָאָרֶץ: זענען זיי כופרים און אפיקורסים און דעריבער גייט מען זיי שטראפן מיט א מבול. (אבן שלמה גאב"ד שאמלוי)

More in this printout

View the whole printout