דוד המלך האט געמאכט א תהלים פון הונדערט און פופציג קאפיטלעך און ווען א איד דארף א ישועה, וואס א איד דארף געהאלפן ווערן, אלע מיני בקשות, אלע מיני תחינות ותפלות האט ער אריינגעלייגט אין דעם הייליגן תהלימ'ל עד סוף כל הדורות.
דוד המלך זאגט (תהלים קט, ד) "ואני תפלה", איך בין א שטיק דאווענען. שטייט פון הייליגן רבי ר' בונם פון פרשיסחא זי"ע, קומט אמאל אן ארעמאן צום טיר, און ער קלאפט אויפן טיר. מען זאגט אין סליחות יעדן טאג, 'דלתך דפקנו', אונז קלאפן מיר אויפן טיר, 'רחום וחנון', 'רחום וחנון דפקנו דלתך', צוויי לשונות. מען קלאפט אויפן טיר 'כעני העומד בפתח', ווי אן ארעמאן שטייט ביים טיר. קומט ארויס דער עושר און ער פרעגט אים, וואס ווילסטו? וואס דארפסטו? און יענער קוים קרעכצט ארויס, ער האט א שטוב מיט קינדער, ער דארף חתונה מאכן, וכו' וכו'. יעדער איינער האט דאך זיין פתגם וואס ער זאגט.
דוד מלך ישראל זאגט איין זאך, איך דארף נישט זאגן גארנישט. קוקסט מיך אן, ווי אפגעריסן, ווי אפגעשליסן איך בין, ווי צוזאמגעבראכן איך בין, אפיסת הכוחות, לית דין בר נש, אינגאנצן נישט קיין מענטש, אינגאנצן נישט דאהי. קוקסט מיך אן - זאגט דוד המלך, איך דארף נישט זאגן, פרעג נישט גארנישט, "ואני" - קוקסט מיך אן - "תפלה", דאס אליינס דאווענט, דארפסט שוין נישט ארויסזאגן וואס איך בעט.
מען איז געקומען דא פוקד זיין די ציון פון מיין געליבטער קינד, ר' חיים יהודה זכרונו לברכה, עליו השלום, געקומען איבער א מנין אידן דא צו דיין ציון, דיין נשמה איז דא, עס איז אראפגעקומען דיין נשמה. איך בין דיין טאטע וואס האט דיך באגלייט. קוק מיך אן, איך האב נישט וואס צו זאגן, נאר קוק מיך אן ווי איך זע אויס. 'ואני תפלה', 'משול כחרס הנשבר, כציץ נובל, וכאבק פורח', גארנישט מיט נישט, חרוב ונחרב.
דו ביסט דאך שוין דארטן אויבן על כנפי השכינה, דו זעסט ווי לעכטיג עס איז, דו ביסט נהנה, 'צדיקים יושבים ונהנים מזיו השכינה', דו זיצסט דארט און ביסט נהנה.
דו ביסט דאך געווען דער גרויסער תהלים זאגער, א שטיק תהלים. דו האסט דאך כל ימיך עוסק געווען אין שירות ותשבחות פון דוד המלך. אלס בחור נאך, אלס האסטו געזאגט תהלים, דו האסט געזאגט מיט די קינדערלעך תהלים יעדן שבת. דו ביסט דאך געווען א שטיק תהלים. דו קענסט דעם קאפיטל פון 'ואני תפלה'.
עס שטייט אז אין די הייליגע טעג איז מען דן ספרי חיים און ספרי מתים. מען האט דאך שוין דן געווען נאך הונדערט און צוואנציג, וואס איז די ספרי חיים וספרי מתים? מען קען נישט באשולדיגן די חיים, 'אשר חיים עודנה', די וואס לעבן קען מען נישט באשולדיגן אז נעבעך אז מען האט פארלוירן א קינד, מען האט פארלוירן א טאטן, מען האט פארלוירן א ברודער, דאס קען מען נישט דן זיין. עס זאל נישט וויסן קיין שום אידיש קינד וואס דאס מיינט. די לעבן טוישט זיך, עס איז נישט קיין לעבן. מען איז דן אויף איינמאל די ספרי חיים, מוז מען זען די ספרי מתים אויך, מען זעט אז עס איז אן אנדערע מצב, עס איז גאנץ אנדערש די מצב, עס איז נישט ווי אמאל.
