הרה"ק רבי ישר אל מרוזין זי"ע
ג' חשון תרי"א
זיין מעלה איבער די אנדערע צדיקי דורו
דער רוזשינער זי"ע האט מעיד געווען אויף זיך, אז די סיבה פארוואס ער איז העכער פון אלע אנדערע צדיקי הדור, איז נישט ווייל ער האט עוסק געווען אין עבודת ה' מער פון זיי, נאר ווייל ער האט א גרעסערע אמונת צדיקים, מער פון אלע אנדערע צדיקים.
בפשטות איז דאס א פלא, ווייל כידוע איז דאך זיין פאטער, הרה"ק רבי שלום שכנא מפראהבישט זי״ע, נפטר געווארן ווען דער רוזשינער איז נאך געווען א קינד, און ס'איז נישט באקאנט אז ער זאל שפעטער זיין מקושר צו א לעבעדיגער רבי. געווענליך מיינט דאך 'אמונת צדיקים' אז מ'האט אמונה אין די צדיקים ביי וועמען מ'איז א תלמיד.
אמונת צדיקים אין דער אייגענער גרויסקייט
בפנימיות קען מען זאגן אז די כוונה פון הרה"ק מרוזין איז געווען אויף זיך אליין, דהיינו אז ער האט געהאט אמונת צדיקים אין זיין אייגענע קדושה און צדקות. ווי ס'שטייט שיחות הר"ן (שיחה קמ), אז ווען רביז"ל האט געזאגט פאר מוהרנ"ת די תורה (ליקוטי מוהר"ן סימן פ"ו) אויפ'ן פסוק 'מקוצר רוח ומעבודה קשה' אז דורך קטנות אמונה דארף מען אנקומען צו עבודות קשות וכו', האט רבי נתן זיך געוואונדערט ווייל ער האט געוואוסט אז ער האט אמונה, האט אים רביז"ל געענטפערט מיט א לשון גערה קצת: "אויב האסטו טאקע אמונה, אבער האסטו אין דיר קיין אמונה ניט".
דער גרויסער עסק פון סיפורי צדיקים
נאך א כוונה קען מען זאגן, אז דער הייליגער רוזשינער זי"ע איז געווען דער ערשטער וואס ס'איז געווען ביי אים א גרויסער עסק די עבודה פון פארציילן סיפורי צדיקים. כידוע איז געווען זיין דרך אז פאר'ן דאווענען האט ער דערציילט מעשיות פון צדיקים, און ווען מ'האט אים אמאל געפרעגט וויאזוי מ'קען פארשפעטיגן דעם זמן התפלה צוליב סיפורי צדיקים, האט ער געזאגט אז 'הללו את ה' און 'הללו עבדי ה' גייען צוזאמען, ווי דער פסוק זאגט (שמות כו, ה): 'מקבילות הלולאות אשה אל אחותה'. דאס הייסט אז רעדן פון שבח הצדיקים עבדי ה', איז אזוי חשוב ווי תפלה ווען מ'לויבט דעם אויבערשטן. (כמובן אז דאס איז נישט שייך ביי סתם מענטשן וועלכע זענען נישט אויף דער מדריגה).
דער רוזשינער זי"ע האט אויך געטייטשט דעם פסוק: 'האספו ואגידה לכם את אשר יקרה אתכם באחרית הימים' אז דורכדעם וואס אידן וועלן זיך צוזאמנעמען און פארציילן סיפורי צדיקים, וועלן זיי זיך קענען דערהאלטן קעגן דעם גרויסן קרירות וואס וועט זיין אין די צייטן פון עקבתא דמשיחא – באחרית הימים.
דער מקור פון אלע מדריגות
אמאל ביי דער הילולא פון הרה"ק רבי מענדיל מרימנוב זי"ע, י"ט אייר, זענען הרה"ק רבי שלום קאמינקער זי"ע, הרה"ק רבי אליעזר דזיקובער זי"ע און הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע געקומען צו פארן קיין רימנוב צום ממלא מקום, הרה"ק רבי צבי הירש מרימנוב זי"ע.
מ'האט דארט גערעדט וועגן די צדיקי הדור, און רבי שלום קאמינקער זי"ע האט זיך אנגערופן: "גבורות זעט מען אין בעלזא, עבודת ה' זעט מען דא אין רימנוב, דברי נביאות הערט מען אין פרעמישלאן (אצל הרה"ק רבי מאיר'ל), אבער דער מקור פון אלע מדריגות איז ביים רוזשינער ".
רבי שלום קאמינקער האט צוגעלייגט אז אויפ'ן הייליגן רוזשינער זי"ע גייט ארויף די ווערטער פונעם זוהר הק' וואס פארגלייכט דעם צדיק צו שב"ק, וואס 'מהאי יומא מתברכין כל שיתא יומין עילאין'. פון אים גייט ארויס א שפע הקדושה וואס אלע צדיקים זענען יונק. זיי זענען בבחינת 'בני הנביאים' לגבי אים.
ווען דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט אז מ'זעט דאך נישט ביים רוזשינער אזא עבודה ווי ביי הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע, און מ'זעט נישט אזא ממשלה אויף די כוחות הטבע ווי ביים בעלזער רב זי"ע, אבער הרה"ק רבי אליעזר דזיקובער זי"ע האט געענטפערט אז גרויסע ענינים מיט הויכע מדריגות קען מען נישט זען אדער הערן, דאס דארף מען 'שפירן', און כדי צו שפירן דארף מען האבן א שטארקן געפיל.
