Skip to content
קונטרס לחזות בנועם

והתענג על ה' - פרשת נח

  • Noach
  • 5787
  • Yiddish
View printout

וויאַזוי וואָלטן די אנשי דור המבול געקענט תשובה טון?

רש"י (ו, יד) ברענגט פון חז"ל אַז פאַרוואָס האָט השי"ת געדאַרפט מטריח זיין נח צו בויען אַ תיבה, לכאורה איז דאך 'הרבה ריוח והצלה לפניו'? נאר דער אויבערשטער האָט געוואָלט אַז נח זאל עוסק זיין מיט דעם בנין במשך הונדערט און צוואנציג יאָר, כדי אַז די אנשי דור המבול זאלן אים פרעגן דערויף, און ער זאָל זיי זאָגן 'עתיד הקב"ה להביא מבול לעולם', אַזוי וועלן זיי אפשר תשובה טון – אולי ישובו.

הגאון רבי יוסף ענגיל זצ"ל (בית האוצר, מערכת א-ד, כלל ח אות י"ב) שטעלט זיך, אַז ס'איז באַקאַנט וואָס די ספרי דרוש ברענגען אַז ביי גוים העלפט נישט קיין תשובה, ווייל ביי די גוים ווערט דער אויבערשטער אָנגערופן 'מלך', נישט ווי אן 'אב', און די הלכה איז 'מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול' (אברבנאל בפירושו למס׳ אבות, וע״ע בית אלקים להמבי״ט שער התשובה פ׳ יג–יד, ובמדרש יהונתן עה״ת פר׳ בשלח על הפס׳ הים ראה וינוס). אויב אַזוי, וויאַזוי האָט נח געקענט פּרובירן צו מחזיר זיין בתשובה דעם דור המבול?

ענטפערט רבי יוסף ענגיל, לויט ווי תוספות זאָגט (נדה ע, ע"ב) אַז דער כלל פון 'אין עכו"ם קרויים אדם' איז נאָר שייך יעצט נאָך מתן תורה, אָבער בעפאָר מתן תורה זענען אויך די בני נח אָנגערופן געוואָרן 'אדם'. אויב אַזוי קומט אויס אַז פאַר מתן תורה זענען די גוים יאָ געווען אין דער בחינה פון 'אדם' און 'בנים למקום', הערשט נאָכדעם וואָס אידן זענען אויסגעקליבן געוואָרן צו זיין 'בנים' זענען די גוים אַרויס פונעם גדר 'בנים למקום', און דעריבער האָבן די אנשי דור המבול געקענט תשובה טון, ווייל ס'איז נאָך געווען פאר מתן תורה.

מ'קען דאָס מסביר זיין בדרך הקבלה, לויט'ן יסוד פונעם רש"ש בענין 'התכללות והתקשרות', אַז דער אויבערשטער האָט כביכול גענומען אַלע חלקי החכמה וואָס זענען געווען אין אַלע ספירות און ער האָט עס צוזאַמגעקליבן אויף איין פּלאַץ וואָס דערפון איז געבויעט געוואָרן די ספירה און פּרצוף פון חכמה. די חלקי החכמה זענען צוערשט געווען צעשפּרייט אין אַלע ספירות און ווען מ'האָט עס צוזאַמגענומען איז עס געוואָרן אַ גאַנצע ספירה פאר זיך.

דאָס זעלבע איז בנוגע די מעלה פון 'אדם': פאַר מתן תורה איז ביי אַלע מענטשן, אפילו ביי די גוים, געווען אַ העכערער חלק וואָס איז אָנגערופן געוואָרן מיט דער מעלה פון 'אדם' – מלשון 'אדמה לעליון'. אָבער ביי מתן תורה האָט השי"ת צוזאַמגענומען אַלע חלקים פון בחינת 'אדם' וואָס זענען ביז דעמאָלט געווען צעשפּרייט צווישן אַלע מענטשן, און ער האָט אַלעס איבערגעגעבן פאר אידן. פון דעמאָלט אן ווערן נאר אידן אָנגערופן 'אדם', ווי חז"ל זאָגן: 'אתם קרויים אדם'.

