Skip to content
לב שומע

א'נה ל'ידו ו'שמתי ל'ך

  • Shoftim
  • 5786
  • Yiddish
View printout

חודש אלול - ערי מקלט

מיר געפונען די וואך אין די תורה די פרשה פון ערי מקלט, ווי די תורה זאגט אן פאר דער וואס האט גע'הרג'עט א מענטש בשוגג, אז ער דארף אנטלויפן צום ערי מקלט, און דארט דארף ער בלייבן זיצן ביז ער וועט ווערן אויסגעלייזט, דאס איז א טובה, וואס די תורה האט געגעבן - א באשיצטע ארט וואו מ'קען אנטלויפן.

עס שטייט אין פסוק (שמות כא יג) והאלקים אנה לידו ושמתי לך מקום אשר ינוס שמה, זאגט דער אר"י הק' אז אין די ווערטער איז מרומז די ראשי תבות פון די ווארט אלול, וואס דאס קומט אונז מרמז זיין, אז חודש אלול איז מסוגל אויף כפרת עונות, אויף אלע עבירות וואס מען האט געטון במשך דעם יאר.

מען קען אפשר מרמז זיין אין די סוף פונעם פסוק "ושמתי לך מקום אשר ינוס שמה", אז חודש אלול איז א 'מקום' - א פלאץ וואו אידן קענען אנטלויפן פון זייערע זינד.

ממך אליך אברח

פונקט אזוי ווי ווען איינער הרג'עט איינעם בשוגג געבט אים דער באשעפער א מעגליכקייט צו זיך באשיצן און אריין גיין אין ערי מקלט, אזוי אויך גיבט אונז השי"ת א פלאץ – אשר ינוס שמה צו אנטלויפן פונעם יצר הרע, און דאס איז 'חודש אלול', וואס מען באשיצט זיך דורך דעם וואס מ'טוט תשובה אין חודש אלול.

עס איז באקאנט די כלל וואס שטייט אין משנה (אבות ד ב) אז מצוה גוררת מצוה, ועברה גוררת עבירה, אז אויב ח"ו א איד טוט אן עבירה, איז דאס גורם אז ער זאל נאכאמאל נכשל ווערן אין אן עבירה און אזוי קען זיך ציען א לאנגע קייט, וואס די יצר הרע לאזט נישט נאך, און איין עבירה ברענגט צו נאך אן עבירה.

ווי אזוי איז דער עצה צו געראטעוועט ווערן און נישט אריין פאלן ווייטער אינעם ביטערן נעץ, און זיך ארויס זען פונעם שווערן פלאנטער וואס פירט אראפ דעם מענטש? נאר דער באשעפער העלפט און גיבט דער כוחות צו ארויס קריכן פונעם יצר הרע, און נישט צו אדורך פאלן מיט עבירות. אזוי ווי דער גמרא (סוכה נב:) זאגט אמר רבי שמעון בן לקיש יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום ומבקש להמיתו דער יצר הרע קומט יעדן טאג מיט פארשידענע טאקטיקן און ער פרובירט צו איבער רעדן דעם מענטש צו טאן עבירות, ואלמלא הקב"ה עוזרו אינו יכול לו און ווען נישט הקב"ה זאל געבן דער כוחות און העלפט ארויס דער מענטש בייצוקומען, וואלט מען זיכער דורך געפאלן מיט עבירות.

דער זעלבע געדאנק זעט מען ווען איינער הרג'עט איינעם בשוגג, ווילן די קרובים און נאנטע פריינט זען יענעמ'ס מפלה, און דער באשעפער העלפט דעם רוצח, מיט דעם וואס ער גיבט אים א פלאץ זיך צו באשיצן – ערי מקלט, און אזוי וועט ער געראטעוועט פון די וואס ווילן אים שלעכטס טון, אזוי אויך וויל דער יצר הרע אין איין שלעכטס טון פארן מענטש, און דער באשעפער גיבט אונז א פלאץ וואו מקען זיך באשיצן און זיך ראטעווען פונעם יצר הרע, וואס דאס איז חודש אלול, וואס דער אייבערשטער ברוב רחמיו וחסדיו גיבט אונז אזא טייערע אוצר וואס מ'קען לייכט תשובה טון און זיך ראטעווען דערמיט פונעם יצר הרע.