איך בעט דיך, חיים יהודה, איך בעט דיך, בעט פאר דיין טאטן, בעט פאר דיין מאמען, זי דארף האבן כח. דיינע עלטערן, זאלן לעבן ביז הונדערט און צוואנציג, ווערן נישט יונגער. עס איז דא אפיסת הכוחות, מען זאל האבן אל תשליכני לעת זקנה, דער אייבערשטער זאל אונז געבן די כוחות, ככלות כוחנו אל תעזבנו.
זיי זענען געקומען דא פוקד זיין דיינע לעכטיגע, זיסע, שיינע דורות וואס דו האסט איבערגעלאזט. איך קען דיר מעיד זיין, איך בין דאך דא אונטן. דו האסט איבערגעלאזט א שיינעם דור. דו קענסט רואיג דאווענען 'לדור ודור המליכו לאל'. קינדער וואס ברענגען ארויס כבוד שמים, קידוש שם שמים. ערליך, איידל, אפגעהיטן, באשיידן וואס אידישע קינדער דארפן זיין.
דיינע יונגעלעך, דיין זון שמואל, דיין זון אברהם מרדכי, דיין זון שמעון, כולם אהובים, כולם ברורים, וואקסן שיין, ערליך. ירא שמים, לערנען, ליגן אין תורה מיט התמדה, וואוילע קינדער, ממש לעכטיגע קינדער האסטו איבערגעלאזט אויף דער וועלט, וואס טראגן ארויף דיין נשמה. דיינע חשוב'ע איידעלע צניעות'דיגע טעכטער, ליבא, פרומט דבורה, חי' בריינדל, פערל, און שרה'לע - דיינע לעכטיגע טעכטער, זענען אלע כולם אהובים, כולם ברורים. דו האסט שוין ברוך השם המשכת הדורות, דו האסט שוין ברוך השם אן אייניקל וואס טראגט דיין נאמען, וואס טראגט דעם נאמען פון דעם רבי'ן וואס דו ביסט געווען דבוק כל ימיך. דער הייליגער רבי רפאל, און דיין זכות, און די זכות פונעם הייליגן רבי'ן, זאל מגן זיין, ער זאל וואקסן גרויס, געזונט און ערליך, זען אידיש נחת. דו האסט א חשוב'ע איידעם וואס האט דיך אויך אינזין שטענדיג, געטריי און איבערגעגעבן פאר די משפחה.
ברוך השם, דו קענסט רואיג זאגן, 'שלא נבוש ולא נכלם לא בעולם הזה ולא בעולם הבא'. אונז שעמען מיר זיך נישט, ברוך השם, אלעס דיינע כוחות וואס דו האסט אריינגעלייגט, דיין עבודה, דיינע שבתים, דיינע ניגונים, דיין ווארימקייט, לא יאומן כי יסופר.
