Skip to content
פנים מאירות - אידיש

א לעכטיגן גוט מארגן דאנערשטאג פרשת סוכות, י''ג תשרי תשפז

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א גוט מארגן, דאנערשטאג פרשת סוכות, יייג תשרי תשפייז. א פרייליכן, לעכטיגן און געבענטשטן גוט מארגן; א פרייליכן, לעכטיגן און געבענטשטן טאג; א פרייליכן, לעכטיגן און געבענטשטן יאר; א פרייליכן, לעכטיגן און געבענטשטן יום טוב; און א פרייליכן, לעכטיגן און געבענטשטן תמיד.

דעם היינטיגן שיעור וועלן מיר לערנען לעילוי נשמת הרב החסיד הצדיק רבי אליהו בן רבי מאיר משה שפיטצער זכרונו לברכה, רבי אליי שפיטצער פון טאהש, תהא נשמתו צרורה בצרור החיים. דער הייליגער באשעפער זאל העלפן ער זאל זיין א מליץ יושר פאר זיין גאנצער משפחה, פאר די פרישע אלמנה וואס ער האט איבערגעלאזט דא אויף דער וועלט, און פאר גאנץ כלל ישראל; ובפרט פאר די ייפנים מאירות"י אידן, צו פועלין אויבן אין הימל א גוטע גמר חתימה טובה, אלע ישועות, אלע ברכות, און אלעס וואס אידישע קינדער דארפן. דער הייליגער באשעפער זאל העלפן ער זאל האבן א גרויסע עליה אויבן אין הימל אין אזעלכע הייליגע טעג, ער זאל איינרייסן רחמי שמים פארין גאנצן כלל ישראל, ובפרט פאר ייפנים מאירות". דער הייליגער באשעפער זאל העלפן אז אלעס זאל נתקבל ווערן ברחמים ורצון, אמן כן יהי רצון.

א הארציגע ברכה פאר א כלה

הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, מ'האט מיר היינט איבערגעגעבן א קאנווערט וואס איז אנגעקומען אין די פאסט. ס'איז אנגעקומען א נדבה פאר די "פנים מאירות" אשבייש, פארין לעכטיגן ייגוט מארגן"י שיעור, מיט א צוגעשריבן בריוועלע. אין דעם בריוועלע שטייט אזוי: לכבוד ייפנים מאירות"י, מנדב ייגוט מארגן אשבייש"י פון א טעגליכע צוהערער וואס שעפט פיל חיזוק. א מיידל, א כלה, איז מנדב צו דאנקען דעם באשעפער פאר'ן ווערן א כלה, און לזכות אז די צוגרייטונגען צו די חתונה זאלן גיין בשעה טובה ומוצלחת, און אין זכות צו טרעפן א גוטע פרנסה. א גרויסן יישר כח, דער שכר איז זייער גרויס; א גוטע גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, דא רעדט א הארץ פון א כלה וואס דער הייליגער באשעפער האט געהאלפן און זי איז געווארן א כלה. זי לעבט מיט ייפנים מאירות", אבער זי שרייבט נישט ווער זי איז, זי מעלדט זיך נישט, און מיר ווייסן נישט ווער דאס איז.

מיר באדאנקען זיך בשם אלע ייפנים מאירות"י אידן פאר די שטיצע וואס די כלה האט געשיקט, און מיר בעטן פון אלע ייפנים מאירות"י אידן זאלן יעצט מיט אונז אינאיינעם אנוואונטשן פאר דער כלה: די חתונה זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת, אלעס זאל גיין אן קיין שום מניעות, אן קיין עיכובים און אן קיין שוועריגקייטן, נאר מתוך ששון ושמחה, הרחבה והרווחה. זי זאל זוכה זיין אויפצושטעלן אן ערליכע, לעכטיגע און פרייליכע אידישע שטוב, און זוכה זיין זיך צו פארשטיין מיט איר מאן בשעה טובה ומוצלחת. סיזאל זיין א נשיאת חן פון ביידע צדדים, השראת השכינה, און פרנסה בריוח. דער אויבערשטער זאל העלפן זי זאל טרעפן א גוטע פרנסה און אלעס זאל גיין כשורה. דער זיווג זאל עולה יפה זיין מיט אהבה, אחוה, שלום ורעות, געזונט, פרנסה און נחת. דער הייליגער באשעפער זאל העלפן מיזאל זיך קענען גוט אויסבעטן עד סוף כל הדורות פרייליכע, לעכטיגע, לוסטיגע און גליקליכע אידישע יארן, נחת דקדושה, הרחבת הדעת דקדושה, זרע של קיימא, בנים ובנות, אן קיין שום מניעות, עיכובים, שוועריגקייטן, צער אדער עגמת נפש, אמן כן יהי רצון.