לכאורה איז שווער די זעלבע קשיא פון הגר"י ענגיל אויף די פּסוקים פון ספר יונה, ווי מען זעט אַז די אנשי נינוה האָבן געטון אַ תשובה שלימה און זייער תשובה איז אָנגענומען געוואָרן. דאָס איז דאך שוין געווען נאָך מתן תורה, וויאַזוי האָבן זיי געקענט תשובה טון, אויב נאָך מתן תורה האָבן גוים נישט די בחינה פון 'אדם' און 'בנים למקום'?

מ'קען ענטפערן דערויף, אַז ווען דער אויבערשטער האָט געהייסן פאר יונה צו גיין זאָגן די נבואה פאר נינוה אַז 'עוד ארבעים יום ונינוה נהפכת' האָבן זיי טאַקע נאָכנישט געהאַט די מעגליכקייט צו תשובה טון, ווייל פאר גוים העלפט נישט קיין תשובה. נאר השי"ת האָט דאָך רחמנות אויף אַלע זיינע ברואים, אפילו אויף גוים, ורחמיו על כל מעשיו, דעריבער האָט השי"ת אַזוי געפירט אַז יונה הנביא זאָל נישט וועלן אויספירן זיין שליחות, און ער זאָל אַנטלויפן פונעם אויבערשטן. (ווי דער כלל איז אַ מאמר חז"ל אַז 'אלמלא הקב"ה עוזרו אינו יכול לו', און דעריבער, ווען יונה האָט נישט באַקומען קיין הילף פון הימל, איז ער נכשל געוואָרן בחטא, לפי דרגתו).

יונה הנביא איז געווען דער צדיק הדור (כמבואר אַז ער איז געווען דער בחינת משיח בן יוסף שבדורו), דעריבער האָט זיין חטא גורם געווען אַ נייע 'שבירה'! דורכדעם זענען נאָכאַמאָל אַראָפּגעפַאַלן חלקים פון דער בחינה 'אדם' וואָס געפינען זיך ביי אידן, און ס'איז צוריק אַריינגעפַאַלן צווישן די גוים. אַזוי האָבן די אנשי נינוה צוריקבאַקומען אַ געלעגנהייט און אַ וועג צו תשובה טון, ווייל זיי האָבן מחדש באַקומען אַ חלק פון דעם בחינת 'אדם' און 'בנים למקום'.

לחזות בנועם

יהא רעוא קדמך דתשרי על עמיה
ממשיך זיין דאָס דביקות פון חודש תשרי דורך לימוד התורה הק'

אַריינברענגען בפנימיות די אורות פון תשרי

מיר זענען ב"ה דורכגעגאַנגען די הייליגע טעג פון חודש תשרי. ראש השנה, יום הקדוש, סוכות און שמיני עצרת, ווען אידישע קינדער האָבן באַקומען די אַלע תיקונים נפלאים און הייליגע אורות, ממדריגה למדריגה.

במשך דעם חודש תשרי זענען די אורות אַראָפּגעקומען בבחינת 'מקיף' – פון אויבן. אָבער יעצט, במשך די ווינטער חדשים, איז דער זמן אַריינצוברענגען די אורות אַז ס'זאָל בלייבן בבחינת 'פנימי' – פון אונזער זייט. די עבודה איז יעצט צו משיג זיין אַלע מדריגות וואָס מ'האָט באַקומען, אַז ס'זאָל טאַקע בלייבן אַ קנין וואָס מ'קען שפּירן במורגש.

התמדת התורה בדביקות ברענגט אַריין דעם אור

דער וועג צו באַקומען צו די אַלע דרגות באופן פנימי, איז דורך מקבל זיין דעם עול פון לימוד תורה הק', וואָס דאָס ברענגט אַז מ'זאָל זוכה זיין אָנצוקומען צו דעם אור פון אמונה פּשוטה און ממשיך זיין די דביקות וואָס מ'האָט באַקומען אין די ימים נוראים.

