Skip to content
לב שומע

היטער'ס ביי די טויערן

  • Shoftim
  • 5786
  • Yiddish
View printout

פרשת שפטים

היטער'ס ביי די טויערן

☆ יעדער איז א דיין ☆ זיך אליין באשטראפן ☆ איינער וואס גיבט זיך אכטונג, ווערט אפגעהיטן דורך השי"ת ☆ זוכה זיין צו העכערע חושים ☆ מיט זיך אליין באשטראפן ווערט מען נישט באשטראפט ☆ היטן די שערים – עפנט אויף די שערים

יעדער איז א דיין

שֹׁפְטִים וְשֹׁטְרִים תִּתֶּן לְךָ בְּכָל שְׁעָרֶיךָ אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לְךָ לִשְׁבָטֶיךָ וְשָׁפְטוּ אֶת הָעָם מִשְׁפַּט צֶדֶק (טז יח).

מיר האלטן שוין אצינד אין חודש אלול, די חודש וואס מען רייניגט אויס די הארץ און מ'קערט זיך צוריק צום באשעפער דורך תשובה און תיקון המעשים. די פרשיות וואס מיר ליינען אין חודש אלול, זענען די וועג ווייזערס ווי אזוי צו תשובה טון, און עס העלפט אונז זיך צוגרייטן צו די ימים נוראים.

די ספרים הקדושים זאגן אז די פרשה קומט אונז צו לערנען דער וועג ווי אזוי צו תשובה טון, אז מען זאל לייגן 'שופטים ושוטרים' אויף אלע שערים וואס א מענטש האט; דאס הייסט, די צוויי אויגן, צוויי אויערן, די נאז, און דער מויל, מען דארף אכטונג געבן אויף די אלע טויערן צו טון מיט דעם נאר אויסגעהאלטענע זאכן, אזוי ווי דער רצון השם איז, און צו אוועק שטעלן 'שופטים' אויף אלע מעשים וואס מען טוט, זיכער צו מאכן אז מען זאל נישט נכשל ווערן מיט עבירות.

ביי יעדן טויער שטעלט מען א שופט – א דיין, יעדער מענטש איז אן אייגענע דיין צו נאכקוקן אלע זיינע מעשים צי דאס איז אויסגעהאלטן און ריכטיג. בעפאר יעדע פעולה וואס מען טוט, דארף מען זיך אליין משפט'ן און איבער טראכטן צי מען מעג דאס טון.

זיך אליין באשטראפן

אין פאל ווען די אויגן האבן געזען זאכן וואס טויגן נישט, אדער ווען מען זאגט ארויס מיטן מויל רייד וואס מ'טאר נישט, אדער מען הערט זיך אן מיט נישט אויסגעהאלטענע זאכן, דארף מען שטעלן אויף זיך 'שוטרים' און זיך אליין באשטראפן און תשובה טון דערויף, דאס איז פשט אין פסוק, שופטים ושוטרים תתן לך זאלסט שטעלן היטערס און שטראפן, בכל שעריך אויף אלע דיינע טויערן וואס געפונען זיך אין דיין קערפער, וואס דאס זענען די פענסטער'ס וואס ציט אריין צו אונזער קערפער און ווייטער צום נשמה, און אויב דו וועסט נכשל ווערן מיט דעם, דאס הייסט אז אויב ס'האט זיך אריין געכאפט זאכן וואס טויגן נישט, זאלסטו זיך אליין באשטראפן און מאכן קנסות כדי עס זאל נישט נאכאמאל פאסירן.

איינער וואס גיבט זיך אכטונג, ווערט אפגעהיטן דורך השי"ת

דער אגרא דכלה איז מוסיף אין דער ענין אז איינער זעט אדער הערט ליידער בשוגג א זאך וואס מען טאר נישט, וואס איז די עצה צו ווערן אפגעהיטן און נישט צוקומען צו איסורים אומיוועלנדיג? זאגט דער אגרא דכלה מען זאל זיך באשטראפן יעדע מאל וואס מען זעט עפעס וואס טויגט נישט, אפילו באונס, און ער לייגט צו געוואלדיגע חיזוק ווערטער פאר דער וואס היט אפ זיינע אברים, און שטראפט זיך אליין, אזא איינער וועט אים דער אייבערשטער העלפן אז ער וועט נישט נכשל ווערן באיסור אפילו באונס, ער וועט זוכה זיין אז זיינע אויגן וועלן נישט זען קיין ראיות אסורות, זיין אויערן וועלן נישט הערן קיין שמיעות אסורות, און אזוי ביי אלע חושים, וועט ער נישט צוקומען צו קיין איסורים, אזוי ווי עס שטייט אין גמרא (נדרים לב:) כל המתמם עצמו, הקדוש ברוך הוא מתמם עמו, ווער עס פירט זיך אויף בתמימות העלפט אים דער אייבערשטער צו זיך פירן בתמימות, שנאמר עם חסיד תתחסד עם גבור תמים תתמם (שמואל ב כב כו), און אזוי זאגן אונז חז

More in this printout

View the whole printout