כִּי יִרְחַק מִמְּךָ הַמָּקוֹם אֲשֶׁר יִבְחַר ה' אֱ-לֹקֶיךָ לָשׂוּם שְׁמוֹ שָׁם וְזָבַחְתָּ מִבְּקָרְךָ וּמִצֹּאנְךָ אֲשֶׁר נָתַן ה' לָךְ כַּאֲשֶׁר צִוִּיתִךָ וְאָכַלְתָּ בִּשְׁעָרֶיךָ בְּכֹל אַוַּת נַפְשֶׁךָ. (יב, כא)
שחיטה, ווי באקאנט, איז א ציל ברעט וועלכער דער גוי ניצט צו צימבלען און ציפן דעם איד – אויס מכלומר'שטע 'רחמנות' פארן אומבאהאלפענער בעל חי. דורכאויס אלע יארן האבן די געזעצ-שטעלער געזילט און פרובירט צו שטערן כשר'ע שחיטה. מיר ווייסן אז נישט דאס וואוילזיין פונעם בהמה האבן זיי אינזין געהאט, דען קיינער איז קיין גרעסערער רחמן ווי דער באשעפער און האר פון די וועלט, פארט האט ער אונז ערלויבט שחט'ן בהמות לאכילה. זייער טענה איז בלויז אן אויסרייד שווער צו מאכן דעם איד א כשר לעבן צו פירן. הא ראי, זיין לעבן זעלבסט, דעם אידנ'ס לעבן, טראגט נישט ביי זיי דעם זעלבע געוויכט.
האט דער פאלטאווער רב, רבי אליהו עקיבא ראבינאוויץ זצ"ל אויסגערופן די איראָניע: רעכט וואלט געווען דעם קעלבל צו שחט'ן און דעם מענטשן צו קושן, פארמערנדיג דערביי אהבה ביים באפעלקערונג. טוען זיי אבער פארקערט: הרג'ענען דעם מענטש און די בעלי חי טוען זיי ליבן. ווי דער נביא האט שוין געזאגט: זֹבְחֵי אָדָם עֲגָלִים יִשָּׁקוּן.
איז דער סלאבאדקער ראש ישיבה, רבי משה מרדכי אפשטיין זצ"ל אמאל שפאצירן געגאנגען אין דייטשלאנד אין א פארק, און באמערקט פון דער זייט ווי א גוי קושט און העלזט זיין הינטל. אן איבל האט ארומגענומען דעם גאון, און א פארעקעלטן האט ער זיך אנגערופן: זֹבְחֵי אָדָם עֲגָלִים יִשָּׁקוּן, און מער נישט גערעדט. עטליכע יאר דעראויף האבן זיינע רייד געקריגן א קלארערע משמעות, ווען די דייטשן האבן אויסגעפירט דעם גרעסטן מאסן מארד קעגן דאס אידישן פאלק אין היסטאריע. די מנומס'דיגער דייטש האט באוויזן אויף אמת, ווי שטארק א לעבן איז אים טייער און געשעצט. (דבש וחלב)
ווי האט זיך יענער 'צמחוני' ('איש לנדיא"ה') אנגערופן: איך ווער אזוי צעקאכט ווען איך זעה א מענטש עסן פלייש, אז עס וויל זיך מיר יענעם פשוט הרג'ענען...