רבי שלום קאמינקער זי"ע האט ווייטער ארומגערעדט גדולות ונצורות וואס ער האט געזען און מרגיש געווען ביים רוזשינער זי"ע, ביז דער צאנזער רב האט בשעת מעשה מחליט געווען אז ער וועט פארן קיין רוזשין, להסתופף בצל קדשו.
געזען מענטשן בצורת חיות ובהמות
הרה"ק מרוזין זי"ע האט געהאט א באשטימטע צייט ווען ער האט אויפגענומען די חסידים. אמאל האבן די גבאים אריינגעלאזט מענטשן נישט אין דער באשטימטער צייט, און דער רוזשינער האט מקפיד געווען דערויף, זאגנדיג אז ווען די מענטשן זענען אריינגעקומען נישט אין דעם קביעות'דיגן זמן, האט ער דערקענט די עבירות וואס זיי האבן געטון, זיי האבן אים אויסגעקוקט ווי צורות פון חיות ובהמות רח"ל.
דער ענין דערפון איז, כידוע אז א בעל חטא פארלירט דעם צלם אלקים און צדיקים זען ממש בחוש ווי מ'באקומט א צורת חיה ובהמה ה"י. אבער ווען ס'איז געווען דער זמן המיוחד אויפצונעמען אידן, האט דער רוזשינער זיך מקשר געווען מיט א העכערע וועלט, וואו ס'איז דא די בחינה פון 'לא יגורך רע' – 'לא הביט און ביעקב', דער רע קומט נישט אן דארט, און מ'זעט דארט בלויז גוטס אויף יעדן איד, וואס דורכדעם האט ער געקענט משפיע זיין אויף אידן נאר טובות, אן דעם וואס די רע זאל שטערן די ברכה.
לכאורה געפינט מען אז ביי חסידים איז אויך געווען אן אנדערן דרך, אז זיי האבן דוקא געוואלט אז זייער רבי זאל יא זען זייערע פגמים, ווייל דורכדעם וועט ער זיי מתקן זיין. כידוע אז ס'איז געווען חסידים וואס זענען נישט געגאנגען אין מקוה איידער זיי זענען אריינגעגאנגען צו זייער רבי'ן וכדו'.
דער ביאור וויאזוי די צוויי מהלכים שטימען איז, אז ס'איז דא אזעלכע פגמים וואס דער צדיק דארף יא זען און מתקן זיין. דאס זענען די פגמים פון זיינע תלמידים וואס זענען מקושר צו אים, דעמאלט פארמאכט נישט דער צדיק די אויגן ווייל ער וויל דאס פאררעכטן. ווי ס'שטייט אין ספה"ק אז אמת'ע תלמידים זענען א בחינה פון ניצוצי נשמת הרב וואס ער דארף עוסק זיין צו מתקן זיין זייער נשמה.
אבער ווען ס'קומט צו דער רע פון סתם אידן, וואס זענען נישט פון זיינע חלקי ניצוצי נשמה, און זייער רע איז גארנישט מקושר צום צדיק, און ער קען נישט יעצט עוסק זיין בתיקונם, דעמאלט פארמאכט דער צדיק זיינע אויגן נישט צו זען זייער רע, און ער איז זיי משפיע בלויז טובה וברכה.
דער מקור פון אלע מדריגות
אמאל ביי דער הילולא פון הרה"ק רבי מענדיל מרימנוב זי"ע, י"ט אייר, זענען הרה"ק רבי שלום קאמינקער זי"ע, הרה"ק רבי אליעזר דזיקובער זי"ע און הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע געקומען צו פארן קיין רימנוב צום ממלא מקום, הרה"ק רבי צבי הירש מרימנוב זי"ע.
מ'האט דארט גערעדט וועגן די צדיקי הדור, און רבי שלום קאמינקער זי"ע האט זיך אנגערופן: "גבורות זעט מען אין בעלזא, עבודת ה' זעט מען דא אין רימנוב, דברי נביאות הערט מען אין פרעמישלאן (אצל הרה"ק רבי מאיר'ל), אבער דער מקור פון אלע מדריגות איז ביים רוזשינער".
רבי שלום קאמינקער האט צוגעלייגט אז אויפ'ן הייליגן רוזשינער זי"ע גייט ארויף די ווערטער פונעם זוהר הק' וואס פארגלייכט דעם צדיק צו שב"ק, וואס 'מהאי יומא מתברכין כל שיתא יומין עילאין'. פון אים גייט ארויס א שפע הקדושה וואס אלע צדיקים זענען יונק. זיי זענען בבחינת 'בני הנביאים' לגבי אים.
ווען דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט אז מ'זעט דאך נישט ביים רוזשינער אזא עבודה ווי ביי הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע, און מ'זעט נישט אזא ממשלה אויף די כוחות הטבע ווי ביים בעלזער רב זי"ע, אבער הרה"ק רבי אליעזר דזיקובער זי"ע האט געענטפערט אז גרויסע ענינים מיט הויכע מדריגות קען מען נישט זען אדער הערן, דאס דארף מען 'שפירן', און כדי צו שפירן דארף מען האבן א שטארקן געפיל.
רבי שלום קאמינקער זי"ע האט ווייטער ארומגערעדט גדולות ונצורות וואס ער האט געזען און מרגיש געווען ביים רוזשינער זי"ע, ביז דער צאנזער רב האט בשעת מעשה מחליט געווען אז ער וועט פארן קיין רוזשין, להסתופף בצל קדשו.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישר אל אמן.