דברות קודש מכ"ק מרן רבינו שליט"א א לעכטיגן גוט מארגן מיטווטך, די וואך פון סוכות, י''ב תשרי תשפז
- Sukkos
- 5787
- Yiddish
א גוטן מארגן, מיטוואך, די וואך פון סוכות, יייב תשרי תשפייז. א פרייליכן, לעכטיגן און געבענטשטן גוטן מארגן ; א פרייליכן, לעכטיגן און געבענטשטן טאג; א פרייליכן, לעכטיגן און געבענטשטן יאר; און א פרייליכן און לעכטיגן געבענטשטן תמיד.
לזכרו פונעם אומפארגעסליכן איש החסיד ר' אלי' שפיצער ז"ל
דער היינטיגער שיעור ווערט געלערנט לעילוי נשמת דעם אומפארגעסליכן שטיצער פון ייפנים מאירות", דער איש הטוב והחסד, אן אמת'ער ייפנים מאירות"י איד – א סימבאל פון א פנים מאירות איד נאך איידער מיר האבן ארויסגעגעבן די שיעורים פון פנים מאירות הרה"ח ר' אליהו ב"ר מאיר משה זכרונו לברכה פון קרית טאהש.
ר' אליי שפיצער ווי מ'האט אים גערופן בלשון חיבה. ר' אליי איז געווען פון די ערשטע שטיצערס, און דאס האט אנגעהאלטן ביז דעם פארגאנגענעם יום כיפור ווען ער איז נפטר געווארן לחיי העולם הבא.
ר' אליי איז געווען א מוסטער פון א פארצייטישן איד וואס איז געגאנגען אין די דרך התורה והמסורה; ער איז געווען דבוק אין תורה, דבוק אין צדיקים און דבוק אין ספרי צדיקים. ר' אליי איז געווען א מוסטער פון א בעל מדות, א רואיגער, מיושבידיגער און פרייליכער מענטש; א מוסטער פון א איד וואס האט געהאט אן אמתידיגע אהבת ישראל.
מיר זענען געפארן קיין קרית טאהש צו די לויה, ייואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כלכם היום". דארט האבן מיר געהערט געוואלדיגע הערצות און אפטייטשן אויף ר' אליי שפיצער, וועמען מיר אלס ייפנים מאירותיי אידן זענען אים גאר אסאך שולדיג; די זכותים פון טויזנטער שיעורים און מינוטן פון תורה וועלן אים באגלייטן לנצח.
ר' אליהו שפיצער איז געווען אן אפגעהיטענער איד, א איד וואס האט גאר שטארק מקפיד געווען נישט וויי צו טאן א צווייטן איד. איינע פון די קינדער און א שוואגער האבן פארציילט, אז אמאל ווען ער איז געווען ביי זיי אין שטוב און ס'איז געווען א געוויסער סכסוך אין די משפחה, האט ער בשום אופן נישט געוואלט זיין אריינגעמישט. ער איז קיינמאל נישט געווען אריינגעמישט אין קיין שום מחלוקת, קיינמאל נישט גערעדט לשון הרע און קיינמאל נישט געהערט לשון הרע, טראץ דעם וואס ער איז געווען אזא שטארקער עוסק בצרכי ציבור. ער איז געווען אריינגעמישט אין יעדן ענין אין די קהילה און אין חינוך אין קרית טאהש אלס א שליח פון זיין רבו הנאמן, דער הייליגער טאהשער רבי זכר צדיק וקדוש לברכה, אבער ער איז קיינמאל נישט געווען אריינגעמישט אין קיין מחלוקת, כעס, קנאה, שנאה, תאוה אדער כבוד. גארנישט.
די קינדער פארציילן אז זיי האבן קיינמאל נישט געהערט פון אים קיין ווארט, אפילו ווען אויף די גאס האט מען געהערט געוויסע לשון הרע'ס אדער אנגעצויגנקייטן – אזוי ווי סימאכט זיך ליידער אין יעדע קהילה און חסידות. פון אים האט מען גארנישט געקענט הערן; ביי אים איז אלעס געווען פיין און וואויל.