מיר זענען דאנקבאר ווען מ'האט אונז אינזין און מ'שיקט אריין שטיצע, און ווען מ'געבט ארויס די ווארימקייט פון די געפילן וואס מ'האט פון די שיעורים, בפרט ווען מ'איז מקיים ייהצנע לכת"י און מ'ווייסט נישט ווער, וואס, ווען א און וואו. הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, ס'איז דאך אזא זיכוי הרבים צו שפרייטן די "פנים מאירות"י שיעורים איבער די גאנצע וועלט; איר וועט האבן גרויסע זכותים דורך שטיצן "פנים מאירות".

דער חילוק צווישן שמחה ביי וואסער און וויין

הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, עס קומט דער יום טוב סוכות, מ'דארף זיין בשמחה. דער יום טוב הייסט ייזמן שמחתנו"י. עס איז דא א מוראידיג ווארט פונעם הייליגן בעל התניא.

דער בעל התניא זאגט אז אין בית המקדש איז געווען א גרויסע שמחה, שמחת בית השואבה. וואס האט מען געשעפט? וואסער. מ'האט געשעפט וואסער און עס געגאסן אויפין מזבח.

פרעגט דער הייליגער בעל התניא: פארוואס א גאנץ יאר ווען מ'גיסט וויין אויפ'ן מזבח, ניסוך היין, איז נישט דא אזא גרויסע שמחה? וויין האט דאך אין זיך מער דעם כח השמחה ווי וואסער, "אין אומרים שירה אלא על היין"י און נישט אויף וואסער; אויב אזוי וואלט דאך געדארפט זיין א גרעסערע שמחה ביי ניסוך היין ווי ביי ניסוך המים.

נאר וואס דען, איז מסביר דער הייליגער בעל התניא, וויין ווייזט אויף עבודת השם דורך תענוג. א מענטש שפירט געשמאק, ער האט א הנאה, ער איז דערהויבן און פרייליך, און אזוי דינט ער דעם אייבערשטן. וואסער אבער ווייזט אויף עבודת השם אן קיין שום תענוג, מיט פשוטיע פשטות. די עכטע שמחה איז נישט ווען א איד איז בשמחה ווייל ער דינט דעם אייבערשטן מתוך תענוג; די עכטע שמחה איז צו דינען דעם אייבערשטן פשוט ווייל איך בין א איד, ווייל איך בין א בן מלך, ווייל איך בין אן עבד מלך, ווייל איך בין געטריי דעם הייליגן באשעפער. נישט ווייל איך שפיר א תענוג, נאר ווייל איך דין דעם אייבערשטן אויף "שלא עשני גוייי.

די גרעסטע שמחה וואס ווערט געברענגט אין דער תורה הקדושה און ביי חזייל איז ייזמן שמחתנו"י, שמחת בית השואבה, וואס דאס איז געווען מיט וואסער. וואסער האט נישט קיין ספעציעלן טעם אדער תענוג. פון דער אנדערער זייט קען מען צולייגן אז וואסער איז דאך דער טעם פון אלע טעמים און דער תענוג פון אלע תענוגים, און וועגן דעם שטייט פונעם אריזייל אז מ'זאל נישט טרינקען סתם וואסער אן עפעס אריינלייגן דערין.