עס קומט יעצט דער הייליגער טאג, האסט דיינע ברידערס וואס האבן דיך אינזין, יעדער איינער טוט פאר דיין נשמה. יעדער טוט אויף זיין אופן, איינער מיטן לימוד, איינער מיט צדקה, איינער מיט מעשים טובים. אלע טוען, אלע האבן דיך אינזין, אלע דיינע שוועסטערס האבן דיך אינזין. פארגעס נישט פון אונז, פארגעס נישט. איך זאג נאכאמאל, פארגעס נישט דעם שורש, דאס זענען אלעס ענפים, פירות ועלים. פארגעס נישט דעם שורש, פארגעס נישט מיך, איך בעט דיך. איך רעד
אפן, חיים יהודה, איך בעט דיך, האב מיך אינזין. דארט אויבן קענסטו פועל'ן אסאך גרינגער, ארויפצוטראגן א תפלה פון דא איז נישט לייכט, אונטערוועגנס דארף עס דורכגיין פארשידענע דורכגענג ביז מען לאזט אדורך. אבער דו ביסט דאך שוין דארט נעבן כסא הכבוד, לפני כסא כבודך, ויכון בחסד כסאך, דו ביסט דאך שוין דארט.
עס קומט יעצט א גמר חתימה טובה, בעט און פויעל, אין בית המדרש - אלע הנלוים עליך, אלע מתפללים וואס זיי האבן געהאט א קשר מיט דיר, וואס זיי האבן געטון פאר דיר, בכלל די מתפללים, און בפרט דיינע חברים, דיינע ידידים, וועמען דו האסט זיך אפגעגעבן מיט זיי אין בית המדרש, און דיינע תלמידים וואס דו האסט געלערנט תורה מיט זיי. עס קומט יעצט יום הקדוש, מסכת יומא איז דאך געווען דיין מסכתא, די מסכתא פון יום כיפור. און דיינע ידידים אהובים, וואס דו האסט דיך אוועקגעגעבן שטילערהייט, קיינער ווייסט נישט וואס דו האסט געטון אין לעבן. איך בין דאך געגאנגען מיט דיר, נישט מער געדאכט ביי קיין אנדערע, דער אייבערשטער זאל אפהיטן. איך בין דאך געגאנגען מיט דיר, יעדעס מאל בין איך געגאנגען מיט דיר. איך האב דיך נישט געקענט, שטיל, באשיידן, קיין קרעכץ נישט, קיין תרעומות, גארנישט, נאר איידל. און דיינע חברים האבן דיך אויך נישט געקענט, דיין הארץ, דיין געפיל, דיין איבערגעגעבנקייט. יעצט איז א זמן וואס דו זאלסט מתפלל זיין פאר זיי. יעדער דארף האבן א גוט יאר, יעדער דארף האבן א געבענטשט יאר, א געהאלפן יאר.
עס קומט א נייע יאר תשפ"ז. איך מיין - דו ביסט דאך געווען א חכם, א מבין, דו ביסט געווען קלוג, קלוג, קלוג. דו קענסט דארט ערלעדיגן עפעס, אז מען זאל שוין שיקן דעם גואל צדק. כלל ישראל קען שוין נישט אזוי אנגיין, מען האט נישט קיין כח, מען איז צוזאמגעבראכן, מען זעט נישט קיין לעכטיגקייט, מען זעט נישט קיין ישועה, לדוד ה' אורי וישעי.
בעט, זע, זיי מעורר רחמים דארט אויבן, האסט דאך דעם הייליגן רבי'ן וואס דו ליגסט דא תוך צלו, בצל כנפיך תסתירני, דו ביסט דאך באהאלטן דארטן, בצל כנפיו, דו ביסט דאך על כנפי השכינה. זע צו טון, און זיי מעורר רחמים, און בעט דעם אייבערשטן זאל רחמנות האבן,
עלינו ועל כל ישראל, עס זאל שוין זיין יקיצו וירננו שוכני עפר, מיר זאלן דיך שוין זען צוריק, אונז ווארט מיר דיך מתוך שמחה צו זען מיט דעם גוף אויף דער וועלט, מיטן אייבערשטנס הילף וועלן מיר זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה יעדער איינער.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז דיין זכות זאל מגין זיין אויף יעדן איינעם, און מיר זאלן אלע געהאלפן ווערן מיט א דבר ישועה ורחמים, און מען זאל זוכה זיין מקבל זיין פני משיח צדקנו במהרה דידן אמן.