ער האט דארט געזאגט פאר זיינע נאנטע: "איך בין אויף קיינעם אויף די וועלט נישט ברוגז, נישטא קיין איד אין די וועלט מיט וועמען איך האב א ריגזה, און איך מיין אז קיינער אין די וועלט איז אויף מיר אויך נישט ברוגז."
הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, איר ווייסט וואס דאס מיינט אז א איד גייט אוועק פון די וועלט און ער קען ארויסזאגן אזעלכע ווערטער מיט אזא תמימות און אמת'דיגקייט? דאס איז דאך א געוואלדיגער מוסר השכל.
זיין ספעציעלע מהלך אין חינוך און אויפבויען קינדער
חוץ פון דעם האט דער מנהל פון תלמוד תורה אין קרית טאהש, הרב החסיד ר' משה מאיראוויטש מיר פארציילט אז ר' אליי פלעגט מאכן די בחינות און פארהערן די קינדער אין די לעצטע יארן. ער האט געזאגט אז די נידריגסטע צייכן וואס ער פלעגט געבן איז געווען אכט און ניינציג, און דאס אויך נאר בדיעבד שבדיעבד; אפילו ניין און ניינציג איז ביי אים געווען א פראבלעם. ער האט שטענדיג געוואלט געבן א הונדערט מיט א פינטל, א הונדערט איינס, אדער א הונדערט מיט אן הוספה. ער האט נישט געוואלט אז א קינד זאל ווערן צובראכן אדער מיואש ווייל ער האט באקומען ווייניגער פון הונדערט, און זאל האבן דעם חיזוק צו גיין ווייטער. נאר ווען ער האט ממש געמוזט, איז ער אראפ צו ניין און ניינציג, און גאר זעלטן צו אכט און ניינציג.
דאס איז א געוואלדיגער מוסר השכל פאר אונז עלטערן און מחנכים: דאס געפיל, די ווארימקייט, און דאס דערהערן די צובראכענע הארץ פון א קינד אדער א בחור וואס איז דורכגעפאלן - צי ווייל ער האט נישט די כשרונות אדער ווייל ער האט נישט געהאט די כוחות זיך צוזאמצונעמען. אזוי דארף מען אויפבויען אידישע נשמות.
לויט ווי מ'האט דארט געשמועסט, זענען דא הונדערטער קינדער און בחורים וואס זענען ממש אין א שאק און זענען צובראכן אז רבי אליי איז שוין נישט דא. זיי וועלן קיינמאל נישט פארגעסן זיין ווארימקייט, ליבשאפט, ישוב הדעת און די רואיגע צורה וואס ר' אליהו שפיצער האט געהאט.
ער איז געווען א סימבאל פון "פנים מאירות", און דאס איז די סיבה פארוואס ער האט אזוי געשטיצט און צושפרייט די שיעורים; דאס איז געווען זיין גאנצער מהות. ער האט הנאה געהאט ווען מ'האט צושפרייט אמונה אינעם אייבערשטן, אמונת צדיקים, ישוב הדעת, מנוחת הנפש און שמחת החיים. מיר קענען יעצט נישט מאריך זיין, מיר וועלן נאך רעדן וועגן אים בעזרת השם מיט די צייט, אבער סילוינט זיך נאכצופרעגן איבער דעם מענטש.
ס'איז א פאדערונג פאר אונז צו זען וויאזוי א מענטש קען לעבן אויף די וועלט אכט און זיבעציג און א האלב יאר מיט אזא יושר, גראדקייט און ליבשאפט צום באשעפער, צו די תורה און צו אידישע קינדער. ער איז געווען באליבט ביי יעדן איינעם: ביי די קינדער, אייניקלעך, אור-אייניקלעך, די משפחה, די קהילה, די תלמידים און די חסידים אין טאהש און איבעראל וואו ער האט זיך געדרייט.