אבער על כל פנים, וואס ברענגט אונז ארויס דער הייליגער בעל התניא? אז דער גרעסטער טעם, תענוג און שמחה וואס א איד האט, איז ווען עס איז נישט א זאך וואס מאכט אים משמח, נאר דער אייבערשטער אליין איז אים משמח. עס איז די תורה, די מצוות התורה, און דאס קיום המצוות; נישט די וויין און נישט די וואסער, נאר דער אייבערשטער, די תורה, און דאס קיום המצוות והתורה. הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, די עבודה פון די הייליגע טעג איז דאס מיטצונעמען אויף א גאנץ יאר. מיר זענען נישט בשמחה נאר ווייל דער אייבערשטער געבט אונז אלע גוטע זאכן, נאר מיר זענען בשמחה ווייל מיר דינען דעם אייבערשטן. מיר דינען אים סיי ווען מיר האבן יא און סיי ווען מיר האבן נישט, גלייך אויף גלייך. ממילא קען א מענטש שטענדיג זיין בשמחה און קיינמאל נישט צובראכן.

די מורא'דיגע שמחה פונעם איד אין ווארשע

דער גריייז פון בריסק האט פארציילט אז ביי דער מלחמה זענען זיי געווען אין ווארשע ווען עס זענען געפלויגן באמבעס. עס איז געווען די צווייטע וועלט מלחמה און סוכות איז געקומען. איינער פון די איינציגסטע וואס האבן געהאט ארבע מינים אין ווארשע איז געווען דער בריסקער רב. דאס האט גורם געווען אז דעם ערשטן טאג סוכות זענען הונדערטער אידן געקומען צום בריסקער רב מאכן א ברכה אויף זיין לולב און אתרוג.

צווישן די אלע וואס זענען געקומען איז געווען א חסידישער איד, וואס ווען ער האט געמאכט די ברכה און געשאקלט דעם לולב און אתרוג, איז ער געווען אין א געוואלדיגער שמחה. אזוי פארציילט דער בריסקער רב: א געוואלדיגע התלהבות, א קאך, א ווארימקייט, א ברען, און א געוואלדיג גרויסע שמחה.

דער בריסקער רב האט עס באמערקט און זיך נאכגעפרעגט ווער דער איד איז. האט מען אים פארציילט אז ערב סוכות איז א באמבע ארויפגעפאלן אויף זיין שטוב, און לא עלינו ער האט פארלוירן משפחה מיטגלידער ערב יום טוב. דער הייליגער בריסקער רב האט זיך נישט געקענט קומען צו זיך: ער האט דאך אויסגעקוקט ווי דער גליקליכסטער מענטש אין דער וועלט, און דא האט ער פארלוירן בני משפחה ערב יום טוב, און דאך מאכט ער די ברכה דעם ערשטן טאג סוכות מיט אזא שמחה.

הייליגע לעכטיגע קינדער, איר ווייסט וויאזוי מען איז זוכה צו דעם? אזוי ווי דער בעל התניא זאגט, ווייל מיר פרייען זיך נישט מיט דעם וואס דער אייבערשטער גיט יא אדער גיט נישט, אדער מיט וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז אויף די וועג. מיר זענען בשמחה מיט'ן אייבערשטן אליין.

וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, און ווען דער אייבערשטער טוט איז גוט. מיר לעבן מיט'ן אייבערשטן, מיר האבן ליב דעם אייבערשטן, מיר האבן ליב די תורה, און מיר האבן ליב זיינע מצוות.

א איד איז געגאנגען צו דעם לולב און דעם אתרוג מיט א געוואלדיגע שמחה, ווייל דאס איז דער רצון השם, דאס שטייט אין די תורה, פאר דעם בין איך באשאפן געווארן, און איך האב די זכות דאס מקיים צו זיין. עס איז נישט קיין נפקא מינה וואס עס פאסירט, און עס איז נישטא קיין שום תנאי מיט'ן אייבערשטן, חלילה כביכול חס ושלום.

יישלא עשני גוייי – דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די תורה, ייאשר נתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכנו", דאס איז אונזער שמחה. איר הערט, הייליגע לעכטיגע קינדער? קיינער און גארנישט אין די וועלט קען נישט אוועקנעמען די שמחה פון אונז.