ווען ס'קומט דער ווינטער, איז דאָ אַ הרגשה ביי מענטשן, אַז מ'פאַלט נאָכאַמאָל אַריין אין די וואָכנדיגע טעג און מ'ווייסט נישט וויאַזוי ממשיך צו זיין די קדושה אויף למעשה, אָבער באמת קען מען זוכה זיין אַרויסצוגיין פון אַלע תאוות און נתקרב ווערן צו דער קדושה דורך לערנען די תורה הק' אויף אַן אופן פון זוכן דעם אור האלוקי וואָס ליגט אין דער תורה.

רבות בנות עשו חיל, ואת עלית על כולנה

ותלמוד תורה כנגד כולם, לערנען תורה הק' איז דער מהלך וויאַזוי מ'קען זוכה זיין צו אמת'ע דביקות בהשי"ת, ווי חז"ל זאָגן אויפ'ן פּסוק: 'ובו תדבק - וכי אפשר לידבק בו, והלא אש אוכלה הוא אלא הדבק במדותיו'. און דער בעש"ט הק' טייטשט אַז די תורה הק' דאָס איז 'מדותיו'! די גאַנצע תורה איז מדות און צמצומים צו ווערן דבוק דורכדעם צו השי"ת. (וכיוצא בזה בליקו"מ ח"א סימן נ"ו).

אַ ניצוץ – צינור אלקי צו קענען ווערן דבוק אין השי"ת

אַזוי שרייבט דער בעש"ט הק' אויך אין זיין באַקאַנטן בריוו צו רבי גרשון קיטובער זי"ע אַז ווען אַ מענטש לערנט תורה, דאַרף ער זיך מדבק און מייחד זיין מיט דער אלוקות וואָס ליגט אין יעדן וואָרט און אות פון דער תורה הק', ווייל אין יעדן אות זענען פאַרהאַן היכלות, נשמות און אלקות.

דער רש"ש זאָגט (דף ט' ע"ד) אַז די תורה הק' איז דער 'קו אור אין סוף', וואָס השי"ת האָט ממשיך געווען אויף דער וועלט נאָכ'ן צמצום. דער רש"ש רופט עס אויך אן 'ניצוץ בורא' און דער 'שם הוי"ה השרשי'.

דער דברי שלום (דף כ) איז מבאר (עפ"י לשון המשנה טהרות ח, ז) אַז דאָס וואָרט 'ניצוץ' איז אויך טייטש 'צינור'. דאָס הייסט אַז ביי בריאת העולם האָט דער אויבערשטער כביכול מצמצם און מסתיר געווען זיין אור אין סוף, כדי ס'זאָל קענען באַשאַפן ווערן אַ וועלט, אָבער אויך נאָכ'ן צמצום האָט השי"ת צוריק ממשיך געווען אַ 'קו' פון זיין אור אין דער בריאה. אָט דער 'קו' איז דער שורש פון תורה הק', וואָס איז אַ 'צינור' וויאַזוי אַ איד קען דורכדעם זיך מדבק זיין אינעם אור אין סוף ברוך הוא!

דביקות דורך לימוד התורה

הגה"ק רבי יצחק אייזיק חבר זי"ע מתלמידי הגר"א זאָגט (בביאור אור תורה על ספר מעלות התורה מאחי הגר"א עמו' רע"א) אַז די וועלט איז זיך טועה כאילו דער נפש החיים האָט נישט געהאַלטן פונעם ענין הדביקות, אָבער באמת לויט'ן נפש החיים דאַרף די דביקות קומען ווי אַ תוצאה פון לימוד התורה הק'.

די גדולי החסידות האָבן אויך אַזוי געהאַלטן, אַז דער פּנימיות'דיגער דביקות איז מען משיג דורך די תורה הק', ווי ס'שטייט פונעם בעש"ט הק' (פּרשת כי תבא אות ב') אויפ'ן פּסוק 'ולקח הכהן הטנא מידך' אַז טנ"א איז ראשי תיבות ט'עמים נ'קודות א'ותיות. ווען אַ איד לערנט די טעמים, נקודות און אותיות ליגט דאָרט באַהאַלטן עולמות און נשמות אלוקות וואָס זענען זיך צוזאַמען מחבר און ווערן דבוק אין דעם אור אין סוף ב"ה.