די לעכטיגע פטירה נאך די עבודה פון יום כיפור
הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, תהא נשמתו צרורה בצרור החיים. זאלן די שיעורים, און דער היינטיגער שיעור ספעציעל, זיין לעילוי נשמתו פון רבי אליהו בן רבי מאיר משה זכרונו לברכה.
ער איז אוועקגעפאלן נאכין קלאפן ייעל חטאיי פילע מאל און אויסשרייען ייהי הייי, און דערנאך איז ער געפאלן כורעים זיך אויסצושטרעקן און זיך מבטל זיין פאר'ן הייליגן באשעפער מיטין קיטל און טלית. ברוב עם הדרת מלך האט ער פארלוירן זיין באוואוסטזיין, און אזוי איז ער ארויפגעגאנגען לגנזי מרומים.
מיין ברודער, וואס איז דארט געשטאנען בשעת מעשה, האט דערציילט אז זיין פנים האט געלויכטן און געשיינט; ער האט געהאט א שמייכל און א רואיגקייט אויפ'ן פנים. מ'האט געקענט זען אויף א מענטש וויאזוי ער האט געלעבט און וויאזוי ער האט געענדיגט זיין לעבן.
הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, דאס איז אונזער עבודה אין "פנים מאירות" צו טרעפן אזעלכע מענטשן, נאכצוגיין זייערע וועגן און זיי נאכצוטון. "קנאת סופרים תרבה חכמה", מיר זאלן נאכגיין אין די וועגן פון די אלע מענטשן. מיר אלע ווילן אזוי אויסקוקן, לאריכות ימים ושנים טובות.
די עבודה פון סוכות: זמן שמחתנו און צילא דמהימנותא
הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, עס קומט דער יום טוב סוכות, מען דארף זיך מחזק זיין און משמח זיין. מען דארף אויפגעשאקלט ווערן, נעמען א מוסר השכל, און גיין ווייטער. עס קומט יום טוב! מיר געפינען זיך יעצט אין די הייליגע טעג, און דער אויבערשטער וויל נישט אז מיר זאלן זיך אפשטעלן.
הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, מיר טרעפן ביי די סוכה אן הלכה אז א יימצטער פטור מן הסוכה". ווען עס רעגנט איז מען פטור פון די סוכה ווייל דאס עסן ווערט פארדארבן און מקולקל, און מען קען עס נישט עסן.
עס שטייט אין די ספרים הקדושים אז דער הייליגער באשעפער, נאך די הייליגע טעג פון אלול, ראש השנה, עשרת ימי תשובה און יום כיפור, וויל ווייזן פאר אידישע קינדער דעם ייסלחתי כדברךיי – אז איך בין דיר מוחל און איך האב דיר ליב.
איך גיי דיר געבן א מצוה, א זייער גרויסע מצוה, וואו מען גייט אריין "בצילא דמהימנותא"; מען איז ארומגענומען מיט קדושה און טהרה פון אלע זעקס זייטן. מיר זענען ארומגענומען פון אונטן, פון אויבן, און פון אלע זייטן מיט די קדושה פונעם אייבערשטן און די הייליגקייט פון די סוכה.
זאגט אבער דער הייליגער באשעפער: איך וויל אבער אז דו זאלסט בלייבן בשמחה. אויב עס איז דיר מצער - דער אייבערשטער האט נישט געגעבן די תורה כדי מצער צו זיין אידישע קינדער.
מיר אבער ענטפערן פאר'ן אייבערשטן און מיר זאגן : הייליגער באשעפער, די תורה איז אונז נישט מצער! מיר האבן נישט קיין צער פון די תורה; מיר ווילן און מיר האבן ליב מקיים צו זיין די תורה.
דער אייבערשטער זאגט: איך האב אייך ליב, איך וויל אייך מאכן באקוועם און ווייזן ווי שטארק איך האב אייך ליב, איך וויל נישט איר זאלט האבן קיין צער. אבער דער הייליגער באשעפער ווארט פון אידישע קינדער אז מיר זאלן ענטפערן: חלילה טאטע, חלילה הייליגער טאטע, חלילה וחלילה! מיר האבן נישט קיין צער, מיר ווייזן פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק מיר האבן אים ליב.