ווען א מענטש טראכט אביסל אריין: וואס האב איך אויף דער וועלט? פארוואס בין איך אויף דער וועלט? וויאזוי עקזיסטיר איך אויף דער וועלט? פארוואס דארף איך זיין אויף דער וועלט? הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, דאס זענען נישט קיין גוטע קשיות. דו ביסט נישט אויף דער וועלט ווייל דו ווילסט, דו ביסט אויף דער וועלט ווייל דער אייבערשטער וויל, און אויב דאס וויל דער אייבערשטער, דאן ווילסטו עס אויך.

וואו ביסטו אויף דער וועלט? דארט וואו דער אייבערשטער וויל דו זאלסט זיין.

ווער ביסטו אויף דער וועלט? ווער דער אייבערשטער וויל דו זאלסט זיין.

מען דינט דעם אייבערשטן; מיר זענען דא צו טון אונזער שליחות פארין אייבערשטן. און ווילאנג איך לעב דא אויף דער וועלט לאריכות ימים ושנים טובות, בין איך דא אויסצופירן א שליחות און א תפקיד פארין אייבערשטן. ווילאנג דער אייבערשטער וויל איך זאל טון די שליחות, אזוי לאנג וועלן מיר דא זיין לאריכות ימים ושנים טובות. דאס איז אונזער שמחה – אז מיר קענען טון אונזער תפקיד פארין אייבערשטן און מקיים זיין אונזערע מצוות ומעשים טובים אין יעדן פאל, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב מען געפינט זיך. דאס מאכט אונז פרייליך, און ממילא איז נישטא קיין שום עצבות, קיין מרה שחורה, נישט קיין קשיות און נישט קיין תירוצים פשוט פרייליך מיט'ן אייבערשטן. דאס איז דער ענין פון "זמן שמחתינו"י בשעת ניסוך המים.

דער משל פון די צוויי ברידער: אמונה פשוטה און תמימות

הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, דער סאמבעטעהלער רב אין ייויגד משה" אויף פרשת קדושים ברענגט א וואונדערליכן משל. ער זאגט אזוי: עס זענען געווען צוויי ברידער. איינער איז געווען א למדן, א גרויסער תלמיד חכם, און אויך א גרויסער עושר; ער איז געווען א ראש וראשון לכל דבר שבקדושה. מען האט אים איבעראל געגעבן כבוד מלכים, ער איז געווען א ייראש המדברים"י און אן ארויפגעקוקטער, חשוביער מענטש. דער צווייטער ברודער איז טאקע אויך געווען א גרויסער עושר, אבער קיין חכם אדער תלמיד חכם איז ער נישט געווען. ער האט נישט באקומען די גאנצע כבוד און אנערקענונג וואס זיין ברודער האט געהאט, און ער האט זייער מקנא געווען זיין ברודער.

איינמאל האט ער ביי זיך געטראכט: סוף כל סוף איז ער מיין ברודער, און ביידע האבן מיר געלט. ער האט באשלאסן נאכצוקוקן וואס זיין ברודער טוט, אז ער איז זוכה צו אזא חכמה און ווערט אזוי רעספעקטירט ביי מענטשן. ער קוקט אים נאך, און ער זעט ערב סוכות קומט אריין דער קצב און ברענגט פלייש. פרעגט אים דער ברודער (דער בעל הבית): "איז געווען א סירכא אין די בהמה?"י ענטפערט דער קצב: "יניין. "י "יאיז געווען נאך עפעס א שאלה אויף די בהמה וואס מען האט געדארפט פרעגן דעם רב?"י ענטפערט ער: "יניין. "י פיין, ער האט גענומען דאס פלייש.

דער ברודער, דער עם הארץ, איז געווארן מוראידיג בשמחה; ער האט געמיינט אז ער ווייסט שוין וואס דער יחוס פון זיין ברודער איז. ער האט געטראכט אז זיין ברודער עסט נישט קיין זאך וואס מען האט געדארפט פרעגן דערויף א שאלה ביי א רב צי עס איז כשר אדער טריפה, און ער וויל נישט עסן עפעס וואס איז מותר געווארן דורך א שאלת חכם. ער האט זיך זייער געפרייט און מקבל געווען אויף זיך, אז מהיום והלאה גייט ער אויך נישט עסן פון קיין זאך וואס האט געהאט א שאלת חכם; אזוי וועט ער אויך ווערן אן ארויפגעקוקטער מענטש ווי זיין ברודער און מען וועט אים אנהייבן רעספעקטירן.