אינזין האָבן דעם אלקות שבתורה

אויך ווען מ'לערנט נגלות שבתורה קען מען אינזין האָבן ביי יעדן וואָרט וואָס מ'לערנט זיך מדבק צו זיין אינעם אור אין סוף וואָס געפינט זיך אין דער תורה. ווייל די גאַנצע תורה איז דאך 'שמותיו של הקב"ה', אויך ווען די תורה רעדט וועגן גשמיות'דיגע זאַכן פון 'שור שנגח את הפרה', אַלעס איז גילויים פונעם רצון ה', און ס'ווערט דורכדעם אַ יחוד נפלא, כמבואר בספה"ק ליקוטי אמרים תניא פּרק ה'.

דער של"ה הק' ברענגט (פּרשת בראשית, תורה אור, אות א) בשם חכמי האמת אַז 'התורה היא רושם אלקות'. ווי דערמאַנט פריער, אַז נאָכ'ן צמצום האָט השי"ת מגלה געווען אַ 'קו' וואָס דאָרט געפינט זיך דער 'ניצוץ בורא' כביכול, די גאַנצע בריאה באַקומט איר חיות פון דעם אור אלקי וואָס ליגט אין דעם 'קו', און דער 'קו' איז דער שורש פונעם אור התורה הק'!

כאָטש וואָס דאָ אונטן ווערט די תורה נתלבש אין די 'מדות' (וואָס איז אַ קלענערע מדריגה), אָבער בשרשה איז די תורה אין דעם 'קו' פון אור אין סוף, און נאָך העכער פונעם קו איז דאָ אַ בחינה פון 'עולם המלבוש', וואָס ווערט אָנגערופן 'עוטה אור כשלמה', און אָט דער עולם המלבוש איז כביכול נאר געוואָרן דורך די אותיות התורה הק' (כמבואר בעמק המלך, ויקהל משה להרה"ק מקאזניץ זי"ע, ובנפש החיים). קומט אויס אַז די אמת'ע וועג אָנצוקומען צו דביקות בהשי"ת איז דורך דעם אור און התגלות השכינה וואָס ליגט באַהאַלטן אין דער תורה הק'.

צוויי לומדים וואָס זענען ווייט כרחוק מזרח ממערב

הגה"ק רבי מנחם מענדל משקלאוו זי"ע איז מבאר באריכות אַז ס'קענען זיין צוויי לומדים וואָס לערנען צוזאַמען, אָבער ס'איז דאָ צווישן זיי אַ חילוק 'כרחוק מזרח ממערב', ווי עס שטייט אין חז"ל און אין אַלע ספה"ק אַז דער עיקר מעלת לימוד התורה איז ווען דער לימוד איז לשמה דוקא.

דער ענין פון לימוד התורה לשמה איז אַ דבר פנימי, בחינת סוד, וואָס מ'קען נישט גלייך אָנקומען דערצו, ווי דער רמב"ם זאָגט (הלכות תשובה פ"י ה"ה) אַז דער סוד פון לשמה איז מען נישט מגלה פאר ילדים ונשים. יעדער מענטש איז צוערשט אַ בחינה פון אַ 'ילד' און דעריבער דאַרף מען צוערשט זיך זעצן לערנען, אפילו אויב מ'האָט נאָכנישט די שלימות'דיגע כוונה. ווי דער הייליגער תולדות ברענגט פונעם בעש"ט הק' אַז מ'דאַרף אָנהויבן לערנען מיט אַ בחינה פון שלא לשמה, ווייל בעפאָר מ'זעצט זיך לערנען בפשטות, איז מען אַזויווי אַ קינד וואָס האָט נישט קיין שייכות מיט'ן סוד פון לשמה.