די עבודת הקודש וואס מיר האבן יעצט, ביז נאך שמחת תורה און ווייטער ביז חנוכה און א גאנץ יאר, איז אז דער אייבערשטער ווייזט אונז זיין אהבה, און מיר זאלן עס זען, אנערקענען, און צוריקווייזן פאר'ן אייבערשטן אונזער אהבה צום בורא כל עולמים.
די תורה א תלמיד האט געהערט בחלומו פונעם קאשוי'ער רב הגה"ק רבי שאול בראך זצ"ל
הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, עס איז געווען א איד וואס האט געהייסן ר' צבי ווייס, ער איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן קאשויער רב, ר' שאול בראך זכר צדיק וקדוש לברכה. ער האט געוואוינט אין קראלי, וואו דער קאשויער רב איז פריער געווען רב.
ער האט געוואלט אריבערפארן אויף יום טוב סוכות פון קראלי צו זיין רביין קיין קאשוי. קאשוי איז דעמאלטס געווען אין טשעכאסלאוואקיי, אבער ער האט נישט באקומען קיין וויזע און האט נישט געקענט דורכפארן.
עס איז געווען מיטעל נאכט יום טוב ביי שמחת בית השואבה, און ר' צבי ווייס זיצט אין זיין סוכה און טראכט : ער האט אזוי שטארק געוואלט יעצט זיין ביים רביין רי שאול בראך, וואו די תלמידים קומען זיך צוזאמען, מען טאנצט, מען פרייט זיך, מען זינגט, און דער רבי זאגט תורה.
ער האט זיך אזוי לעבעדיג פארגעשטעלט א בילד וויאזוי דער הייליגער קאשויער רב זיצט אין זיין סוכה ארומגענומען מיט די תלמידים. עס ווערט שטיל, און דער רבי הייבט אן זאגן תורה. ר' צבי האט אזוי ווי איינגעדרימלט, און ער האט געזען ווי ער געפינט זיך דארט אין די סוכה ביי ר' שאול בראך, און ער הערט די תורה וואס דער רבי זאגט.
די תורה איז געווען: דער הייליגער ר' שאול בראך האט געפרעגט, פארוואס ווערט דער יום טוב סוכות גערופן "זמן שמחתנו"י? פסח דארף מען אויך זיין בשמחה, שבועות דארף מען אויך זיין בשמחה, פארוואס פונקט סוכות ווערט אזוי אנגערופן?
האט דער הייליגער קאשויער רב געענטפערט אזוי: עס איז ידוע אז די אומות העולם האבן אויך געמאכט זייערע חגאות, להבדיל, אין די זעלבע צייטן וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן אונזערע ימים טובים - פסח צייט, שבועות צייט, חנוכה צייט. די גוים האבן אויך געמאכט חגאות אין די זעלבע צייטן. אבער איין חגא האבן זיי נישט געמאכט: זיך אריינצוזעצן אין א סוכה אין א צייט פון יאר ווען עס איז נישט אזוי ווארעם און עס איז שוין קאלט. די חגא האבן זיי נישט געמאכט. ממילא קומט אויס אז דאס איז אונזער "זמן שמחתנו", ווייל די גוים האבן נישט קיין שום שייכות מיט דעם יום טוב.
ר' צבי האט זיך אויפגעוועקט, און ער האט געהערט די תורה פונעם רביין אליין. נאך סוכות, ווען ער האט שוין באקומען די וויזע, איז ער אריבערגעפארן מקבל פנים זיין דעם רביין. ווען ער איז אריינגעקומען, האט ער דערציילט פארין רביין וואס ער האט געחלומיט און די תורה וואס ער האט געהערט. דער הייליגער ר' שאול בראך האט אים געזאגט: "זאג נישט, זאג נישט,"י ער זאל נישט רעדן ווייטער. אבער פון דעם האט ער געזען אז דער רבי האט פונקטליך געוואוסט וואס דארט איז פארגעקומען.