סוכות ביינאכט איז ער געגאנגען דאווענען מעריב. פאר ער איז אהיימגעקומען, בעת ער איז נאך געווען אין שול, האט איינע פון די קליינע קינדער גענומען א טאפ פלייש און עס אריינגעטראגן אין די סוכה. ער האט געהאט א ווייב וואס איז געווען אן עם הארץיטע נאך ערגער פון אים. זי האט געזען אז מען האט אריינגעטראגן א טאפ פלייש אין די סוכה, און זי האט מורא געהאט אז די סוכה איז פסול געווארן. זי האט שנעל געשיקט פרעגן דעם רב, און דער רב האט געזאגט: "ניין, די סוכה איז כשר, מען קען ווייטער עסן דערין." די פרוי האט זיך זייער געפרייט, ברוך השם מען האט איר נישט געיטרפיט אדער געיפסליט די סוכה.

דער מאן איז אהיימגעקומען, און זי האט אים דערציילט די גאנצע מעשה. זי האט געזאגט אז זי האט געהאט א שווערע שאלה ווייל די טאכטער האט אריינגענומען א טאפ פלייש אין די סוכה, אבער דער רב האט גע'פסקינט אז די סוכה איז ווייטער כשר און נישט פסול. האט ער געזאגט : יימיין טייערע פרוי, האסט פארגעסן? איך האב דאך מקבל געווען אויף מיר אז איך עס נישט און איך בין נישט נהנה פון א זאך וואס מען האט געפרעגט דערויף א שאלה ביי א רב. ממילא בלייבט די סוכה פסול פאר מיר. יעצט דארף מען נעמען די לעכט, דעם טיש, די בענקלעך און אלע צוגעהערן, און אריינגיין עסן אינדערהיים. מיר האבן נישט קיין סוכה, "י ווייל ער עסט נישט פון א זאך וואס א חכם האט גע'פסקינט, און אזוי ווי די סוכה איז נאר כשר געווארן דורך א פסק פון א רב, קען ער דארט נישט עסן.

ברענגט דער סאמבאטהעלי רב ארויס פון דעם: אזוי זעט אויס א מענטש וואס זוכט צו זיין א בעל מדרגה אין א מדרגה וואס ער האלט נישט דערביי. עס קומט אויס פונקט פארקערט - ער מאכט נאך ווייניגער; ער וויל זיין א בעל מדרגה, אבער דערווייל איז ער עובר אויף די תורה חלילה.

וואס ווילן מיר ארויסברענגען, הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער? די תמימות'דיגע אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן.

זוך נישט קיין מדרגות אין רוחניות און נישט אין גשמיות; זוך צו טון דעם רצון השם אויפין שענסטן און בעסטן אופן מיט די מערסטע כוחות וואס דו האסט.

געב דיך איבער לה' ולתורתו בתמימות, ייהתהלך עמו בתמים", און דאס איז וואס מאכט אונז פרייליך.

פונקט היינט איז דא געווען א בחור וואס האט געזאגט אז ער האט נישט קיין סיפוק אין ישיבה. האבן מיר אים געפרעגט : אפשר וויל ער אנקומען צו א געוויסע מדרגה אין לערנען אדער אין עבודת השם, און וויבאלד ער זעט אז ער קען נישט אנקומען אהין (כאטש ער האלט אז ער וואלט יא געקענט), נעמט אים דאס אוועק דעם סיפוק אפילו פון טון ווייניגער? ער האט געענטפערט: "מן הסתם יא, עס שטימט."י עס טוט אים זייער וויי; ער שפירט ער קען זיין למשל א ייהונדערט", און אזוי ווי ער איז נאר א "פינף-און- ניינציג", ווערט ער צעבראכן און שפירט ווי ער וויל אויפגעבן.

הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, דאס טאר נישט זיין. יעדער איד איז א הונדערט. יעדער איד טוט פארן אייבערשטן וויפיל דער אייבערשטן ערווארט פון אים און וויפיל דער אייבערשטער פאדערט פון אים. דאס איז וואס מאכט אונז משמח: איך קען טון דעם רצון השם, נישט מיין רצון. פינף און ניינציג איז דער רצון השם, הונדערט איז שוין דיין רצון. "קינאת סופרים תרבה חכמה", אבער נישט ווען עס שטערט די רוטין, נישט ווען עס שטערט אונז פון אנגיין אין אונזער תורה, עבודה ויראת שמים, מצות ומעשים טובים.

מיר גייען אריין אין די סוכה, עס איז א געוואלדיגע שמחה, ייצילא דמהימנותא"י. צי איך שפיר יא אדער איך שפיר נישט, צי עס איז וויין אדער וואסער, די אושפיזין און די אבות הקדושים זענען דארט; עס איז נישט קיין נפקא מינה. "ירחמנא אמר תקעו"י, שטייט אין די גמרא, די תורה האט געזאגט מען זאל בלאזן. די תורה זאגט בסוכות תשבו איך בין מקיים א מצות עשה דאורייתא און איך טו עס בשמחה, און איך גלייב אין אלע זאכן וואס שטייען אין די ספרים.

ווען דער אייבערשטער וועט וועלן אז איך זאל זוכה זיין דערצו – פארשטייט זיך דורך הארעוואניע, מצות ומעשים טובים און התמדת התורה וועלן די אלע מדרגות אנקומען. אבער ביזדערווייל דארף מען זיין בשמחה מיט וואס מען איז, ווען מען איז, און וויאזוי מען איז.

רבי אורי סטרעליסקער און דער אתרוג מיט א ריח גן עדן

עס איז באקאנט די מעשה מיטן הייליגן רבי אורי פון סטרעליסק; ער איז געווען א גרויסער ארימאן, און א גאנץ יאר האט ער צוזאמגעשטעלט פרוטה צו פרוטה כדי ער זאל קענען קויפן א מהודרדיגע אתרוג אויף סוכות.

איין יאר ערב סוכות האט ער געזען אז ער האט דורכן יאר אנגעגרייט א היפשע סכום געלט. ער איז ארויסגעגאנגען קויפן א גאר מהודרדיגע אתרוג. אויפן וועג אהיים האט ער געזען א איד שטיין אויף די גאס און וויינען. האט אים דער הייליגער סטרעליסקער געפרעגט מיט זיין ווארעם הארץ, בקדושתו ובטהרתו: "וואס וויינט איר, ר' אידי"י האט ער אים געזאגט אז ער איז א וואסער שעפער און פון דעם האט ער זיין פרנסה, אבער כדי צו טראגן די קריגלעך וואסער צו די שטיבער דארף ער האבן א פערד. אן א פערד האט ער נישט קיין פרנסה, און היות זיין פערד איז געשטארבן, האט ער נישט קיין געלט צו קויפן א נייע פערד.

האט דער הייליגער סטרעליסקער ארויסגענומען די געלט וואס ער האט אנגעגרייט פארן אתרוג און אים אויסגעצאלט א נייע פערד. מיט די געלט וואס איז איבערגעבליבן האט ער געקויפט א גאר פשוטין אתרוג, וואס איז אפילו נישט געווען קיין גרויסער הידור. למעשה האט ער זיך זייער געשעמט צו גיין מיט אזא אתרוג אין בית המדרש, איז ער געגאנגען דאווענען אין אן אנדערן בית המדרש, דארט וואו דער הייליגער רבי ר' אלימלך האט געדאווענט. ער האט זיך געשטעלט אינגאנצן אונטן אין בית המדרש אויף די מערב זייט, כדי קיינער זאל אים נישט זען און נישט דערקענען, אזוי ארום ער זאל זיך נישט דארפן שעמען מיט זיין אתרוג.