אָבער נאָכדעם וואָס מ'לערנט שוין, דעמאָלט איז דאָ אַ געוואַלדיגער חילוק – ווי דער חילוק צווישן הימל און ערד – פון איינער וואָס לערנט סתם 'מצות אנשים מלומדה' צו איינער וואָס האָט אינזין ביים לערנען די כלה העליונה, גילוי השכינה, גילוי אור ה', און ער גלייבט אַז יעדע וואָרט וואָס ער לערנט איז אַ דביקות בשמותיו יתברך. דורך אַזאַ לימוד התורה קען מען טאַקע זוכה זיין זיך צו מדבק זיין אין דעם שורש התורה וואָס איז דער 'קו' פון 'אור אין סוף'. דאָס איז דער פּנימיות'דיגער טייטש פון 'קוה אל ה'' – אַז דורך דעם 'קו' קומט מען אָן צו אמת'ע דביקות אין השי"ת.

תורה לשמה איז ממתיק אַלע הסתרות

די גאַנצע בריאה איז פול מיט 'דינים', דאָס מיינט אַז די וועלט איז פול מיט 'הסתרות' אויפ'ן מציאות פון השי"ת. אָבער דורך תורה לשמה איז מען ממתיק אַלע דינים און אַלע הסתרות וואָס זענען דאָ אויפ'ן אלוקות אין דער וועלט. ווען אַ איד לערנט מיט אַ דביקות פון יחוד, קומט ער אָן צום 'תענוג העצמי' פון אמונה, ער איז זוכה צו דעם תענוג פון שפּירן דעם אמת, אַז ס'איז גארנישט קיין שום מציאות אויף דער וועלט בלויז דער מציאות פון השי"ת, סובב כל עלמין וממלא כל עלמין, ולית אתר פנוי מיניה ואפס זולתו.

דורך דעם דביקות ביי לימוד התורה, איז מען זוכה צום 'תיקון הכללי', צום ניגון פון 'שיר פּשוט כפול משולש ומרובע', ווען דער אור אלוקי קומט אַראָפּ צו מתקן זיין אַלע עולמות, ביז'ן עולם העשיה. דוקא אויף דער וועלט, דער 'עולם הריבוי – עולם העשיה', ווערט נתגלה דער ניגון נפלא מער ווי אין אַלע עולמות! כמבואר בליקו"מ תנינא סימן ב' אַז דער עיקר תענוג היחוד איז ווען ס'ווערט נתגלה אין דעם מקום הריבוי.

טרעפן השי"ת אין גשמיות'דיגע הלכות התורה הק'

דאָס איז די גרויסקייט פון עמל התורה בנגלה. ווען אַ איד פּלאָגט זיך צו לערנען די הוויות דאביי ורבא, אפילו ווען ער לערנט גשמיות'דיגע הלכות און פּרטים, אָבער ער ווייסט אַז אַלעס איז גילוי אלוקות און אַלעס איז דער רצון ה', ברענגט דאָס אַרויס אַ געוואַלדיגע כבוד התורה. ווער ס'איז זוכה צו לערנען אויף אַזאַ אופן, איז זיך דורכדעם מתקשר צום צדיק אמת וואָס זיין גאַנצער ענין איז צו זיין דבוק אין השי"ת ביי יעדע תנועה, אויך ווען ער איז עוסק ביי ענינים גשמיים.

רש"י זאָגט אין אָנהויב פּרשת משפּטים אַז די פּרשה פון דיני ממונות איז נסמכה צום פּרשת מזבח, כדי צו לערנען 'שתשים סנהדרין אצל המזבח'. דאָס מיינט אַז פּונקט ווי קרבנות זענען דער תכלית הדביקות, ווי באַקאַנט אַז 'רזא דקורבנא סליקו עד אור אין סוף', דאָס זעלבע דאַרף מען לערנען די הלכות התורה מיט די זעלבע דביקות ווי קרבנות וואָס קומען אן ביז'ן אור אין סוף!

דער צמח צדק זאָגט (דרך מצותיך, מצות עבודת כהן בעל מום דף לג ע"א) אַז ווען די כהנים האָבן געגעסן קרבנות זענען זיי געווען בדביקות עצומה ווי די גדולי צדיקים בשעת שמו"ע, דעריבער האָט מען געגעסן די קרבנות שטייענדיגערהייט אַזויווי ביי תפלת שמו"ע. פּונקט אַזוי דאַרף מען לערנען אַלע הלכות פון 'עבד עברי' און 'הלכות רוצח', מיט די זעלבע דביקות בה' אַזויווי מען איז עוסק אין דער עבודה פונעם מזבח.