על כל פנים, דאס ווארט איז דאך א מוראידיגע ווארט, הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער. סוכות איז א יום טוב צווישן אונז און דעם אייבערשטן. דער גוי זוכט עס נישט און דארף עס נישט. אדרבה, די גמרא אין עבודה זרה זאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט דער אייבערשטער אויספרואוון די גוים מיט די מצוה פון סוכה, און זיי גייען שטויסן די סוכה.
סוכות איז א צייט וואס אידישע קינדער ווערן באהאפטן און ברענגען זיך נאנט צום אייבערשטן מיט'ן הלל, מיט די ארבע מינים, מיט די שיינע סוכה, און מיט זמירות, שירות ותשבחות.
זיך מחזק זיין מיט אמת'ע שמחה של מצוה
מיר ווילן מחזק זיין אידישע קינדער לכבוד דעם הייליגן יום טוב. עס שטייט אין יישפתי צדיקי (סוכות, אות כייב) אז דער יום טוב הייסט ייזמן שמחתנו". ער זאגט דארט די ווערטער: מען דארף גלייבן אפילו אויב מען שפירט עס נישט, ווייל באמת יעדער איד, אויב ער וועט גלייבן אז עס איז א זמן שמחתנו, וועט ער זוכה זיין עס צו שפירן.
די עיקר שמחה איז צו דינען דעם אייבערשטן בשמחה. וואס מען טוט, ווען מען טוט, און וויאזוי מען טוט – צי עס איז אסאך אדער ווייניגער, מיט מער כוונה אדער ווייניגער כוונה, מער הרגשים אדער ווייניגער הרגשים – דאס מאכט נישט אויס. מיר ווייסן נישט די טייערקייט און דעם גרויסן פרייז וואס דער אייבערשטער באצאלט, און ווי חשוב יעדע קלייניגקייט איז וואס א איד טוט כדי צו מאכן נחת רוח פאר'ן בורא יתברך שמו.
דאס איז זמן שמחתנו: צו גלייבן אז דער אייבערשטער שיקט אראפ א שפע פון שמחה, און זיך פרייען מיט יעדע זאך וואס מיר טוען פאר'ן אייבערשטן.
חזייל זאגן די שכינה רוט נישט מתוך עצבות און נישט מתוך עצלות, נישט מתוך שחוק און שיחה בטלה, נאר מתוך שמחה של מצוה. ס'איז עפעס געווען א הוה אמינא – זאגט דער יישפתי צדיקיי – אז דער אייבערשטער זאל קומען און מאכן אן השראת השכינה ווען ס'איז דא שיחה בטלה אדער שחוק וקלות ראש? וואס דארפן חזייל דאס אפילו זאגן?
אויף דעם ענטפערט ער, אז אפילו אויב א מענטש טוט די אלע זאכן ווייל ער וויל צוקומען צו שמחה, זאגן חזייל: ניין, נאר שמחה של מצוה, זיך צו פרייען מיט די מצוות.
טרעפן די שמחה טראץ די שוועריגקייטן פון די הכנות
הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, ס'איז א צייט ווען מיר דארפן ארויסווייזן פארן אייבערשטן א שמחה של מצוה. אסאך מאל קען די הכנה צו יום טוב סוכות, און דער יום טוב סוכות אליין, זיין אביסל שווער. מען דארף אריינברענגען דאס עסן פון שטוב אין סוכה; די סוכה איז אסאך מאל ענג; אסאך מאל דארף מען ארויסטראגן זאכן כדי מען זאל קענען אריינברענגען דאס בעט אדער דאס עסן. ס'איז דא אסאך שווערע ארבעט און ס'איז אפטמאל ענג, און בפרט דארט וואו די פרויען זענען מקפיד אויך צו עסן אין די סוכה, איז דא פלאץ פאר אנגעצויגנקייט.
אבער הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, מיט וואס זענען מיר אנדערש ווי די אומות העולם? אז מיר זענען בשמחה מיט דעם אייבערשטן, פונקט וויאזוי דער אייבערשטער מאכט עס: מיט וועלכע סוכה איך האב, מיט וועלכע משפחה איך האב, וואו איך בין און ווען איך בין.
מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס מען קען טון פאר זיינעט וועגן. די נשים מיט קאכן, באקן, נייען און רייניגן – וויפיל מען קען.
פונקט אזוי ווי א מענטש קען נישט לערנען מער וויפיל ער איז מסוגל, און מען זאגט אים ער זאל זיין בשמחה אפילו ער לערנט ווייניגער; אדער אויב איינער קען נישט אזויפיל דאווענען, זאל ער זיין בשמחה מיט וויפיל ער דאווענט יא און מיט זיין תיקון המדות. אזוי דארף מען לעבן, ווייל דאס וויל דער אייבערשטער פון דיר. מיט קאכן, באקן, רוימען און אנדערע אחריות'ן וואס יעדע אידישע פרוי און מיידל האבן, דארף מען זיין צופרידן, פונקט ווי די מענערישע רוחניות איז אויך דא א פרויענישע רוחניות. די פרויען דארפן וויסן אז זייער עבודה איז רוחניות, עס איז נישט קיין גשמיות. וואס דער אייבערשטער וויל, וויאזוי ער וויל, און ווען ער וויל – דאס איז אונזער שמחה.
די גרעסטע שמחה: לעבן בשלום מיט יעדן און ברכות לסיכום
הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, ס'איז נישטא קיין גרעסערע שמחה פאר א מענטש ווי ווען ער קען טראכטן ביי זיך: "איך בין אויף קיינעם נישט ברוגז, קיינער איז אויף מיר נישט ברוגז, איך האב נישט קיין טענות און קיין פאדערונגען צו קיינעם אין די וועלט, אפילו נישט צום אייבערשטן." איך דאווען צום אייבערשטן, אבער איך פאדער נישט פון אים. איך האב ליב דעם אייבערשטן מיט זיין וועלט, פונקט וויאזוי ער האט עס אוועקגעשטעלט.
דאס איז די עבודה פון זמן שמחתנו. לאמיר זיך מיט דעם מחזק זיין און זיך אין דעם שטארקן.
הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער, דער אייבערשטער זאל העלפן ס'זאל זיין פאר יעדן איינעם א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר, מען זאל אויסבעטן אלעס גוטס : זיווגים הגונים, זרע של קיימא, פרנסה ברווח, מען זאל קענען באצאלן די חובות, און קיין שום איד זאל נישט וויסן פון קיין צער אדער עגמת נפש. יעדער זאל זיין געזונט און שטארק און שטארק געזונט, און מאריך ימים ושנים טובים זיין. ס'זאל זיין אן אריכות ימים ושנים טובים, געזונטע, פרייליכע, לעכטיגע און גליקליכע יארן. מען זאל נישט הערן פון קיין שום שוועריגקייטן ביי כלל ישראל, נאר בשורות טובות און לייכטקייט. דער אייבערשטער זאל אננעמען אונזערע תפילות און אונזער אהבה, און דער אייבערשטער זאל אונז צוריקווייזן אהבה; אלע גזירות רעות זאלן בטל ווערן. דער אייבערשטער זאל פארשרייבן פאר אידישע קינדער נאר גוטס ברוחניות ובגשמיות. אלע אידן זאלן תשובה טון, אלע קינדער זאלן זיך אומקערן צו די עלטערן, און עס זאל זיין שלום ברוחניות ובגשמיות. יי והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותםיי סיי די גשמיות'דיגע עלטערן און סיי דער הייליגער באשעפער זאלן האבן נחת און תענוג פון אונז און פון אלע אידישע קינדער, און אלע אידישע קינדער זאלן געבן א תענוג און א נחת צוריק פארן אייבערשטן, און מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה.
בזכות זה זאלן מיר זוכה זיין אז דער אייבערשטער זאל אונז שוין אויסלייזן פון גלות. פועליטס אלעס גוטס און א לעכטיגן תמיד, אמן כן יהי רצון.