דאס איז פשט וואס עס שטייט אין רמב"ם אין פרוש המשניות (ראש השנה פרק ד משנה ז) אז חודש אלול זענען טעג פון ימי אברח ומנוס אליו טעג פון אנטלויפן און זיך שיצן ביי אים.

א מענטש וויל זיין גוט

דער ריכטיגע ווילן און תשוקה פונעם מענטש ציט צו זיין גוט, דער ריכטיגע ווילן און תשוקה שטרעבט צו זיין נאנט צום באשעפער, און אין דער חודש איז די טעג, וואס הקדוש ברוך הוא קומט נאנט צו אונז און ער געבט אונז דער געלעגנהייט צו קומען און זיך באשיצן אונטער זיינע ארעמעס און זיך צוריק קערן צום ערליכן וועג.

דער חתם סופר (ד"ה וכי יבוא) שרייבט געוואלדיגע ווערטער אויף די פסוק (יח ו) וכי יבוא הלוי באחד שעריך מכל ישראל אשר הוא גר שם וגו' טייטש דער חתם סופר וכי יבוא הלוי – לוי איז א לשון פון באגלייט און צוגענאגלט - איינער וואס זיינע עבירות באגלייטן אים, ער איז אנגעזאפט מיט עבירות, אבער ער וויל זיך אומקערן און תשובה טון, דעמאלטס איז דער עיקר זאך וואס השי"ת פאדערט פון אזא איינער, איז: אן אמת'ע ווילן און חשק, זיין הארץ דארף ווערן אנגעפילט מיט א פלאם פייערדיגע ברען צו ווערן נאנט צום באשעפער, און דאן ווערט זיין תשובה גלייך אנגענומען. און מיט דעם גלוסטעניש אליין קען ער דערגרייכן צו אל המקום אשר יבחר ה' צו גאר הויעכע מדרגות, פונקט ווי גרויסע צדיקים.

דער אור החיים הק' טייטש די פסוק (פר' בהר כה לה) וכי ימוך אחיך, ווען וועסט ווערן ארים אין מצות ומעשים טובים, וועסט האבן ווייניג מצות און אסאך עבירות, והחזקת בו זאלסטו זיך שטארקן. פרוש: שיחזק זאלסט זיך שטארקן לשוב בתשובה זיך צוריק קערן בתשובה שלימה להשיבו למכונו כדי זאלסט זיך צוריק קערן צום ארגינעלן פלאץ פון וואו די נשמה שטרעבט, כי אין לך דבר וויבאלד עס איז נישט פארהאן נאך אזא זאך המעמיד לרוח החיוני עפעס וואס שטעלט צוריק דעם גייסטליכן זעל וואס גיבט אריין חיות טיף אינעם אינערליכן נפש כתשובה אזוי ווי תשובה.

יעדער מענטש וויל זיין גוט, און ווען מען פאלט דורך מיט עבירות, וויל מען באמת תשובה טון, נאר דער זעלבע יצר הרע וואס מאכט אז מען זאל אריין פאלן און עובר זיין עבירות, לאזט נישט דעם מענטש תשובה טון, אבער חודש אלול האט דער יצר הרע נישט דער כח, ווייל מען אנטלויפט פון אים און מען ראטעוועט זיך אונטער דעם שאטן פון השי"ת און אזוי קען מען לייכט תשובה טון אויף אלע זינד פון די גאנצע יאר.

מען האלט נאך אנפאנג חודש אלול, דארף מען זען צו אויסנוצן דער געוואלדיגע גרויסע מתנה וואס הקדוש ברוך הוא האט אונז געגעבן, און זיך דערנענטערן צום באשעפער, מאכן א חשבון הנפש אויף אלע עבירות פונעם יאר, און נעמען א מוסר ספר און תשובה טון צום באשעפער, החזירנו בתשובה שלימה לפניך.

ו. רבי שמעלקא ניקלשבורגער זי"ע האט זיך אמאל אויסגעדריקט: ווען איך וואלט ווען געהאט א ברירה, וואלט איך זיך אויסגעקליבן נישט צו שטארבן; ווייל אין עולם הבא איז נישטא קיין "ימים נוראים" און וואס וועט שוין טון די נשמה אן אזעלכע טעג?...

More in this printout

View the whole printout