דאָס איז דער עיקר כבוד התורה ווען מ'לערנט דוקא לימוד הנגלה מיט דביקות בה', דורכדעם איז מען מגלה דעם אור ה' ביז אונטן אין דעם עולם העשיה. דאָס איז דער ענין פון דעם צדיק האמת וואָס איז דבוק בהשי"ת אויך אין דעם עולם העשיה, און ער האָט מגלה געווען דעם סוד פון תיקון הכללי.

יה"ר אַז מיר זאָלן זוכה זיין זיך צו מדבק זיין אין השי"ת דורך לימוד הנגלה, וואָס וועט אונז געבן דעם כח צו ווערן דבוק בהשי"ת אויך אין אַלע גשמיות'דיגע פּעולות, ביז מיר וועלן זוכה צו ותחזינה עינינו מלכותך – דאָ למטה בעולם הזה – לעשות לו יתברך דירה בתחתונים, בביאת גואל צדק ברחמים בב"א.

אור התענוג

שיעורי פתיחה לפנימיות קבלה וחסידות למתחילים הנדפס בספר נתיב חיים

בלבבי משכן אבנה
פּנימיות התורה לערנט אונז וויאַזוי צו מקיים זיין אַלע מצוות

די עבודה הפנימית וואס מ'האָט מקבל געווען מסיני

אַזויווי דער אויבערשטער האָט אונז געגעבן אויפ'ן באַרג סיני די נגלות התורה, די הייליגע גמרא, דער שלחן ערוך ופוסקים, מיט אַלע הלכות וויאַזוי אַ איד דארף זיך בפועל פירן אויף טריט און שריט. אַזוי האָט ער אונז אויך געגעבן דעם חלק פון 'עבודה הפנימיות' וואָס דורכדעם קען מען מקיים זיין די פּנימיות'דיגע מצוות, וואָס זענען תלוי בלב. די מצוות פון אמונה בה', אהבת ה', יראת ה', דביקות בה', יחוד ה', א.א.וו.

[די שש מצוות תמידיות וואָס ווערן דערמאַנט אין ביאור הלכה (או"ח סימן א' - דהיינו, אמונה בה' אחד, שלא להאמין בשום אלהים זולתו, לייחדו, לאהבה, וליראה, ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם) זענען טאַקע דער יסוד ושורש פון דער גאַנצער עבודת הדביקות, וואָס אויף דעם איז געבויעט דער קומה פון אַלע עבודות. די גאַנצע יגיעה אין לימוד סודות התורה איז כדי צו מעורר זיין די מצוות תמידיות וואָס זענען תלוי בלב ובמחשבה].

די מצוות התלויות בלב זענען אַ חלק פון די תרי"ג מצוות, און נאָכמער זאָגן די ראשונים (חובת הלבבות בהקדמה, ספר חרדים פ"ט) אַז די פּנימיות'דיגע מצוות וואָס מ'איז מקיים מיט'ן הארץ און מח - און בפרט די מצוה פון דביקות בהשי"ת - זענען דער גאַנצער תכלית פון אַלע אַנדערע מצות וואָס מ'איז מקיים חיצוניות'דיגע אברים.

און פּונקט ווי לגבי נגלות התורה האָט אונז השי"ת געגעבן ביאורים און הלכות וויאַזוי צו מקיים זיין די מצוות, אַזוי האָט ער אויך איבערגעגעבן פאר משה רבינו ע"ה דעם חלק פון פּנימיות התורה, וואָס איז מבאר די דרכי השי"ת, וואָס דורכדעם קען אַ איד וויסן וויאַזוי צו מקיים זיין בשלימות די פּנימיות'דיגע מצוות.

דער שורש פון דער גאַנצער תורה

ס'איז ידוע וואָס דער בעל התניא זאָגט (תורה אור בראשית א, רע"א, ועוד) אַז 'שמע ישראל' איז אַ לשון פון התבוננות, אַז אַ איד איז מחויב זיך צו מתבונן זיין אַז דער אויבערשטער וואָס איז 'אלקינו', איז 'ה' אחד'.