ווען דער הייליגער רבי ר' אלימלך האט געענדיגט שמונה עשרה, האט ער געזאגט פארן גבאי אז ער שפירט דא אין בית המדרש אן אתרוג וואס האט א ריח פון גן עדן. דער הייליגער רבי אלימלך איז געגאנגען גראד צום הייליגן רבי אורי סטרעליסקער, וואס איז געזעצן אינגאנצן אויף מערב נעבן דעם אויוון אין א ווינקעלע מיט זיין לולב און אתרוג. דער הייליגער רבי אלימלך האט געזאגט פארן הייליגן סטרעליסקער אז ער וויל נעמען זיין לולב און אתרוג צו מאכן די ברכה דערויף.

הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, זיך אוועקגעבן פאר אנדערע אידן, מוחל זיין, מוותר זיין, נישט צוטרעטן אנדערע אידן, און אוודאי נישט זיין אפגעשניטן אדער צוקריגט מיט אנדערע אידן, און זיכער נישט פון די אייגענע עלטערן.

הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, אז מען געבט זיך אוועק פאר אידן, האט אפילו א פשוט'ער אתרוג פשוטיסטער וואס מען קויפט ביליג – א טעם פון גן עדן. ווען א מענטש געבט אוועק זיין אנוכיות, זיין "איך", זיין מנוחה, זיין גאות און זיין גאנצע טראכטן נאר פון זיך אליין, און ער קאכט זיך נאר אינעם אייבערשטן, אין אידישע קינדער און אין קיום התורה והמצוות, דעמאלט איז דא א טעם גן עדן אין שטוב, אין די ציצית, אין די תפילין, אינעם אתרוג און לולב, אין די סוכה און אין אלע מצוות וואס מען טוט. און כל שכן בן בנו של קל וחומר, הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער.

כיבוד אב ואם און הנהגות פארן יום טוב

עס קומט יעצט יום טוב סוכות, איינע פון די שלש רגלים, ייזמן שמחתנו". מיר ווילן דאך ווייזן פארן אייבערשטן ווי שטארק מיר האבן ליב די תורה, גייט מען מיט מסירות נפש צו די סעודות ביי די עלטערן, ארויסצוהעלפן און זיך משמח זיין מיט זיי. עס זענען דא מענטשן וואס גייען ארויס חול המועד אויף שפיל-פלעצער מיט די קינדער. אויב מען האט צייט און מען גייט, דארף מען אוודאי היטן די אויגן, די קדושת העינים פון די קינדער און פון די עלטערע, פון יעדן איינעם. אבער האב אויך אינזין צו זיצן און פארברענגען ביי דיינע עלטערן אדער ביי אירע עלטערן, זיי משמח צו זיין, ווייזן די קינדער און אייניקלעך, זינגען מיט זיי, זאגן תורה און פארציילן וואס עס טוט זיך.

עס איז נישטא קיין גרעסערע תענוג און נחת רוח פארן אייבערשטן. אויב מיר ווילן באמת האבן א ייזמן שמחתנו", איז עס דורך משמח זיין קודשא בריך הוא ושכינתיה. ווען מען איז מקיים כיבוד אב ואם, איז דאס די גרעסטע שמחה וואס מיר קענען געבן צו משמח זיין כביכול דעם באשעפער.

הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, פועלט אלעס גוטס. עס זאל זיין א לעכטיגער, פרייליכער און לוסטיגער יום טוב, אבער זאלט נישט עסן קיין זויערס. מען זאל עסן ארגינעלע חלה און געווייקטע ירקות און פירות, אבער נישט קיין געזויערטע.

לאמיר זיך שטארקן מיט פנים מאירות, מיט אשבייש אמונה שלימה, בטחון ושמחה ייאני שמח בחלקייי. אריינצוברענגען א שמחה אין שטוב און ביי אנדערע אידן, אלעס דורך מקיים זיין די מצוות התורה מתוך שמחה, ביי די סעודות און ביי די טענץ. מען זאל כסדר ארויסברענגען און ארויסזאגן מיט די מויל די שבח והודאה און הכרת הטובה וואס מיר האבן פארן הייליגן באשעפער, איינער פארן צווייטן און פאר אונזערע עלטערן. פועלט אלעס גוטס, זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן. מיר זאלן זוכה זיין צו א שמחת יום טוב און א לעכטיגן תמיד, אמן כן יהי רצון, גוט יום טוב, גוט יום טוב.

More in this printout

View the whole printout