דער רמח"ל איז מבאר (קל"ח פתחי חכמה פתח א') לויט די יסודות הקדמונים אַז אחד מיינט צוויי בחינות 'יחוד במציאות' און 'יחוד בשליטה'.

'יחוד במציאות' איז טייטש אַז מ'לעבט מיט דער ידיעה אַז דער אויבערשטער איז 'ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין ולית אתר פנוי מיניה' (זוה"ק ח"ג רכ"ה ע"א, תקו"ז ע' ע"ב). עס קען טאַקע אויסקוקן ווי אַ דבר פּשוט, יעדעס קינד ווערט דאָך נתחנך פון יונגווייז אָן צו וויסן אַז ס'איז גארנישט קיין מציאות אָן השי"ת און אַז דער אויבערשטער געפינט זיך איבעראָל, אָבער באמת איז די ידיעה דער שורש פון דער גאַנצער תורה, און אַלע סודות התורה וואָס מ'לערנט איז נאָר מיט'ן ציל אַריינצוברענגען דעם מענטש טיפער אין דער השגה צו קענען באמת שפּירן און וויסן אַז 'הוי"ה הוא האלקים'.

פּנימיות התורה איז מגלה דעם אור פון לעתיד

דורך לערנען פּנימיות התורה איז די נשמה פון אַ איד זוכה צו קענען אָנהויבן משיג זיין דעם אור וואָס וועט נתגלה ווערן בשלימות לעתיד לבא. ווען משיח וועט קומען במהרה בימינו, וועט אַנטפּלעקט ווערן פאַר דער גאַנצער בריאה אָט די ידיעה, אַז דער אויבערשטער איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, די ידיעה וועט מער נישט זיין אין אַ בחינה פון 'העלמה' אַזויווי יעצט אין גלות, נאר ס'וועט מקוים ווערן: "עין בעין יראו בשוב ה' ציון" (ישעיהו נב, ח).

ווי לאַנג מיר געפינען זיך אין דעם גלות קוקט עס ליידער אויס פּונקט פאַרקערט. מיט די פליישיגע אויגן זעט מען בלויז אַ גשמיות'דיגע מציאות, און מ'דאַרף גלייבן דעם אמת וואָס שטייט אין ספרים הק' אַז השי"ת איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין וכו', אָבער לעתיד לבא וועט די אלקות נתגלה ווערן 'בפשטות'! מ'וועט זען מיט אַ קלאָרקייט אַז ס'איז ממש גארנישט קיין שום מציאות אויסער השי"ת.

די השגה וואָס וועט נתגלה ווערן לעתיד לבא איז דער העכסטער תענוג וואָס איז דאָ אויף דער וועלט, און דער גרעסטער שכר וואָס איז נאָר פאַרהאַן. מיר קענען דאָס נישט פאַרשטיין היינט, ווייל דאָס איז אַ מדריגה פון לעתיד לבא, אָבער דורך לערנען פּנימיות און סודות התורה איז א איד זוכה צו ממשיך זיין שוין יעצט בעולם הזה, צו שפּירן אַ ביסל פון דער השגה אין זייער נשמה, יעדער לויט דער מדריגה פון זיין עבודה. לויט וויפיל מ'איז עוסק אינעם יחוד ה', דורך עבודה און דורך לערנען סודות התורה באופן הראוי, הייבט מען שוין יעצט אָן צו שפּירן און משיג זיין עטוואָס פון די הארה וואָס וועט נתגלה ווערן לעתיד לבא אַז 'אין עוד מלבדו'.

'יחוד במציאות' און 'יחוד השליטה'

דאָס איז די מדריגה פון 'יחוד במציאות', וואָס איז אויך די בחינה פון 'יחודא עילאה'. דהיינו, אַז ס'איז נישט בלויז אַ געוויסע 'ידיעה' וואָס מ'ווייסט מיט אמונה אין מח, נאר די צדיקים זענען שוין יעצט זוכה דאָס צו זען מיט זייערע עיני השכל אַזוי קלאָר ווי מ'זעט אַנדערע גשמיות'דיגע זאַכן מיט די פליישיגע אויגן. די אמת'ע צדיקים זענען זוכה צו זען דעם מציאות אַז ס'איז דאָ אַן 'אור אין סוף, מצוי וממלא כל עלמין ולית אתר פנוי מיניה'.

דאַן איז דאָ די מדריגה פון 'יחוד השליטה', וואָס איז אויך די בחינה פון 'יחודא תתאה'. דהיינו, אַז מיט די פליישיגע אויגן זעט מען טאַקע ווייטער די גשמיות'דיגע בריאה, אָבער מ'ווייסט מיט אַ קלאָרקייט אַז 'ואתה מחיה את כולם' און ס'איז גארנישט קיין קליינע אָ דער גרויסער פּרט וואָס פּאַסירט אין דער בריאה אן די שליטה פון השי"ת. ווייל דער גאַנצער מציאות פון דער וועלט ווערט כסדר באַשאַפן און באַלעבט דורך דעם בורא ית', וואָס ער איז עס מחיה ומהוה יעדע רגע דעם גאַנצן מציאות. (עיין שער היחוד והאמונה פ"ב ופ"ז).

ווען מ'זייט איין אמונה, טרעפט מען די גאַנצע תורה!

אָט דער ענין פון 'השגת האמונה והדביקות', דורך די צוויי בחינות פון 'יחודא עילאה' און 'יחודא תתאה', איז דער תכלית פון די גאַנצע עבודת ה' און פון אַלע מצוות, ווי דער פּסוק זאָגט (תהלים קיט, פו): 'כל מצותיך אמונה'.

בדרך כלל, אויב מ'וועט פרעגן אַ מענטש "וואָס מיינט עבודת ה'?", וועט ער ענטפערן אַז מ'דאַרף אַ סאַך לערנען און דאַווענען, און מקיים זיין אַלע מצוות פון סור מרע ועשה טוב, א.א.וו. אויבנאויף שטעלט זיך די שאלה: "וויאַזוי קען מען זאָגן אַז 'כל מצוותיך אמונה', בשעת ס'איז דאך פאַרהאַן אַ סאַך אַנדערע מצוות, און אמונה איז בלויז איינע פון די תרי"ג מצוות?!".

דער אמת איז אָבער, ווי דער הייליגער קאָמאַרנער זי"ע זאָגט אין נתיב מצוותיך (נתיב אמונה שביל ראשון) אַז דאָס איז מרומז אין פּסוק: 'ויזרע יצחק בארץ ההיא', וואָס גייט אַרויף אויף די אמונה (אמונה זו סדר זרעים) 'וימצא בשנה ההיא מאה שערים' - נאָכדעם וואָס מ'זייט איין דעם ענין פון אמונה אינעם נפש, טרעפט מען שפּעטער אינעם נפש די בחינה פון מאה שערים – וואָס גייט אַרויף אויף אַלע מדות און כלים! אויב מ'איז עוסק אין אמונה כראוי, ברענגט דאָס שוין ממילא אַז מ'זאָל מקיים זיין אַלע מצוות און די גאַנצע תורה מיט'ן גרעסטן שלימות.

נקודות אויף למעשה:

  • פּונקט ווי מיר האָבן באַקומען אויפ'ן באַרג סיני די נגלות התורה, צו וויסן די הלכות וויאַזוי זיך צו פירן מיט מצוות מעשיות, האָבן מיר באַקומען דעם לימוד פון פּנימיות התורה, צו וויסן וויאַזוי מקיים צו זיין די מצוות התלויות בלב, אהבה ויראה ודביקות בה'.
  • לערנען סודות התורה ברענגט אַז מ'זאָל לעבן מיט דער ידיעה פון 'אין עוד מלבדו', וואָס איז דער שורש פון כל התורה כולה.
  • דורך עוסק זיין בפנימיות התורה באַקומט די נשמה אַ השגה פון דעם גרויסן אור וואָס וועט נתגלה ווערן לעתיד לבא.
  • כל מצותיך אמונה – דער תכלית פון אַלע תורה ומצוות איז אָנצוקומען צו די ריינע אמונה בנפש.

More in this printout

View the whole printout